נחלת שבעה
נחלת שבעה איז די דריטע געגנט אין ירושלים געבויט אינדרויסן פון די מויערן פון אלטשטאט. אויפגעבויט 1869, אלס א נייע געגנט, אן א ספעציעלע פונקט אויף ארכיטעקטור, דעריבער איז דער געגנט געבויט, אויף גאר שמאלע געסלעך, און ביז אנהייב 1950ער יארן, איז נישט געווען קיין נארמאלע אפלויף סיסטעם. היינט איז די געגנט באוואוסט אלס איינס פיל מיט שענק, טרינק הייזער, קלובן, און אנדערע פארוויילונגען.
שטאט | ירושלים |
---|---|
גרינדונג דאטע | 1869 |
שטח | |
קאארדינאטן | 31°46′49″N 35°13′09″E / 31.780373°N 35.219266°E קאארדינאטן: 31°46′49″N 35°13′09″E / 31.780373°N 35.219266°E |
אנדערש ווי די ערשטע צוויי געגנטן, משכנות שאננים און מחנה ישראל, וואס זענען געבויט געווארן מיט א פלאן ביז צום לעצטן דעטאל, איז נחלת שבעה געבויט געווארן לויט די געברויכן פון אירע בעלי בתים. מורא האבנדיק פון די שכנים, האבן זיי געבויט די געגנט נאנט צו יפו גאס, די הויפט שאסיי פון יענער צייט. דער שטח איז געקויפט געווארן מיט דער טענה אז די יידן דארפן ווייץ אויף פסח. וויבאלד די טערקן האבן נישט ערלויבט עמעצן, וואס האט נישט קיין טערקישע בירגערשאפט, צו קענען קויפן שטח, האט אונטער געשריבן די ווייב פון לייב האראוויטץ, איינע פון די זיבן מענטשן וואס זענען געווען פון די גרינדער פון דער נייער געגנט.
גאלריע
רעדאַקטירן-
חצר בנחלת שבעה
-
בור מים בשכונה