מעקסיקע ווערט אנגערופן א האלב-אינדוסטריאליזירט לאנד אזוי ווי ארגענטינע, בראזיל און טשילע. דאס לאנד איז רייך אין אינדוסטריעלע אוצרות, אריינגערעכנט נאפט און עטליכע ערליי מעטאלן. דאס לאנד'ס פאבריקאציע ארויסגעבונג האט זיך שטארק פארמערט אין דער צווייטער העלפט פונעם 20סטן יארהונדערט, און רעכנט אריין אייזן, מאשינעריע, פעטראכעמיקאלן און א רייע פון קאנסומער פראדוקטן. די ארגיקולטור פארנעמט נאך היינט מער ווי האלב פון אלע דזשאבס אין לאנד אבער די פארמער פארדינען זייער שוואך און אסאך קענען קוים איבערלעבן דאס יאר.

נאך דער צווייטער וועלט מלחמה איז מעקסיקע געווען פון די לענדער וועלכע זענען געווען באקאנט מיט זייער שנעל וואקסנדיגע עקאנאמיע. דורכאויס יענע צייט האט זיך מעקסיקא'ס עקאנאמיע געטוישט פון אן ארגיקולטור צו אן עקאנאמיע וועלכע איז געבויט אויף סערוויס און פאבריקאציע. וויאזוי אימער, האט זיך די וואוקס שנעל אפגעשטעלט אין 970' ווען איר עקאנאמיע האט זיך אנגעהויבן ראנגלען און דאס לאנד איז אריינגעפאלן אין שווערע חובות. יענע צייטן זענען געווען זייער שווער עקאנאמיש אין די גאנצע וועלט און מעקסיקע האט געהאט שוועריקייטן צו קענען בארגן געלט ביז אין די שפעטע 1970ער יאר ווען זי האט געבארגט ביליאנען דאלארן פאר גאר הויכע אינטערעסט ראטע'ס מיט'ן חשבון אויפצוארבעטן איר אויל אינדוסטריס און אזוי צוריקצאלן דאס געלט און ראטעוון דאס לאנד פון אן עקאנאמישן צוזאמענברוך. מעקסיקע האט טאקע אזוי געטאן אבער האט געהאט א שטארקן דורכפאל אין די 1980ער יארן ווען דער פרייז פון אויל איז שטארק געפאלן וועלכע האט איר צונישט געמאכט אלע פלענער. דאס לאנד איז ווידער אריינגעפאלן אין חובות און האט נישט געקענט באצאלן אירע הלוואה איינצאלונגן (לאון פעימענטס) וועלכע האט איר געפירט צו א רעסעסיע, צווינגנדיג איר איבערצוארבעטן דאס לאנד'ס אויסערן חובות און שניידן רעגירונג'ס בודזשעטן און סאציאלע פראגראמען.

די עקענאמישע רעסעסיע האט געפירט די רעגירונג איבערצוקוקן איר נאציאנאלע עקאנאמישע פאליסי וועלכע האט פארזיכערט דאס לאנד'ס יונגע אינדוסטריס דורך איינשטעלן הויכע טעריפס אויף אימפארטן. די טעריפס האבן געהעכערט די פרייזן פון אימפארטן וועלכע זענען געקומען פון די פאראייניגטע שטאטן און האט געקוראזשט די מעקסיקאנער איינוואוינער צו קויפן די ביליגערע פראדוקטן וועלכע זענען געמאכט אין מעקסיקע. פון די אנדערע זייט האבן אבער אסאך פירמעס פארלוירן אסאך ביזנעס צוליב די אפגעשוואכטע קאנקורענץ אין וועלכע קלענערע פירמעס זענען ארויסגעפאלן. צו לעזן דעם פראבלעם האט די רעגירונג אנגעהויבן ביסלעכווייז פריוואטיזירן אסאך ביזנעסער וועלכע האבן באלאנגט פאר די רעגירונג ווי בענק, יוטיליטיס, עירליינס, און פאבריקאציע פירמעס וואס האט געגעבן א פרישע מעגליכקייט פאר מערערע קאנקורענץ. אין 1994 האט מעקסיקע זיך איינגעשלאסן אין נאפט"א (נארט אמעריקן פרי טרעיד אגרימענט) וועלכע איז א פרייע האנדל'ס אפמאך צווישן די פאראייניגטע שטאטן, קאנאדע, און מעקסיקע. פאר מעקסיקע האט זיך עס שטארק געלוינט פאר אירע עקספארטן וועלכע האבן זיך פילפאכיג פארמערט מיט עלימינירטע טעריפס.

