אינדאנעזיע
רעפובליק פון אינדאנעזיע Republik Indonesia Indonesia | |||||
| |||||
נאַציאָנאַלע זינגליד: | |||||
קאָנטינענט | אזיע | ||||
אָפֿיציעלע שפּראַך | אינדאנעזיש | ||||
הויפּטשטאָט | דזשאקארטא 6°10.5′S 106°49.7′E / 6.1750°S 106.8283°E | ||||
רעגירונג | פרעזידענט רעפובליק | ||||
פרעזידענט פּרעמיער מיניסטער |
דזשאקא ווידאדא דזשוסוף קאלא | ||||
גרינדונג דאַטום |
17טן אויגוסט 1949 | ||||
פלאַך מאָס וועלט גראַדונג פלאַך פּראָצענט וואַסער |
1,904,569 קוואַדראַט ק"מ 15ט 4.85 | ||||
באַפֿעלקערונג - צאָל - וועלט גראַדונג - ענגקײט |
255,461,700 (2015) 4ט 124.66 מענטשן פאַר אַ ק"מ | ||||
פּראָדוקט ווערדע | $2.840 טריליאן (8ט) | ||||
וואַלוטע | אינדאנעזישע רופיע (IDR) | ||||
צײַט זאָנע | UTC+7 ביז +9 | ||||
אינטערנעט דאָמען | id. | ||||
טעלעפֿאָן קאָד | 62+ |
אינדאָנעזיע (אינדאנעזיש: Indonesia), אפיציעל די רעפובליק פון אינדאנעזיע (אינדאנעזיש: Republik Indonesia), איז אַן אינזל לאַנד אין דרום־מזרח אַזיע און אקעאניע. זי איז א טייל פונעם מאליי ארכיפעלאג, צווישן אינדיע און אויסטראליע, און גרענעצט מאלייזיע, סינגאפור, פאפוא ניי גינע און מזרח טימאר. זי האט 17,508 אינזלען פון זיי בערך 6,000 זענען באפעלקערט. די הויפט אינזלען זענען דזשאווא, באלי, בארנעא, סולאוועסי און סומאטרא. די הױפּטשטאָט איז דזשאַקאַרטאַ, וואס געפינט זיך אויף דזשאווא. דאס לאנד ווערט צעטיילט אין 34 פראווינצן.
אינדאנעזיע איז דאס פערטע מערסט באפעלקערטע לאנד אויף דער וועלט, מיט מער ווי 255,000,000 איינוואוינער, און דאס מערסט באפעלקערטע איסלאמישע לאנד אין דער וועלט. די אפיציעלע שפראך פון לאנד איז באהאסא אינדאנעזיע.
אינדאנעזיע איז א גרינדער מיטגליד פונעם פארבאנד פון דרום-מזרח אזיאטישע פעלקער און א מיטגליד פון G-20 גרופע פון הויפט עקאנאמיעס פון דער וועלט.
אין אינדאנעזיע וואוינען הונדערטער פארשידענע עטנישע און לינגוויסטישע גרופעס. די גרעסטע עטנישע גרופע זענען די דזשאוואנעזער. דאס לאנד פארמאגט בריווחדיקע נאטירלעכע אוצרות פון נאפט, נאטירלעכע גאז, צין, קופער און גאלד. לאנדווירטשאפט פראדוצירט רייז, טיי, קאווע, געווירצן און גומע. די הויפט האנדל שותפים פון אינדאנעזיע זענען יאפאן, די פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע און די ארומיקע לענדער סינגאפור, מאלייזיע און אויסטראליע.
געאגראפיע
רעדאַקטירןאינדאנעזיע ליגט צווישן גארטל ליניעס 11°S און 6°N, און צווישן מערידיאנען 95°E און 141°E. זי איז דאס גרעסטע ארכיפעלאג לאנד אין דער וועלט, און ציט 5,120 קילאמעטער פון מזרח צו מערב און 1,760 קילאמעטער פון צפון צו דרום.
אינדאנעזיע באשטייט פון 17,508 אינזלען, 6,000 פון זיי באזעצט, אויסגעשפרייט אויפן לענג פונעם עקוואטאר, אזוי איז איר קלימאט טראפיש. די גרעסטע אינזלען זענען סומאטרא, בארנעא (נאר דער דרום טייל), דזשאווא, ניי-גינע ('איריאן' אין אינדאנעזיש; נאר דער מערב טייל), און סולאווסי.
