עקאנאמיע פון דייטשלאנד
ווען דייטשלאנד איז געווארן א לאנד אין 1871 איז זי שוין שפעט אריינגעקומען אין דעם פארמעסט פון אינדוסטריאליזאציע, וועלכע איז געווען דאמינירט דורך בריטן און פראנקרייך. דייטשלאנד האט אבער אנגעהויבן מיט גרויס הצלחה א דאנק די שווערע ארבעט פון איר ערשטן קאנצלער אטא וואן ביסמארק וועלכער האט געהאט א גוטע ערפארונג אין ביזנעס און האט אויפגעבויט דאס לאנדס עקענאמיע. אין 1910 איז שוין דייטשלאנד געווען פאררעכנט פאר איינע פון די הויפט אינדוסטריאלע לענדער אין דער וועלט. די סוקסעספולע ביזנעס מענטשן זענען געווען די פרייסישע וועלכע זענען געווען זייער פונקטליכע און אויסגערעכנטע מענטשן. די הויפט אינדוסטריעס אין די עקענאמיע זיינען געווען: קוילן און אייזן און די אלע זאכן וואס ווערן געמאכט פון די צוויי עלעמענטן ווי: מאשינען און מאשין געצייג, כעמיקאלן, עלעקטראניק שטייער, שיפן און שפעטער אויך אויטאס. די פינקטלעכע דייטשע עקענאמיע איז נאמינירט געווארן אלס אן ארגאניזירטע קאפיטיליסטישע עקענאמיע, אנדערש ווי די קאפיטיליזם אין די פאראייניקטע שטאטן און בריטן. די שטארקע עקענמאיע האט דורכגעלעבט ביידע וועלט מלחמות טראץ די שווערע באמבארדירונג פון די אליאירטע כוחות פן 1942 ביז 1945.
נאכדעם וואס דער צווייטער וועלט קריג האט זיך געענדיגט אין 1945 האבן די מערב לענדער איינגעזען דאס געברויך אויפצובויען די אייראפעאישע עקענאמיעס כדי זיך צו פארמיידן דעם געפאר פון דעם סאוועטן פארבאנד מיט אירע קאמוניסטישע פלענער. אין 1947 האבן די מערב לענדער, מיט אמעריקע אין שפיץ, אנגעהויבן אויסצופירן די אייראפעאישע ערהוילונגס פראגראם, באוואוּסט ווי דעם מארשאל פלאן, און געגעבן גרויסע הלואות פאר אלע אייראפעאישע לענדער וועלכע האבן געליטן פון דער קריג. דייטשלאנד האט דאן דעגרייכט א געשעפט מיט אמעריקע פאר א 20 יעריקע עקענאמיע אויסשפרייטונג פלאן פאר מערב דייטשלאנד וועלכע האט געהויבן די וואוֹין סטאנדארטן און די אינדוסטריאלע פראדוקציע צו העכערע שטאפלן ווי עס איז געשטאנען בעפאר די קריג. אין די דייטשע היסטאריע איז דער מארשאל פלאן באצייכנט געווארן אלס מערב דייטשלאנדס נס. מזרח דייטשלאנד האט נישט געוואלט געניסן פון דעם מארשאל פלאן און האט ליבערשט אדאפטירט די קאמוניסטישע עקענאמישע סיסטעם. אלע ביזנעסער, אריינגערעכנט פארמען, זיינען אריבער אונטער דעם בעלות פון די רעגירונג וועלכע האט אויספלאנירט די עקענאמיע און אויפגעשטעלט א קאמיסיע וועלכע האט אויסגעטיילט געהאלטן פאר די ארבעטער און ארויפגעלייגט די פרייזן אויף אלע פראדוקטן. אויך מזרח דייטשלאנד האט שטארק מצליח געווען און איר עקענאמיע איז באצייכנט געווארן אלס די שטארקסטע אינדוסטריאליזירטע קאמוניסטישע עקענאמיע.