די מעקסיקאנער רעגירונג איז באגאנגן א פאטאלער טעות אין יענע יארן ווען זי האט אין די ענדע 80'ער יארן ארויפגעלייגט די ווערט פון איר פעסא (דאלאר) זייער הויך כדי זיך צו קענען פארמעסטן מיט די אמעריקאנער און קאנאדער דאלאר. יעדער דאלאר וואס איז אויפגעטוישט געווארן איז באמת געווען ווייניגער ווערט און מיט די יארן האט די רעגירונג איינגעזען אז עס קען נישט אזוי ווייטער אנגיין האט זי פארראכטן דעם פראבלעם דורך אראפנידערן דעם פעסא צו זיין ריכטיגן ווערט. דאס האט אבער געגעבן א שרעקליכן קלאפ פאר די עקאנאמיע ווייל טויזענטער אויסלענדישע אינוועסטארס האבן באלד ארויסגענומען זייערע געלטער אין די ווערט פון מיליאנען דאלארן.

צו שטיצן די פעסא און פארמיידן א טאטאלע עקאנאמישע צוזאמענברוך האט די פאראייניגטע שטאטן אינאיינעם מיט די וואורלד בענק געגעבן פאר מעקסיקע אן עמערגענץ הלואה אין 1995. עס האט שוין אבער גארנישט געהאלפן, מעקסיקע איז געשטאנען אין איר שווערסטע מצב וואס אמאל און האט געהאט א באלדיגע עפעקט אויף די וואוינונג סטאנדארטן און זייער אסאך אייוואוינער זענען אריינגעפאלן אין ארימקייט. דאס לאנד'ס דזשי-די-פי (גראוס דאמעסטיק פראדאקט, די ווערט פון אלע גוטס און סערוויסעס פראדוצירט דאמעסטיק אין א לאנד) איז געפאלן מיט 6.2 פראצענט אין איין יאר. אין די לעצטע צוויי דריי יאר האט זיך מעקסיקא'ס עקאנאמיע ענדליך פארבעסערט. רוב פרישע געלט קוועלער זענען געקומען פון נייע פאבריקאציע און אסאך גראבונג. וויאזוי אימער, קען זיך מעקסיקע נאך ווייט פון באטראכטן אלס אן עקאנאמישער שטארק לאנד, ספעציעל ווען עס קומט צו אמעריקע און קאנאדע, מיט וועמען זי טוט ביזנעס און האנדל. מעקסיקא'ס דזשי-די-פי פון דעם פארגאנגענעם יאר איז געווען 617.8 ביליאן דאלאר.


ארבעט'ס קראפט רעדאַקטירן

צוליב מעקסיקא'ס שנעלע וואוקס איז איר ארבעט'ס קראפט אויך זייער שנעל געוואקסן זינט די 1970 יארן. ביז א יאר צוריק איז די ארבעט'ס קראפט געוואקסן צו 41.3 מיליאן מענטשן, פון דעם 67 פראצענט מענער און 33 פראצענט פרויען. מעקסיקאנער אפישעלס שאצן אז אין די באוואוינטע געגענטער זענען אינגאנצן 3 פראצענט ארבעטסלאז. אבער פראפעסיאנאלע אנאליסטן שאצן דאס אסאך העכער און טענה'ן אז עס שטייגט גאר איבער אסאך אנדערע ארימע לענדער. די הויכע ארבעטסלאזיקייט ראטע האט געברענגט הונדערטער צו אנטלויפן פון מעקסיקע צו די פאראייניגטע שטאטן אומלעגאלערהייט. דורכאויס די 1980ער און אנפאנג 1990ער יארן איז די ארבעט'ס קראפט אריבער אין א נייע פאזע ווען די אלטע גוט באצאלטע אינדוסטרי און פאבריקאציע דזשאבס זענען געווארן שוואך באצאלטע פאזיציעס און סערוויס האט אנגעהויבן איבערנעמען די עקאנאמיע. היינט צו טאג פארנעמט סערוויס 55 פראצענט פון די ארבעט'ס קראפט, אינדוסטרי און פאבריקאציע פארנעמען 27 פראצענט, און ארגיקולטור פארנעמט ארום 18 פראצענט. ווייניגער פון א פינפטל פון מעקסיקא'ס ארבעט'ס קראפט באלאנגן צו א יוניאן און די עטליכע יוניאנס וועלכע זענען שוין יא פאראן זענען אלע אונטער די רעגירונג. דער הויפט סיבה דערצו איז ווייל די מעקסיקאנער ארבייטער האבן זיך אפגעבריט פון די קארופטירטע יוניאנס וועלכע האבן געמאכט מער שאדן ווי אויפטוען.