די אינזלען געפינען זיך אויף טעקטאנישע פלאטעס וואס איז גורם צו ערדציטערנישן און צונאמי כוואליעס. אינדאנעזיע ליגט אויפן רינג פון פייער וואס גייט ארום דעם פאציפישן אקעאן און אנטהאלט עטלעכע וואולקאנען. דער מערסט בארימט אין קראקאטאע וואס האט זיך אויפגעריסן אין 1883. אום 26סטן דעצעמבער 2004 האט דער צונאמי א סך געשעדיקט דעם אינזל סומאטרא. אין סוף פון מיי 2006 האט פאסירט אן ערדציטערניש פון 6.3 גרויס אין דזשאווא און 5,800 מענטשן זענען אומגעקומען און נאך צענדליקע טויזנטער זענען פארוואונדעט געווארן פונעם ערדציטערניש און פון הייזער וואס זענען איינגעפאלן. אין אפריל 2012 האט אן ערדציטערניש מיט א שטארקייט פון 8.6 פאסירט 430 קילאמעטער פון סומאטרא.
פראווינצן
רעדאַקטירןאינדאנעזיע איז צעטיילט אין 34 פראווינצן. די פראווינצן זענען:
היסטאריע
רעדאַקטירןדי געשריבענע היסטאריע פון אינדאנעזיע גייט צוריק צום 7טן יארהונדערט. די האלענדער האבן אנגעהויבן קאלאניזירן די אינזלען אין 1596, און האבן געהערשט איבער די ״נידערלאנדישע־אינדיע״ פונעם 17טן יארהונדערט ביז דער צווייטער וועלט-מלחמה.
נאך דער צווייטער וועלט־מלחמה
רעדאַקטירןביי דער צווייטער וועלט־מלחמה האבן די יאפאנעזער פארטריבן די האלענדער אין 1942 און האבן איבערגענומען די הערשאפט איבער אינדאנעזיע. לויט א באריכט שפעטער פון די פאראייניגטע פעלקער, זענען פיר מיליאן מענטשן געשטארבן אין אינדאנעזיע דורך הונגער און צוואנג־ארבעט במשך דער יאפאנעזישער אקופאציע. די יידן פון אינדאנעזיע האבן זיי אריינגעלייגט אין לאגערן.
צוויי טעג נאך דער קאפיטולירונג פון יאפאן האט דער איינפלוסלעכער נאציאנאליסטישער פירער סוקארנא פראקלאמירט אומאפהענגיקטטיט און מען האט אים באשטימט פרעזידענט. סוקארנא האט געפירט אינדאנעזיע פון א דעמאקראטיע צו א דיקטאטור. אום 30סטן סעפטעמבער 1965 האט אנגעהויבן אן איבערקערניש קעגן אים אבער די מיליטער האט געקעמפט מיט אכזריות צו פארטיידיקן סוקארנא. זיי האבן אויסגעפירט גרויסע רציחות קעגן קאמוניסטן, לינקע און כינעזער, מיט צווישן 500,000 און א מיליאן טויטער (אנדערע האלטן אז צוויי אדער דריי מיליאן זענען אומגעקומען).
אין מערץ 1968 האט דער פירער פון דער מיליטער, סוהארטא, געפועלט אז מ׳זאל אים באשטימען פרעזידענט. ער האט געהאט די שטיצע פון די פאראייניגטע שטאטן און ער האט אנגעמוטיקט אויסלענדישע אינוועסטירונג אין אינדאנעזיע וואס דערפון האט אינדאנעזיע געזען דריי יארצענדליקן פון עקאנאמישע געוואוקס. נאכהער האט אינדאנעזיע געליטן עקאנאמיש און נאך פאפולערע פראטעסטירונגען האט סוהארטא רעזיגנירט דעם 21סטן מיי 1998. אין 1999 האט מזרח טימאר געשטימט ארויסצוטרעטן פון אינדאנעזיע נאך 25 יאר פון מיליטערישער אקופאציע. זייט סוהארטא׳ס רעזיגנאציע איז אינדאנעזיע געווארן מער דעמאקראטיש. די ערשטע גראדע פרעזידענט וואלן האט מען געהאלטן אין 2004 ווען מ׳האט געוויילט סוסילא באמבאנג יודהאיאנא און נאכאמאל פאר א צווייטן קאדענץ אין 2009. זייט דעמאלסט איז די עקאנאמיע אין לאנד גוט שטארק.
