יאפאן

(אַריבערגעפֿירט פון יאפאנ)

יאַפּאַן
日本国
ניהאן־קאקו/ניפאן־קאקו
פאן
פאן
סימבאָל
פֿאָן הערב
נאַציאָנאַלע זינגליד: קימיגאַיא
אָרט פֿון
אָרט פֿון
קאָנטינענט אזיע
אָפֿיציעלע שפּראַך קיין
הויפּטשטאָט טאקיא 35°41′N 139°46′E / 35.683°N 139.767°E / 35.683; 139.767
רעגירונג פארלאמענטערע דעמאקראטיע
קייסער
פּרעמיער מיניסטער
נארוהיטא
פומיו קישידה
גרינדונג דאַטום
פלאַך מאָס
וועלט גראַדונג פלאַך
פּראָצענט וואַסער
377,944 קוואַדראַט ק"מ
62סט
0.8%
באַפֿעלקערונג
- צאָל
- וועלט גראַדונג
- ענגקײט

126,475,664 (2011)
10טע
337.1 מענטשן פאַר אַ ק"מ
פּראָדוקט ווערדע $4,338,000 מיליאן ()
וואַלוטע יען
צײַט זאָנע UTC + 9
אינטערנעט דאָמען jp.
טעלעפֿאָן קאָד 81+

יאַפּאַן (יאפאניש: 日本, ניהאָן/ניפּאָן) איז אַן אינזל־לאנד אין מזרח אַזיע. עס איז פלאצירט אין צפון־מערב זייט פון דעם פאציפישן אקעאן, מזרח פון דרום קארעע, צפון קארעע, כינע און רוסלאנד. זײַן הױפּטשטאָט איז טאָקיאָ.

יאפאן איז אן ארכיפעלאג פון 6,852 אינזלען. די הויפט אינזלען האקיידא, האנשו, שיקאקא און קיושו באדעקן 97% פונעם לאנד שטח פון יאפאן. דער גרעסטער אינזל איז האנשו. עס איז א שטארק אנטוויקלט לאנד מיט דער דריטער גרעסטער פראדוקט ווערדע אין דער וועלט. די באפעלקערונג פונעם לאנד איז העכער פון 126 מיליאן מענטשן.

אין דעם מיטל אלטער זענען געווען אין יאפאן סאמוריי און שאגון, ענלעך צו ריטער און לארדן אין אייראפע.

היסטאריע

רעדאַקטירן

די עלטסטע געשריבענע היסטאריע פון יאפאן געפינט זיך אין כינעזישע דאקומענטן. פון די 5טן און 6טן יארהונדערטער האבן די יאפאנעזער אנגעהויבן שרייבן זייער אייגענע היסטאריע, ווען מענטשן פון כינע און קארעע האבן זיי אויסגעלערנט די כינעזישע שריפט סיסטעם. פון די שכנותדיקע לענדער האבן די יאפאנעזער געלערנט וועגן בודהיזם. אין יאפאן איז דאס געווארן זען בודהיזם.

די העיאנער תקופה אין יאפאן איז געווען פון 794 ביז 1185, ווען ס'איז ארויסגעקומען א דייטלעכע יאפאנישע קולטור, מיט קונסט, פאעזיע און [[פראזע]. אין דער תקופה האט מוראסאקי שיקיבו געשריבן דעם ערשטן ראמאן, די מעשה פון גענזשי. אויך אין דער תקופה האט מען געשריבן דעם לידטעקסט פון יאפאנס נאציאנאלן הימען.


אינעם 16סטן יארהונדערט האבן די אייראפעישע אנגעהויבן קומען האנדלען אין יאפאן. די ערשטע זענען געווען די פארטוגעזער, דערנאך שפאנישע, ענגלישע און האלענדער. אין 1854האט דער אמעריקאנער קאמאדאר פערי געצוואונגען די יאפאנעזער אויפעפענען זייער לאנד, און די אמעריקאנער האבן אנגעהויבן קומען צו ניצן די פארטן אין יאפאן פאר זייערע וואלפיש שיפן. אין 1868 איז פארגעקומען די מיידזשי רעסטאראציע וואס האט צוריק אויפגעשטעלט די יאפאנישע אימפעריע, וואס האט געדויערט ביז 1945. די אימפעריע האט אינוואדירט טייוואן און קארעע, און האט געפירט עטלעכע מלחמות מיט כינע.