ארגיקולטור רעדאַקטירן

רוב פון מעקסיקא'ס לאנד איז צו טרוקן אדער בערגיק פאר ארגיקולטור, נאר ארום 14 פראצענט פון די ערד איז קולטיווירט אדער גענוצט פאר פלאנצונגן. טראץ איר קליינע פראצענט פון גוטע ערד ווערן רוב פרוכט און גרינצייג וואס ווערט געגעסן אין מעקסיקע געפלאנצט אין לאנד און זייער א קליינע פראצענט ווערט אימפארטירט פון אמעריקע. די איינציגסטע ארגיקולטור פראדוקט וועלכע מעקסיקע מאנגלט איז מילך וועלכע זי אימפארטירט פון די פאראייניגטע שטאטן.

אגריקולטור פארנעמט אינגאנצן 4 פראצענט פון מעקסיקא'ס ברוטא אינלענדישער פראדוקט טראץ וואס א פינפטל פון די ארבעט'ס קראפט ארבעטן אין דעם סעקטאר ווי פריער דערמאנט. דער נומער ווערט קלענער יעדעס יאר און די אימפארטן וואקסן מיט יעדע פארבייגייענדיגן טאג. א גרויסע טייל פון מעקסיקאנער פארמער ארבעטן ביטער שווער אבער מיט אזעלכע שוואכער פעלדער מאכן זיי קוים ברויט אויף הויזן און האבן פונקט גענוג צו שפייזן זייערע פאמיליעס. אפילו די גרעסערע ארגיקולטור פירמעס פארדינען אויך נישט אזוי סאך געלט ווייל די רעגירונג רעכנט זיך נישט מיט זיי און זיי באקומען נישט די ריכטיגע עקוויפמענט צו קענען מאכן וואקסן גוטע פרוכט. דאס האט מיט די יארן שטארק פארמינערט די ארגיקולטור ארבעט און זייער אסאך דערפישע מענטשן זענען אריבער וואוינען אין די גרויסע שטעט.

עס איז באקאנט אז די ארימע מעקסיקאנער לעבן אויף קארן און באנדלעך וועלכע וואקסן דארט אין גרויסע קוואנטום ארום די הויפט שטאט און אויף נאך עטליכע ערטער. די ארימע איינוואוינער מאכן פארשידענע ערליי געקעכטס מיט די הויפנס קארן און באנדלעך וועלכע ווערט נישט געזען אין די גאנצע וועלט. פאר זיי צו קויפן אביסל זיסע פרוכט אדער גרינצייג מוז שוין זיין עפעס א ספעציעלע געשעעניש און מען באצאלט דערפאר א פרייז. די פארמעגליכע איינוואוינער לעבן אבער אין גאנץ אן אנדער וועלט און ווייסן ניטאמאל פון די קארן און באנדלעך צו זאגן. דאס בעסטע ארט פאר פלאנצונגן איז ארום מעקסיקע סיטי וואו עס וואקסן אלע ווייץ, גערשטן, סיטרוס פרוכט, רייז, קאווע, קאטאן, צוקער, און בעסערע גרינצייג. טייל פון די אויבנדערמאנטע געוואוקסן ווערן עקספארטירט צו אנדערע לענדער, מיינסטענס קיין אמעריקע. די מערסט עקספארטירטע געוואוקס איז קאווע וועלכע גייט צו אסאך לענדער און הייסט גוטע קאווע.


וועלדער רעדאַקטירן

מעקסיקע פארמאגט אסאך וועלדער אין אלע עקן פון לאנד טראץ וואס א גרויסע טייל פון וועלדער זענען אויסגעהאקט געווארן במשך די יארן. מען שאצט אז בעפאר מעקיסקא איז געווארן באוואוינט זענען צוויי דריטל פון דאס לאנד'ס שטח געווען באדעקט מיט וועלדער. היינט דעקן די וועלדער ארום 29 פראצענט פון לאנד. די רעגירונג האלט א שטרענגע קאנטראל אויף די וועלדער און עס איז נישט ערלויבט צו שניידן ביימער פאר סיי וועלכע נויט. טראץ די שטרענגע קאנטראל זענען פארלוירן געגאנגן א זעקסטל פון אירע פארבליבענע וועלדער צווישן די יארן פון 970' ביז 985' וועלכע זענען אפגעשניטן געווארן דורך קליינע פירמעס וועלכע האבן דאס געדארפט פאר פארשידענע צוועקן.

די מעקסיקאנער וועלדער פארמאגן אלע סארט ביימער פון וועלכע מען קען ארויסנעמען די טייערסטע סארט העלצער ווי אוק, מעהאגעני, לאגוואוד, ראזוואוד, פיין, און ספרוס. עס ווערן פראדוצירט אסאך פון די טייערע האלץ אבער פשוט'ע פאפיר און קארד-באורד מאכט מען נישט דארט און מען אימפארטירט עס פון די פאראייניגטע שטאטן. מעקסיקע זעלבסט האט געמאכט גרויס נוצן פון אירע וועלדער און האבן אויפגעבויט קונצליכע ווערק געמאכט פון די טייערסטע העלצער.


