האקיידא

אינזל אין יאפאן

האקיידא (יאפאניש: Hokkaidō 北海道) איז דער צווייטער גרעסטער אינזל אין יאפאן (נאך האנשו) און דער 21סטער גרעסטער אינזל אין דער וועלט. דער גאנצער אינזל איז איין פרעפעקטור וואס איז דער מערסט צפונדיקער און דער גרעסטער פרעפעקטור אין גאנץ יאפאן. צווישן האקיידא און האנשו געפינט זיך דער צוגארו דורכגאס (Tsugaru). אונטער דעם דורכגאס גייט דער סייקאן טונעל (Seikan Tunnel), וואס איז לאנג 53.85 ק"מ און איז דער לענגסטער באן טונעל אין דער וועלט. די גרעסטע שטאט אויפן אינזל איז סאפארא (Sapporo), די הויפטשטאט פונעם פרעפעקטור.

דער אינזל האקיידא (טונקל־גרין אויף דער מאפע)

דער אינזל געפינט זיך ביים צפון עק פון יאפאן, לעבן רוסלאנד, און איז ארומגענומען מיט דעם פאציפישן אקעאן, דעם יאפאנער ים און דעם אכאצקער ים. דער צענטער פונעם אינזל שפארט איין עטלעכע בארגקייטן און אויך וואולקאנישע פלוינען. דער אינזל איז טעטיק סייסמיש, און ליידט פון כסדרדיקע ערדציטערנישן.

דער אינזל האט א שטח פון 83,452.47 קוואדראט ק"מ, און א באפעלקערונג פון 5,702,131 באוואוינער (ריכטיק פאר 2003).

דעם 25סטן סעפטעמבער 2003 האט פאסירט אויפן אינזל א טויטלעכער ערדציטערניש מיט א שטארקייט פון 8 אויפן ריכטער סקאלע.

וועבלינקען רעדאַקטירן

 
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: האקיידא


קאארדינאטן: 43°N 142°E / 43°N 142°E / 43; 142