ביי דער צווייטער וועלט מלחמה זענען אנטלאפן קיין יאפאן בערך 6,000 יידן פונעם געגנט אונטער סאוועטן הערשאפט, וואס קיין לאנד האט נישט געוואלט אויפנעמען זיי. די נאציס האבן געשיקט אן אפיציר פון דער געסטאפא קיין יאפאן צו באאיינפלוסן די יאפאנישע רעגירונג אריבערצושיקן די יידן קיין דייטשלאנד, אבער יאפאן האט אפגעזאגט די פאדערונג. די יידן אין יאפאן האבן נישט געליטן אזוי שטארק ווי די יידן אין אייראפע.

דעם 15טן אויגוסט 1945 האבן די יאפאנעזער קאפיטולירט צו די פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע. אמעריקע האט אקופירט יאפאן ביז 1952. אין האט יאפאן אויפגענומען א נייעם פאציפישן געזעץ. דעם 19טן דעצעמבער 1956 איז יאפאן געווארן דער 80סטער מיטגליד אין די פאראייניגטע פעלקער.

געאגראפיע

רעדאַקטירן
 
טאפאגראפישע מאפע

יאפאן האט אינגאנצן 6,852 אינזלען לענגאויס דעם פאציפישן בארטן פון אזיע. דאס לאנד, צוזאמען מיט זיינע אינזלען, ליגט צווישן די גארטל־ליניעס 24° און 46°N, און די מערידיאן־ליניעס 122° און 146°E. די הויפט אינזלען, פון צפון צו דרום, זענען האקיידא, האנשו, שיקאקו און קיושו. בערך 73 פראצענט פון יאפאן איז באדעקט מיט וועלדער, בערגיג און אומניצבאר פאר לאנדווירטשאפט און אינדוסטריעלן ניץ אדער וואוינניץ.[1][2] דערפאר, די וואוינבארע זאנעס, פלאצירט מערסטנס אין די בארטן שטחים, האבן גאר הויכע באפעלקערונג ענגשאפטן. יאפאן איז איינע פון די מערסטע געדעכטסטע באפעלקערט לענדער אין דער וועלט.[3] דער גרעסערער טאקיא שטח, וואס נעמט איין די הויפטשטאט טאקיא און עטלעכע ארומיגע פרעפעקטורן, איז דער גרעסטער מעטראפאליטאנער שטח אין דער וועלט, מיט מער ווי 30 מיליאן איינוואוינער.

די אינזלען פון יאפאן ליגן אין א וואולקאנישער זאנע אויפן פאציפישן רינג פון פייער. יאפאן האט 108 טעטיקע וואולקאנען. שעדלעכע ערדציטערנישן, וואס אפטמאל זענען גורם צונאמיס, פאסירן עטלעכע מאל יעדן יארהונדערט.[4] דער 1923 טאקיא ערדציטערניש האט געהרגעט 140,000 מענטשן.[5] די לעצטיגע גרויסע ערדציטערנישן זענען די 2004 טשועסטו ערדציטערניש און דער 2011 סענדיי ערדציטערניש, א 9.0-שטארקייט ערדציטערניש וואס האט אנגעשלאגן יאפאן דעם 11טן מערץ 2011, און האט געלאזט אין גאנג א צונאמי.[6] דעם 24סטן מיי 2012 האט אנגעשלאגן א 6.1-שטארקייט ערדציטערניש לעבן דעם בארטן פון צפון־מזרח יאפאן, אבער קיין צונאמי איז נישט געווארן.