גראבונגען און פאבריקאציע רעדאַקטירן

גראבונגען איז שטענדיג געווען די הויפט אינדוסטריע אין מעקסיקע, ספעציעל זילבער און קופער. כאטש דאס לאנד'ס נאפט אויסגראבונג האט שוין איינמאל געהאט שטארק איבערגעטריבן די זילבער און קופער, סיי אין געלט און סיי אין קוואנטום, איז זילבער נאך אלץ פארבליבן די הויפט אויסגראבונג סימבאל פון מעקסיקע און פארנעמט נאך היינט א גרויסע פראצענט פון דאס לאנד'ס עקספארט. מעקסיקא'ס זילבער און קופער ווערן עקספארטירט אויף די גאנצע וועלט און האט קיינמאל נישט געהאט קיין אפשוואכונג אפילו אין מעקסיקא'ס שוואכסטע יארן. זאלץ איז אויך א גרויסע ביזנעס דארט. מען גראבט אויס זייער אסאך זאלץ פון וועלכע גאר א גרויסע טייל ווערט עקספארטירט איבער גאנץ נארט אמעריקע.

אין 2001 איז מעקסיקע געשטאנען דער פינפטער גרעסטער פראדוצירער פון נאפט, דער וועלט'ס גרעסטע פראדוצירער אין זילבער, און איינע פון דער וועלט'ס גרעסטע פראדוצירערס אין קופער, זאלץ, שפיזגלאז און נאך עטליכע אומבאקאנטע מינעראלן. נאפט אוצרות זענען געשאצט געווארן אין די 80'ער יארן אלס 80 פראצענט פון די סך הכל פארדינסט פון מעקסיקא'ס עקספארט. אבער היינט האט פאבריקאציע איבערגענומען דעם אויבנאן און נאפט גרייכט היינט נאר 8 פראצענט פון דאס לאנד'ס עקספארט. ביז אין די 1930 יאר זענען רוב גראבונגען ביזנעסער קאנטראלירט געווארן דורך אויסלענדישע פירמעס וועלכע האבן געהאט די ריכטיגע ערפארונג אין דעם סעקטאר. אן אמעריקאנער פירמע, צום ביישפיל, האט קאנטראלירט מעקסיקא'ס גאנצע נאפט ביזנעס אבער נאך די מעקסיקן רעוואלוציע זענען אלע גראבונגן אריבער אונטער די מעקסיקאנער רעגירונג און זענען שפעטער פריוואטיזירט געווארן, אויסער נאפט וועלכע פונקציאנירט נאך היינט אונטער די רעגירונג'ס קאנטראל.

ווי דערמאנט האט די מעקסיקאנער רעגירונג זיך אסאך פארלאזט אויף איר אויל ביזנעס. אין די 1970ער יארן ווען די עקאנאמיע איז געשטאנען אין א שווערע מצב און זי האט געמוזט בארגן גרויסע געלטער האט זי גערעכנט צו באצאלן די הלוואה איינצאלונגן דורך די געלטער וואס זי וועט פארדינען פון די נאפט ביזנעס. למעשה זענען די פרייזן פון אויל געפאלן אין די 1980ער יארן און מעקסיקע האט מער נישט געקענט באצאלן די איינצאלונגן און האט געמוזט שניידן רעגירונג'ס בודזשעטן און סאציאלע סערוויס ווי פריער דערמאנט. אין 1998 האט אן אויל סורפלוס אין די וועלט געצווינגן סאדיע אראביע, וועניזועלא, און מעקסיקע צו פארמינערן די אויל פראדוקציע און די פרייזן זענען ווידער געפאלן. די רעגירונג האט דאן געשניטן 1.5 ביליאן דאלאר פון איר יערליכן בודזשעט.

ווי פריער דערמאנט האט פאבריקאציע איבערגענומען דעם אויבנאן פון די עקאנאמיע אין די פריע 980' יארן. היינט פארנעמט די פאבריקאציע סעקטאר כמעט 20 פראצענט פון די דזשי-די-פי. די גרעסטע טיילן פון די פאבריקאציע סעקטאר זענען אסעמבלי (צוזאמענשטעלן פראדוקטן) און לעקטערס. טויזענטער ריזיגע פירמעס פון די פאראיינגטע שטאטן און יאפאן שיקן אפ זייערע רויע פראדוקטן קיין מעקסיקע וואו זיי ווערן צוזאמענגעשטעלט און דערנאך צוריקגעשיקט צו זייער היימלאנד. מעקסיקאנער פירמעס פראדוצירן אויך אויטאס, צעמענט, פעטראכעמיקאלן, מעטאלן, גומען פראדוקטן, פלאסטיק, פאפיר פראדוקטן, ציגאר און ציגארעטן, טעקסטיילס, קליידונג, שיך, גלאזערנע פראדוקטן, ביר, און סאפט דרינקס, און פארשידענע הויז אפלייענסעס.

