משה קוסעוויצקי (ל' סיון ה'תרנ"ט - ז' אלול תשכ"ו) איז געווען איינער פון די ריזן פון חזנות אין די יארן פון נאך דער צווייטער וועלט קריג.

משה קוסעוויצקי
געבורט 9 יוני 1899
ל' סיון ה'תרנ"ט
סמארגאן, בעלארוס רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 23 אויגוסט 1966 (אלט 67)
ז' אלול תשכ"ו
ניו יארק, פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה פוילן רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
קבורה ארט הר המנוחות רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פאך זינגער, חזנות רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

ביאגראפיע

רעדאַקטירן

משה איז געבוירן אין סמארגאן (נעבן ווילנע, היינט בעלארוס) ל' סיון ה'תרנ"ט צו זיין פאטער אביגדור וואס איז געווען א לערער אויף מוזיק און זיין מוטער אלטע, א פיאניסטקע און א טאכטער פון א חזן. משה'ס דריי ברידער – יעקב, דוד און שמחה – זענען אויך געווען באוואוסטע חזנים.

ביי דער עלטער פון 21 האט ער אנגעהויבן צו דינען אלס חזן אין ווילנע און דריי יאר שפעטער האט ער איבערגענומען דעם אמט פון חזן אין דער טלאמצקע שול אין ווארשע אויפן פלאץ פון גרשון סיראטא, וואו ער איז געווען חזן ביז דער קריג.

משה איז אנטלאפן קיין רוסלאנד מיט זיינע ברידער דוד און יעקב. נאך דער קריג איז משה צוריק קיין פוילן ביז תש"ז ווען ער האט זיך געצויגן קיין לאנדאן, ענגלאנד, און דערנאך אין תש"ז צו די פאראייניגטע שטאטן.

אין תשי"ב איז ער געווארן דער הויפט חזן פון דער "בית-אל" שול אין בארא פארק, ניו יארק, נאך ווען בערעלע חגי האט אפגעזאגט דעם אמט.

ער איז נפטר געווארן ז' אלול תשכ"ו און מען האט אים געפירט צו קבורה אין הר המנוחות אין ירושלים.

זיין זון סענדער איז אויך געווען א חזן.

שטימע און סטיל

רעדאַקטירן

וועבלינק

רעדאַקטירן

http://www.kikarhashabat.co.il/%D7%9E%D7%A9%D7%94-%D7%A7%D7%95%D7%A1%D7%91%D7%99%D7%A6%D7%A7%D7%99-1.html (ארכיווירט 03.10.2011 ביי דער Wayback Machine)

http://www.jewish-music.huji.ac.il/heb/thesaurus2251.html?cat=32&in=32&id=667&act=view

http://chazzanut.org/Article.aspx?id=527 (ארכיווירט 13.05.2014 ביי דער Wayback Machine)