דער קלימאט פון יאפאן איז בעיקר טעמפעראט, אבער ס'איז א גרויסע ענדערונג פון צפון ביז דרום. אין ווינטער שנייט גאנץ א שיין ביסל. די זייט פון די אינזלען וואס קערט צום פאציפישן אקעאן איז ווארעם, און דארט וואקסן קאראל-ריפן, די מערסטע צפונדיקע ריפן אין דער וועלט. סוף יוני און אנהייב יולי איז דער מאנסון סעזאן.

ווען יאפאן האט אנטוויקלט זיין עקאנאמיע נאך דער צווייטער וועלט מלחמה האט מען נישט שטארק אויפגעפאסט אויף דער סביבה. היינט אבער טוט יאפאן אנטוויקלען נייע טעכנאלאגיעס וואס זענען פריינדלעך צו דער סביבה. אין 1997 איז יאפאן געווען גאסטגעבער צו דער קאנפערענץ וואס האט געשאפן דעם קיאטא פראטאקאל.

עקאנאמיע

רעדאַקטירן

יאפאן האט די דריטע גרעסטע עקאנאמיע אין דער וועלט (נאך די פאראייניקטע שטאטן און כינע), מיט א ברוטא אינלענדישער פראדוקט נאנט צו 5 טריליאן דאלאר. אין יאנואר 2011 איז געווען די רעגירונג חובות מער ווי 200 פראצענט פונעם יערליכן ברוטא אינלענדישן פראדוקט, די גרעסטע פון אלע לענדער אין דער וועלט. דריי פערטל פונעם ברוטא אינלענדישן פראדוקט קומט פונעם דינסט סעקטאר.

אינדוסטריע, וואס פראדוצירט א פערטל פונעם יאפאנישן אלגעמיינעם נאציאנאלן פראדוקט, איז שטארק אפהענגיק אויפן אימפארט פון שטאף און ברענשטאף. יאפאן איז גוט באקאנט אינעם אינטערנאציאנאלן מארק פאר זיינע עלעקטראניק און אויטא אינדוסטריעס, וואס ליגן אונטער די גרויסע פירמעס ווי טאיאטא. האנדא, סובארו, ניסאן, מאזדא, סאני, מאצושיטא, קענאן, ניפאן שטאל, טאשיבא און היטאטשי. יאפאן האט אויך א גרויסן מארק-סעגמענט אין הויך־טעכנאלאגיע ("הייטעק")֞—האלבדורכפירערס, אינדוסטריעלע כעמיקאלן, ראבאטיק און לופט־אינדוסטריעס.

יאפאן האט איינע פון די גרעסטע פישעריי פלאטן אין דער וועלט—15% פון דער וועלטס פיש קומען פון זיינע שיפן.

אזוי ווי יאפאן האט א הויכע באפעלקערונג ענגשאפט, ספעציעל אין די גרויסע שטעט, האלט מען ביי בויען וואלקן קראצערס וואן טויזנטער מענטשן קענען וואוינען.

טראנספארט

רעדאַקטירן

יאפאן האט 23,506 ק"מ פון באן ליניעס, דער 11טער לענגסטער אין דער וועלט. די מזרח־מערב שינקאנסען ליניע איז דער לעבנסאדער פונעם לאנד. דער ערשטער מהלך, פון טאקיא קיין אסאקא, האט מען געעפנט אין 1964. ניין שטעט האבן א מעטרא נעצווערק. די רעגירונג גיט נישט קיין סובווענץ צו די באנען.

יאפאן האט 1.2 מיליאן קילאמעטער פון גאסן און שאסייען; אויף די צווישנשטעט שאסייען דארף מען באצאלן א צאל. אין יאפאן פארט מען אויף דער לינקער זייט.

יאפאן האט 176 פליפארטן. דער גרעסטער אינלענדישער פליפארט, האנעדא פליפארט, איז דער מערסט באשעפטיקסטער פליפארט אין אזיע. דער גרעסטער אינטערנאציאנאלער פליפארט איז נאריטא אינטערנאציאנאלער פליפארט, וואס באדינט די געגנט פון טאקיא.

ס'זענען 22 הויפט ים־פארטן.