ענערגיע רעדאַקטירן

די גרעסטע טייל פון עלעקטריע אין מעקסיקע ווערט געשאפן פון טערמאל קראפט פלענטס וועלכע ברענען אויל אדער קוילן. אין יאר 01' זענען די טערמאל פלענטס געשאצט געווארן צו ברענגן 79 פראצענט פון עלעקטריסיטי אין לאנד. היידרא-עלעקטריק, ווערט געטריבן דורך וואסערפאלן אדער וואסער דאמבעס, איז די צווייטע גרעסטע קוואל פאר לעקטער מיט 14 פראצענט, און נוקלעארע קראפט ברענגט נאר 4 פראצענט. דאס איבעריגע ווערט געשאפן דורך אנדערע וועגן. דאס לאנד'ס גרויסע היידרא-עלעקטריק פלענטס געפינען זיך אויף בערג אין די פאלגנדע פינף שטעט: טשיאפעס, גוריראו, מיקאאקען, פואיבלא, אין מעקסיקע סיטי. די פעדעראלע עלעקטריק קאמיסיע איז פאראנטווארטליכט אויף אלע היידרא-עלעקטריק קראפט. נאטורליכע גאזאלין, געהאלטן אין א קליינע טאנק נעבן די הויז, איז שטארק צעשפרייט צווישן מעקסיקאנער איינוואוינער וועלכע נוצן דאס צו קאכן און הייצן וואסער. מען זאגט אז מעקסיקע האט אסאך גאזאלין אוצרות אבער זי האט דאס קיינמאל נישט אויפגעארבעט. מעקסיקע פארמאגט א ריזיגע אויל פירמע מיט'ן נאמען "פעמעקס" וועלכע האט די גאנצע מאנאפאלי איבער די אויל און גאזאלין. די פירמע גראבט אויס אלע אויל ביי די ברעגעס פון דעם גאלף אוו מעקסיקע. גאזאלין וואס ווערט גענוצט אין אויטאמאבילן פלעגן שטענדיג קאנטראלירט ווערן ביי די רעגירונג און מען האט נאר געקענט קויפן גאזאלין ביי רעגירונג פרענטשייס געשעפטן. אין 1994 האבן פריוואטע פירמעס געמעגט עפענען גאז סטאנציעס.


אויסערן האנדל רעדאַקטירן

אויסערן האנדל איז די וויכטיגסטע עלעמענט פאר די וואוקס פון מעקסיקא'ס עקאנאמיע. מיט'ן אונטערשרייבן די נאפט"א אפמאך מיט די פאראייניגטע שטאטן און קאנאדע אין 92' האבן די מעקסיקאנער קעפ איינזייטיג באשלאסן אז די צוקונפט פון דאס לאנד'ס עקאנאמיע ליגט אין אויסערן האנדל און די אנטוויקלונג פון א קאנקורירטע עקספארט אריענטירטע עקאנאמיע. די אפמאך האט באלד געפירט צו רעדוצירטע טעריפס אין אלע דריי לענדער. מעקסיקע האט געהאט גרויסע פלענער, רעכנענדיג אז אלס א ביליגערע ארבעט'ס קראפט וועלן די מעקסיקאנער ביזנעסער האבן די מעגליכקייט צו עקספארטירן גאר אסאך סחורה צו די אמעריקאנער און קאנאדער מארקעט. דערווייל האבן זיך זייער אסאך ביזנעסער צוגעמאכט ווען זייערע פראדוקטן האבן זיך נישט געקענט פארמעסטן מיט די אמעריקאנער מער פארגעשריטענע פראדוקטן. רוב פון די פירמעס זענען געווען קליינע אדער מיטלגאטיגע ביזנעסער וועלכע האבן נישט צופיל אויסגעמאכט פאר די עקאנאמיע אבער עס האט געשאפן די ארבעטסלאזיקייט פראבלעם וועלכע איז איינע פון די ארגסטע פראבלעמען וועלכע א לאנד קען האבן.