די שטארקע עקענאמיע אין מזרח דייטשלאנד האט נישט געדארפט אויסווארטן די קאמוניסטישע דורכפאל ווען זי איז אינגאנצן צופאלן אין 1990 ווען מזרח און מערב דייטשלאנד האבן זיך פאראייניגט. א גרויסע טייל מזרח ארבעטער זיינען אריבער צו מערב ביזנעסער און איינגעטוישט זייערע פראדוקטן פאר מערב דייטשלאנד פראדוקטן. נאך ערגער פון דעם איז געווען ווען די מזרח איינוואוינער האבן אנגעהויבן איינטוישן זייערע אוסטמארק וואלוטע איינס פאר איינס פאר די מערב דייטשע מארק וועלכע איז ווערט געווען כאטש 10 מאל אזויפיל. דאס האט אין ד'ערד געלייגט אלע מזרח ביזנעסער וועלכע האבן מער נישט געהאט קיין ווערט און האבן מער נישט געקענט עקספארטירן קיין סחורה ווייל די מארק איז געווען צו טייער פאר די לענדער מיט וועלכע זי האט געהאנדלט. ביז עטליכע יאר איז די גאנצע עקענאמיע צוברעקלט געווארן און א פלוס פון נייע אינוועסטמענטס האבן אנגעהויבן אריינקומען פון מערב דייטשלאנד ביזנעסער וועלכע האבן צוריק אנגעהויבן אויפבויען די וואקלדיגע עקענאמיע און געטוישט די גאנצע ביזנעס סטייל צו פריוואטע ביזנעסער מיט הויכע רווחים און פעטע געהאלטן. די דייטשע רעגירונג האט אין די פארגאנגענע 13 יאר אינוועסטירט ביליאנען דאלארן אין די אויפבוי פון די מזרח דייטשלאנדס עקענאמיע און וועט ווייטער אינוועסטירן פאר נאך עטליכע יאר. ווי מיר שטייען היינט האט שוין די דייטשע רעגירונג אינוועסטירט 70 מאל אזויפיל געלט ווי זי האט באקומען נאך די צווייטע וועלט קריג פון דעם מארשאל פלאן.
אין די לעצטע 50 יאר איז דייטשלאנד'ס עקענאמיע עטליכע מאל געווען אין רעסעיע אבער זי האט אלעס איבערגעלעבט און שטייט נאך היינט אלס איינע פון די וועלט'ס שטערקסטע עקענאמיעס. מער ווי האלב פון עקספארטן און אימפארטן קומען און גייען פון אייראפעאישע לענדער. דייטשלאנד'ס בענק זענען פון די גרעסטע ראלע שפילער אין די אייראפעאישע פאראיין (אי-יו) און ברענגן אריין גאר גרויסע פראפיטן.
ארבעט'ס קראפט
רעדאַקטירןאין דער פארגאנגנהייט האט מערב דייטשלאנד געהאט זייער א נידעריגע ארבעטסלאזיקייט ראטע און מזרח דייטשלאנד האט אינגאנצן נישט געהאט קיין ארבעטסלאזיגע אונטער די קאמוניסטישע סיסטעם. אלנפאלס, האט זיך אבער די ציפערן געטוישט אין די לעצטערע יארן און די ארבעטסלאזיקייט ראטעס האבן זיך שטארק געהויבן. די הויפט סיבות צו דעם איז געווען די אינדוסטריאלע איבערבוי פון מזרח דייטשלאנד און א שטארקע רעדוקציע אין עקספארט וועלכע איז געקומען צוליב רעסעסיעס אין אנדערע לענדער. אין 997' האט דייטשלאנד'ס ארבעטסלאזיקייט ראטע דעגרייכט א רעקארד הויך פון 12.2 פראצענט וואס מיינט אז ארום 4 מיליאן דייטשע איינוואוינער זענען געבליבן אן א דזשאב. דאס איז געווען פיל העכער ווי אין אמעריקע, קאנאדע, בריטען, און פראנקרייך. ווען מען צוטיילט עס צווישן מזרח און