מזרח טימאר
רעדאַקטירן- זעט דעם הויפּט אַרטיקל – מזרח טימאר
אין 1975 האט אינדאנעזיע אינוואדירט מזרח טימאר, וואס איז פריער געווען א פארטוגעזישע קאלאניע, און האט אונטערגעדריקט זיינע איינוואוינער. אין יאר 2002, נאך א יארן לאנג ראנגל, האט מזרח טימאר באקומען זיין אומאפהענגיקייט.
עקאנאמיע
רעדאַקטירןאינדאנעזיע האט א געמישטע עקאנאמיע אין וואס סיי דער פריוואטער סעקטאר סיי די רעגירונג שפילט א ראלע. דאס לאנד האט די גרעסטע עקאנאמיע אין דרום-מזרח אזיע און איז א מיטגליד אין דער G-20 גרופע. איר ברוטא אינלענדישער פראדוקט (לויט קויפן קראפט פאריטעט) איז געווען $2.685 טריליאן אין 2014. די עקאנאמיע פון אינדאנעזיע איז די אכט גרעסטע אין דער וועלט (לויט קויפן קראפט פאריטעט). אין 2010 איז אינדאנעזיע געווען דאס 27סטטע גרעסטע עקספארט לאנד אין דער וועלט; איר הויפט עקספארט מארקן זענען יאפאן (17.28%), סינגאפור (11.29%), די פאראייניגטע שטאטן (10.81%) און כינע (7.62%). די גרעסטע פארזארגער פון אימפארט קיין אינדאנעזיע זענען סינגאפור (24.96%), כינע (12.52%) און יאפאן (8.92%).
אינדאנעזיע איז דער צענטראלער פראדוצירער פון נאפט אין מזרח אזיע. דערצו זענען די אינזלען רייך אין נאטירלעכער גאז, צין, קופער און גאלד. לאנדווירטשאפט איז א צענטראלע אקטיוויטעט מיט רייז דער וויכטיקסטער געוויקס. אנדערע געוויקסן זענען טיי, קאווע, געווירצן און גומע.
אינדאנעזיע האט א גאנץ שיינע אויטאמאביל אינדוסטריע וואס האט פראדוצירט 1.4 מיליאן מאטאר פֿארמיטלען אין 2014, דער 15טער גרעסטער פראדוצירער אין דער וועלט.
טראנספארט
רעדאַקטירןדער הויפט טראנספארט איז אויף די שאסייען, וואס זענען לאנג אינגאנצן 437,759 ק״מ (אין 2008). אין דזשאקארטא איז פאראן די טראנסדזשאקארטא בוס גיך־סיסטעם, וואס איז די גרעסטע אין דער וועלט מיט 300,000 פאסאזשירן טאג טעגלעך.
דעמאגראפיע
רעדאַקטירןמער ווי 700 עטנישע גרופעס וואוינען אין אינדאנעזיע און זיי געהערן צו א סך קולטורעלע גרופעס, צווישן זיי אינדישע, כינעזער, אראבער, מאלייער און אייראפעישע.
טוריזם
רעדאַקטירןסיי נאטור סיי קולטור זענען הויפט קאמפאנענטן פון אינדאנעזישן טוריזם. די נאטירלעכע ירושה האט אן איינציקע קאמבינאציע פון א טראפישן קלימאט, גאר גרויסן ארכיפעלאג און א לאנגע שטרעקע פון פלאזשעס. די נאטירלעכע אטראקציעס זענען דערגאנצט מיט א רייכער קולטורעלער ירושה וואס שפיגלט אפ אינדאנעזיע׳ס דינאמישע היסטאריע און עטנישע פארשיידנקייט. די אוראלטע פראמבאנאן און באראבודור טעמפלען, טאראזשע און באלי, מיט זיינע הינדואישע חגאות, זענען טייל פון די פאפולערע צילן פאר קולטורעלן טוריזם.