דעמאגראפיע

רעדאַקטירן

יאפאנס באפעלקערונג ווערט געשאצט צו בערך 127.3 מיליאן, מיט 80% פון די איינוואוינער וואס וואוינען אויף האנשו. די יאפאנעזישע געזעלשאפט איז לינגוויסטיש און קולטורעל האמאגען; 98.5% פון זיי זענען עטנישע יאפאנעזער.

איינער וואס איז געבוירן אין יאפאן ווערט נישט אויטאמאטיש א יאפאנעזער בירגער, נאר ווען זיין פאמיליע טוט אים איינשרייבן.

יידנטום אין יאפאן

רעדאַקטירן

די יידישע קהילה אין יאפאן איז גאנץ קליין, און איז קאנצענטרירט אין די גרויסע שטעט. ווען די יאפאנעזער האבן געעפנט די טויערן פון זייער לאנד צו אימיגראנטן פון דער מערב־וועלט אין 1845, זענען געקומען אויך יידן. די ערשטע געמיינדע איז צאמגעשטעלט געווארן מיט יידן פון כינע, בעיקר פון שאנכיי און האנג קאנג. אין 1870 זענען געווען אין יאקאהאמא 50 יידישע משפחות. אויך אין קאבע און נאגאסאקי האט מען אויפגעשטעלט יידישע קהילות. די גרעסטע קהילה איז געווען אין נאגאסאקי, וואו מען האט געבויט די ערשטע שול.

דער טראדיציאנעלער נאציאנאלער ספארט פון יאפאן איז סומא; אויך זענען דזשודא, קאראטע און קענדא ברייט פארשפרייט. היינט שפילט מען אויך די מערבדיקע ספארטן ווי בייסבאל, פוטבאל, גאלף און נארטלעריי.

יאפאן איז געווען דער גאסטגעבער פאר דער טאקיא זומער אלימפיאדע אין 1964, און אויך פאר די ווינטער אלימפיאדעס אין סאפארא, 1972 און נאגאנא, 1998.

אין 1872 האט מען איינגעפירט אין יאפאן אבליגאטארישע בילדונג. דאס איז געווען איינער פון די רעזולטאטן פון דער מיידזשי רעסטאראציע.

רעפערענצן

רעדאַקטירן
  1. World Factbook: Japan. CIA. דערגרייכט דעם ‏15טן יאנואר 2011.
  2. Japan. US Department of State. דערגרייכט דעם ‏16טן יאנואר 2011.
  3. World Population Prospects. UN Department of Economic and Social Affairs. דערגרייכט דעם ‏27סטן מערץ 2007.
  4. Tectonics and Volcanoes of Japan. Oregon State University. ארכיווט פון דעם אריגינאל דעם ‏4טן פעברואר 2007. דערגרייכט דעם ‏27סטן מערץ 2007.
  5. James, C.D. (2002). The 1923 Tokyo Earthquake and Fire. University of California Berkeley. דערגרייכט דעם ‏16טן יאנואר 2011.
  6. Fackler, Martin; Drew, Kevin (‏11 March 2011). "Devastation as Tsunami Crashes Into Japan". דערגרייכט דעם 11 March 2011. 

וועבלינקען

רעדאַקטירן
 
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: יאפאן
אַזיע-לענדער 
אוזבעקיסטאן · אזערביידזשאן · אינדאנעזיע · אינדיע · איראק · איראן · אָמאַן · אפגאניסטאן · ארמעניע · בהוטאן · באכריין · באנגלאדעש · ברוניי · גרוזיע · דרום קארעע · וויעטנאם · טאדזשיקיסטאן · טורקמעניסטאן · טיילאנד · טערקיי · יאפאן · יארדאניע · ישראל · כינע · לאַאָס · לבנון · מאלדיוון · מאלייזיע · מאנגאליי · מזרח טימאר · מיאנמאר · נעפאל · סאודי אראביע · סיריע · סינגאפור · סרי לאנקא · פאקיסטאן · פאראייניגטע אראבישע עמיראטן · פיליפינען · ציפערן · צפון קארעע · קאזאכסטאן · קאטאר · קאמבאדיע · קואווייט · קירגיזסטאן · רוסלאנד · תימן