אלס א קאנסקעווענץ פון מעקסיקא'ס עקאנאמישע קריזיס אין 94' און די פאלנדיגע קאסטן צו דעוועלאפן פראדוקטן אין לאנד, האט עקספארט געשפילט די גרעסטע ראלע אין מעקסיקא'ס קריזיס ערהוילונג. אמעריקע האט דעמאלט געשריבן מערערע קאנטראקטן מיט מעקסיקאנער פירמעס און די ווערט פון מעקסיקא'ס עקספארט צו די פאראייניגטע שטאטן האט איבערגעשטיגן די ווערט פון עקספארטס פון די פאראייניגטע שטאטן צו מעקסיקע. אינעם ערשטן יאר פון ווען די נאפט"א אפמאך איז אריין אין קראפט האט די האנדל צווישן די פאראייניגטע שטאטן און מעקסיקע דעגרייכט מער ווי 100 ביליאן דאלאר וואס איז געווען א 23 פראצענטיגער שפרינג פון א יאר פריער. מיט די יארן האבן זיך די נומערן רעדוצירט אבער נאך היינט רעכנט זיך די האנדל צווישן די צוויי לענדער מיט 11 פראצענט מער ווי אין 93', א יאר בעפאר די אפמאך איז אריין אין קראפט. די עקאנאמישע עפעקט פון די נאפט"א אפמאך איז הייס דעבאטירט געווארן אין מעקסיקע, קאנאדע, און די פאראייניגטע שטאטן. מעקסיקע און די נאפט"א שטיצער האבן געצייגט אז דער אפמאך האט געראטעוועט מעקסיקע פון אן עקאנאמישער אונטערגאנג וועלכע וואלט געגליטשט פיל טיפער ווען נישט די פרייע האנדל. אפילו אין די נאכפאלגנדיגע יארן און היינט איז די פרייע האנדל פון די הויפט שליסלן צו מעקסיקא'ס עקאנאמיע. זיי צייגן אז צווישן אויגוסט און יאנואר 96' איז די סך הכל עקספארט געווען 17 פראצענט העכער ווי א יאר פריער. אויטא פראדוקציע האט דאס מערסטע פארדינט פון די פרייע האנל, פארמערנדיג זיך מיט 23 פראצענט און טראק פראדוקציע איז גאר געשטיגן מיט 132 פראצענט.

קריטיקירער האבן אבער געוויזן אז נאר די מולטינאציאנאלע פירמעס האבן הנאה געהאט פון נאפט"א ווען די מעקסיקאנער בירגער האבן גארנישט פארדינט, פארקערט גאר טייל קלענערע ביזנעסער האבן זיך פארמאכט און אסאך מענטשן האבן פארלוירן זייערע דזשאבס. אויסער דעם זענען געהאלטן גאר אראפ אנשטאט ארויף וואס איז נאר געקומען א דאנק די נאפט"א אפמאך וועלכע האט געעפענט א נייע מארקעט פאר אסאך פירמעס און זיי זענען מער נישט אינטערעסירט געווען צו צאלן גוטע געהאלטן כדי די ארבייטער זאלן קענען קויפן זייערע אייגן געמאכטע פראדוקטן. מעקסיקע האנדל'ט אויך מיט אנדערע לענדער אויף א גרויסן פארנעם. די לענדער מיט וועלכע זי האנדל'ט דאס מערסטע זענען: די פאראייניגטע שטאטן, קאנאדע, דייטשלאנד, יאפאן, שפאניע, טשילע, דרום קארעא, און טייוואן. רוב אימפארטירטע פראדוקטן קומען פון די פאראייניגטע שטאטן, יאפאן, דייטשלאנד, קאנאדע, כינע, דרום קארעא, און טייוואן. מעקסיקע ווערט פאררעכנט אלס איינע פון די גרעסטע האנדלער מיט די פאראייניגטע שטאטן טראץ וואס זי איז פיל קלענער. מעקסיקע איז אויך א מיטגלידער אין מערערע האנדל'ס אגרימענטס ווי די לאטיין אמעריקע עקאנאמיק סיסטעם (עס-אי-על-עי) און די וואורלד טרעיד ארגאניזאציע (דאבעליו-טי-או) אבער זי שפילט נישט קיין גרויסע ראלע אין קיין איינע פון זיי.