אינדאנעזיע האט א גוט-פרעזערווירטע נאטירלעכע עקא־סיסטעם מיט רעגנוועלדער וואס שפרייטן איבער בערך 57% פון אינדאנעזיע׳ס לאנד שטח (225 מיליאן אקער). וועלדער אויף סומאטרא און קאלימאנטאן זענען ביישפילן פון פאפולערע טוריסטן־צילן, ווי למשל אראנג אוטאן נאטור־רעזערוואט. נאכמער, האט אינדאנעזיע איינע פון די לענגסטע בארטן־ליניעס אין דער וועלט, לאנג 54,716 קילאמעטער.
אונטערטויכן אין אינדאנעזיע איז סיי אויסגעצייכנט סיי ביליג, מיט 20% פון דער וועלט׳ס קאראל ריפֿן, מער ווי 3,000 פארשידענע זגאלן פון פיש און 600 קאראל זגאלן, טיף־וואסער שאנצן און ווראקן פון דער צווייטער וועלט־מלחמה.
קולטור
רעדאַקטירןאינדאנעזיע האט עטלעכע 300 עטנישע גרופעס, יעדע איינע מיט א קולטורעלער אידענטיטעט אנטוויקלט דורך יארהונדערטער און באאיינפלוסט פון אינדישע, אראבישע, כינעזישע און אייראפעאישע קוואלן. למשל, טראדיציאנעלע דזשאוואנעזע און באלינעזע טאנצן שליסן איין אספעקטן פון הינדואישער קולטור און מיטאלאגיע.
טעקסטילן ווי באטיק, אולאס און סאנגקעט ווערן געשאפן דורכאויס אינדאנעזיע אין פארשידענע סטילן לויט די געגנטן.
מוזיק
רעדאַקטירןדי מוזיק פון אינדאנעזיע גייט צוריק איידער ס׳האט אנגעהויבן די היסטארישע באריכטונגען. פארשידענע אינדאנעזישע שבטים האבן געזאנגען מיט מוזיק־אינסטרומענטן אין זייערע ריטואלן. טראדיציאנעל אינדאנעזישע אינסטרומענטן שליסן איין אַנקלונג, קאקאפי סולינג, סיטעראן, גאנג, גאַמעלאַן, דעגונג, גאנג קעביאַר, בומבונג, טאַלעמפאנג, קולינגטאַנג און סאַסאַנדא.
ספארט
רעדאַקטירןדי פאפולערסטע ספארטן זענען באדמינטאן און פוטבאל. אינדאנעזישע שפילער האבן געווינען דעם טאמאס קאפ פאר באדמינטאן 13 מאל פון די 26 מאל וואס מ׳האט געהאלטן דעם פארמעסט זייט 1949.
מעדיע
רעדאַקטירןווען פרעזידענט סוהארטא האט געהערשט אין אינדאנעזיע האט דער דעמאלסטיקער מיניסטעריום פון אינפארמאציע קאנטראלירט די אינלענדישע מעדיע און האט באגרענעצט די אויסלענדישע מעדיע. זייט דער ענדע פון זיין הערשאפט איז פאראן מער מעדיע פרייהייט.
ליטעראטור
רעדאַקטירןס׳איז געבליבן שריפטן אויף סאנסקריט וואס גייען צוריק צום 5טן יארהונדערט. מאדערנע אינדאנעזישע ליטעראטור שטאטמט פון דער סומאטרישער טראדיציע.
אַזיע-לענדער |
---|
אוזבעקיסטאן · אזערביידזשאן · אינדאנעזיע · אינדיע · איראק · איראן · אָמאַן · אפגאניסטאן · ארמעניע · בהוטאן · באכריין · באנגלאדעש · ברוניי · גרוזיע · דרום קארעע · וויעטנאם · טאדזשיקיסטאן · טורקמעניסטאן · טיילאנד · טערקיי · יאפאן · יארדאניע · ישראל · כינע · לאַאָס · לבנון · מאלדיוון · מאלייזיע · מאנגאליי · מזרח טימאר · מיאנמאר · נעפאל · סאודי אראביע · סיריע · סינגאפור · סרי לאנקא · פאקיסטאן · פאראייניגטע אראבישע עמיראטן · פיליפינען · ציפערן · צפון קארעע · קאזאכסטאן · קאטאר · קאמבאדיע · קואווייט · קירגיזסטאן · רוסלאנד · תימן |
רעפערענצן
רעדאַקטירן- ↑ Mark Elliott ... (נאוועמבער 2003). אינדאנעזיע. מעלבורן: Lonely Planet Publications Pty Ltd, 211–215. ISBN 1-74059-154-2.