רמות אלון איז א געגנט אין ירושלים וואס איז געגרינדעט געווארן אין 1974 ווי איינע פון די פינף געגנטן אויסצושפרייטן ירושלים אויף א גרויסן פארנעם, און מיט דער צייט האט זיך עס שטארק אנטוויקלט און היינט האט עס איינוואוינער ווי א מיטל-שטאט אין ישראל מיט 40,000 איינוואוינערס.

רמות
אינפֿארמאציע
שטאט ירושלים
גרינדונג דאטע 1972
האט א נאמען נאך יגאל אלון
שטח ישראל
קאארדינאטן 31°48′43″N 35°12′00″E / 31.81194444°N 35.2°E / 31.81194444; 35.2 קאארדינאטן: 31°48′43″N 35°12′00″E / 31.81194444°N 35.2°E / 31.81194444; 35.2 
נאך באצירקן אין ירושלים
מפה
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

ס'צוטיילט זיך אין 6:

  • רמות א'
  • רמות ב'
  • רמות ג'
  • רמות ד'
  • רמות 06 (שכונת רמות ה' איז אינמיטן א האנדל צענטער)
  • רמות פולין, רמות אונגוואר, תפארת רמות, און נוף רמות זיינען אלץ איין געגנט מיט פרומע איינוווינער.

דער נאמען רמות שטאמט פון דעם פסוק (ספר שמואל א' כ"ה) "וימת שמואל ויקבצו כל ישראל ויספדו לו ויקברוהו בביתו רמה" וואס לויט דער טראדיציע איז דאס דער העכסטער בארג אין ירושלים. דרום זייט פון רמות איז פלאצירט דער קבר שמואל הנביא.

חינוך מוסדות

רעדאַקטירן

אין רמות פולין געפינען זיך די גערער ישיבה תפארת משה בצלאל און די ליטווישע ישיבה נתיב הדעת.

אין אנהייב פון יאר ה'תש"פ האט זיך די בנות אלישבע סעמינאר, אונטער הרב יעקב משה הלל, אריבערגעצויגן אין א נייער געביידע אין צפון פון רמות ד'.