וואלוטע און באנקירונג רעדאַקטירן

מעקסיקא'ס וואלוטע ווערט אנגערופן די פעסא. דער אמעריקאנער דאלאר ווערט ברייט גענוצט אין מעקיסקא צוליב איר גיאגראפישע נאנטקייט און ברייטע אמעריקאנער טוריזם. די פעסא איז ווערט צווישן 5 און 9 פעסאס צו א יו-עס דאלאר זינט 94'. פארגאנגענעם יאר איז די פעסא געשטאנען ביי 9.34 פעסאס פער יו-עס דאלאר. די מעקסיקאנער רעגירונג טוט טיילמאל אראפנידערן די ווערט פון די פעסא ביי א עקאנאמישע סיטואציע אין וועלכע די קאסטן פון גוטס און סערוויס (געמאסטן אין יו-עס דאלאר) שטייגן איבער די אקטועלע ווערט וואס טוט אפשוואכן אויסלענדישע טוריזם און דאס קויפן מעקסיקאנער פראדוטן אויף די גלאבאלע מארקעט. מעקסיקא'ס פעדעראלע רעזערוו באנק איז די באנק אוו מעקסיקע, א רעגירונג'ס אפערירטע צענטראלע באנק וועלכע טוט אויך קאנטראלירן אלע געלטליכע אישוס און אבזערווירט די אקציעס פון אלע בענק אין לאנד. אלע בענק זענען ערשט געווען אונטער די רעגירונג'ס קאנטראל אבער זענען שפעטער פריוואטיזירט געווארן נאכדעם וואס ביזנעסלייט האבן פארפירט. זינט מעקסיקע איז אריין אין די נאפט"א אפמאך האט זי געעפענט איר באנקירונג פאר די אינטערנאציאנאלע מארקעט און האט אנגעהויבן ערלויבן אויסלענדישע בענק צו אפערירן אין מעקסיקע. אסאך מעקיסקאנער בענק האבן גרויסע חובות ווייל זייער אסאך איינוואוינער קענען נישט באצאלן זייערע לאונס. מעקסיקע האט א סטאק עקסטשעינדזש אין מעקסיקע סיטי און עטליכע מעקסיקאנער פירמעס זענען אויסגערעכנט אויף די ניו יארקער סטאק עקסטשעינדזש.


טראנספארטאציע רעדאַקטירן

מעקסיקא'ס שנעלע באפעלקערונג וואוקס זינט די 1950ער יארן האט געלייגט אסאך דרוק אויף די טראנספארטאציע אינפראסטרוקטור ווייל מיט אזויפיל מענטשן און איר מאדנע טאפאגראפיע (נאטורליכע אויסשטעל פון לאנד) האט געמאכט טראנספארטאציע זייער שווער אין געוויסע ראיאנען. איינע פון די וויכטיגסטע טראנספארטאציע זענען באנען וועלכע גרייכן זייער אסאך פארווארפענע ערטער. די מעקסיקאנער באן סיסטעם איז געווען שרעקליך צוריקגעבליבן יארן לאנג ווייל די רעגירונג האט קיינמאל נישט אינוועסטירט קיין גרויסע געלטער דערין. מיט וואס א יאר שפעטער און אזא שנעלע באפעלקערונג וואוקס איז די רעגירונג געצווינגן געווען צו פריוואטיזירן די באן סיסטעם אין 99' כדי די אינוועסטירער זאלן האבן די מעגליכקייט איבערצוארבעטן דעם סיסטעם מיט אסאך געלט. דאס געשעפט איז געשלאסן געווארן אויף א 50 יעריגער טערמין און דעמאלט האט די רעגירונג די מעגליכקייט צוריקצונעמען איר אייגנטום. ראודס זענען זייער צוריקגעבליבן אין מעקיסקא אבער מען האט אסאך בעסער געמאכט די מצב אין די ענדע 80'ער יארן ווען די ארימע רעגירונג האט אויפגענומען פריוואטע קאנטראקטארס צו אינוועסטירן פאר נייע ראודס און איינשטעלן טאלל בודקעס פון וואו זיי וועלן צוריקמאכן זייערע געלטער. די טאלל פרייזן זענען אבער זייער טייער דארט אז אפילו מיטל פארדינער קענען קוים באצאלן דעם פרייז. ווי צוריק געבליבן די ראודס זענען איז אבער מעקסיקא'ס עירליין סיסטעם יא גוט צוגעשטעלט מיט פליגער צו די גאנצע וועלט דורך אירע 7 אינטערנאציאנאלע פלוגפארט. אויטאס זענען פארשטייט זיך די מערסט גענוצטע טראנספארטאציע מיט'ל איבער'ן לאנד און לאזט איבער א שלעכטע עפעקט אין די מעקסיקאנער לופט. ווי דערמאנט האט די מעקסיקאנער רעגירונג אונטערגענומען א רייע מיטלען וויאזוי צו פארמיידן לופט פארפעסטיגונג פון וועלכע מעקסיקע ליידט זייער. יעדע נייע אויטא מוז שטימען מיט די נייע אויטאמאביל געזעצן וועלכע פארלאנגן רעדוצירטע גאזאלין ארויסגעבונג (עמישענס).


