קרית אונסדארף

געגנט אין צפון ירושלים

קרית אונסדארף איז א פרומע געגנט אין ירושלים, געפירט דורכן רב הרב פנחס אהרון הורוויץ, דער זון פון רבי משה הורוויץ, ראש ישיבת באר שמואל אין ניו יארק, דער אלטער רב ווער ס'האט געגרינדעט די געגנט, זון פון הגאון רבי יוסף יונה הורוויץ, רב פון אונסדארף (Huncovce) אין סלאוואקיי.

קרית אונסדארף
הינטן אויסבליק פון קרית אונסדארף
אריינגאנג צום באר שמואל שול, געווידמעט פאר דעם אונסדאָרפער רב, הרב שמואל ראזענבערג

עס איז בעיקר באזעצט מיט ליטווישע בני תורה, אויך חסידים און אביסל ספרדים, צוזאמען ארום 400 פאמיליעס.

די הויפט גאס איז הרב זלמן סאראצקין גאס וועלכע פירט אריין אין קרית מאטערסדארף. דער קווארטאל גרעניצט זיך אויך מיט קרית צאנז און קרית בעלז.