קאמוניקאציע רעדאַקטירן

מעקסיקע איז פארשטייט זיך צוריקגעבליבן אין קאמיוניקאציע פונקט ווי אלע עקאנאמיש אפגעשוואכטע לענדער. די איינציגסטע קאמיוניקאציע מיטל וועלכע ארבעט זיך יא אויף איז די טעלעפאן סיסטעם וועלכע איז פריוואטיזירט געווארן און איז אריין אין א קאנקורירטע מארקעט וועלכע האט באלד געטוישט און פארבעסערט טעלעפאן סערוויס אין אלע גרויסע שטעט. צענדליגער טויזענטער פירמעס און היימען האבן נישט געהאט קיין דירעקטע טעלעפאן סערוויס נישט ווייל זיי האבן זיך דאס נישט געקענט פארגינען נאר עס איז פשוט געווען א מאנגל אין סערוויס און מען האט געדארפט ווארטן יארן צו באקומען סערוויס. זינט די קאנקורענט האט זיך אנגעהויבן האט זיך די נומער פון הייזער און ביזנעסער מיט טעלעפאן סערוויס דראמאטיש פארמערט און אפילו סעליולער טעלעפאנען זענען געווארן בנמצא פאר גוטע פרייזן. מעקסיקע פארמאגט זייער אסאך צייטונגן לויט איר באפעלקערונג צאל און נאך ערגער פון דעם איז אז זי האט גאר א קליינע צאל ליינער אין קאנטראסט צו אנדערע לענדער אין נארט אמעריקע. רוב פון די גרויסע צייטונגן גייען ארום אין גאנצ'ן לאנד ווייל קיינע פון זיי קען נישט מאכ'ן קיין ביזנעס נאר פון די אייגענע שטעט. די מערסט אנגעזעענע צייטונגן זענען: לא רעפארמא, עקסעסעליור, על פינאנסעריא, און לא דזשארנאדא. די מעקסיקאנער רעגירונג האט שטענדיג פרובירט צו צענזירן די צייטונגן, וועלנדיג האלטן א מינימאלע קאנטראל וואס מען רעדט איבער די רעגירונג. די רעגירונג איז אבער נישט געווען צו שטרענג דערמיט נאר האט געסטראשעט די צייטונגן פון צייט צו צייט אז אויב זיי וועלן רעדן קעגן די רעגירונג וועט די רעגירונג מער נישט אדווערטייזן אין די צייטונג. מיט אלע פארבעסערונגן איז קאמיוניקאציע נאך אלץ א טאטאלע דורכפאל פאר אזא לאנד ווי מעקסיקע, אמעריקע'ס שכן. אינטערנעט איז דארט לימיטירט צוליב די אפגעשוואכטע טעלעפאן ליניעס וועלכע פארלאנגזאמען די קאמיוניקאציע דורך אלטמאדישע סיסטעמען. רוב טעלעפאן ליניעס גייען דורך די הויפט שטעט און פון דארט גייט עס ווייטער.


טוריזם רעדאַקטירן

מעקסיקא'ס טוריזם אינדוסטריע ברענגט שיין געלט און איז א וויכטיגע סעקטאר אין איר עקאנאמיע. די טוריזם אינדוסטרי האט שוין עטליכע מאל געהאלפן ראטעוון דאס לאנד פון אן עקאנאמישער צוזאמענפאל. די מעקסיקאנער רעגירונג האט שוין פון יארן צוריק געהאט א קאבינעט שטאפל אגענטור וועלכע גיט זיך אפ מיט טוריזם. אין 01' האבן אויסלענדישע טוריסטן געשפענדט 8.4 ביליאן דאלאר אין מעקסיקע און קומט אויס די דריטע גרעסטע אינדוסטרי אין געלט נאך נאפט און פאבריקאציע. די גרעסטע אטראקציע ארט אין מעקסיקע פאר אויסלענדישע טוריסטן איז מעקסיקע סיטי און אירע באקאנטע ביטשעס. אבער אויסער דעם פארמאגט זי אסאך שיינע ערטער וועלכע ווערן אויך באזוכט דורך צענדליגער טויזענטער טוריסטן. זיי זענען: קענקאן, אן אינזל אין די שטאט קווינטאנא ראו וועלכע פארמאגט גאר שיינע ארכיטעקט געמישט מיט הערליכע נאטורליכע סצענעס. אקאפולקא, א הערליכע רעזארט ארט נעבן דעם פאציפישע אקעאן. לאס קאבאוס א באקאנטע פישינג לעיק און רעזארט ארט וועלכע באהעפט זיך מיט קאליפארניע. אויך עטליכע שטעטלעך ארום די גרעניצן זענען פארנומען דורך די איינוואוינער אריבער די גרעניץ. די פארנומענסטע אזא ארט איז טידזשואנא וועלכע איז זייער נאנט צו סאן דיעגא, קאליפארניע. הונדערטער טויזנטער אמעריקאנער בירגער נוצן די שטאט אלס זייער וויקענד אפרו ארט מערערע מאל א יאר. אין די לעצטע עטליכע יאר איז די נומער פון מענטשן וואס האבן באזוכט מעקסיקע דעגרייכט נאנט צו 20 מיליאן מענטשן.