מערב דייטשלאנד איז עס אויסגעקומען 9 פראצענט אין מערב דייטשלאנד און איבער 17 פראצענט אין מזרח. דייטשלאנד האט א היסטאריע פון שטארקע ארבעטער יוניאנס. די ערשעט יוניאנס זענען געגרינדעט געווארן אין 868' און איז שטארק געוואקסן ביז די דריטע רייך (די נאצישע פארטיי) האט איבערגענומען אלע יוניאנס אין 933'. נאך די קריג זענען די יוניאנס צוריקגעקומען מיט א שטארקע קראפט און ביז עטליכע יאר געהאט 4.8 מיליאן ארבעטער אונטער די יוניאנס. היינט האבן די איבער 100 יוניאנס נאנט צו 8 מיליאן ארבעטער אונטער זיך. מזרח דייטשלאנד האט געהאט אן אייגענע יוניאן וועלכע האט געהאט אונטער זיך 9.6 מיליאן ארבעטער, אריינגערעכנט ארעסטאנטן, סטודענטן, פראדוקציע ארבעטער, אפיס ארבעטער, און פראפעסיאנאלן. די יוניאן איז צוזאמענגעפאלן ווען מזרח האט זיך פאראייניגט מיט מערב דייטשלאנד. די מערב יוניאנס האבן זיך דאן אויסגעשפרייט קיין מזרח דייטשלאנד און פארגעשלאגן די מזרח ארבעטער בעסערע ארבעט רעגולאציעס פון ווייניגער שטונדן, בעסערע געהאלט, און פריע רעטייערמענט.
עקאנאמישע אפטיילונגען
רעדאַקטירןפאבריצירונג און אינדוסטרי איז שטענדיג געווען די הויפט קראפט אין דייטשלאנד'ס עקענאמיע און האט איר געהאלפן איבערלעבן די צווייטע וועלט קריג און שפעטער די פאראייניגונג פון מזרח און מערב דייטשלאנד. אין די לעצטע יארן האט זיך די עקענאמיע אין די מאדערנע לענדער געטוישט און אויך דייטשלאנד האט אנגעהויבן פארלירן פאבריצירונג ווען סערוויס האט פארנומען איר פלאץ. נאך אלץ באטרעפט די פאבריצירונג און אינדוסטרי אפטיילונג 35 פראצענט פון דעם ברוטא אינלענדישן פראדוקט. דייטשלאנד פאבריצירט אייזן, צעמענט, כעמיקאלן, עלעקטראניק, עסן און געטראנקן, מאשינערי און אלע מאשינעריע געצייג, און אויטאס.
דייטשלאנד'ס אינדוסטרי און פאבריצירונג איז קאנצעטרירט אין עטליכע געגענטער אין שפיץ פון די באקאנטע רוהר ראיאן וועלכע איז איינע פון די מערסט דעוועלאפטע אינדוסטריאלע ערטער אין די וועלט. די גרעסטע אינדוסטריאלע שטעט זענען: פראנקפורט, וויסבאדן, מעינז, און אפענבעטש. די שטעט פראדוצירן אלע מעטאלס, עלעקטראניק עקוויפמענט, פארמאסי פראדוקטן, כעמיקאלן, און אויטאס. דערנאך קומען די שטעט סטוטגארט און מינכן וועלכע פראדוצירן עירקרעפט, טעקסטיל און אנצוגן, אפיס מאשינערי, אפטיקל אינסטרומענטן, און ביר. די הויפט שטאט בערלין און האמבורג קומען אריין דריט מיט עקענאמישע ציפערן. דייטשלאנד איז אן עכטע אינדוסטריאלע לאנד וועלכע האט כמעט נישט קיין מינעראל גראבונגן, פארמינג, געהילץ, און פישינג. די דערמאנטע סעקטארס מאכן אויס קארגע 10 פראצענט פון די דזשי.די.פי. און נאר איין פראצענט פון די ארבעט'ס קראפט ארבעט אין איינע פון די סעקטארן. רוב עסן אין דייטשלאנד ווערט אימפארטירט פון שכינות'דיגע לענדער. די איינציגסטע עסן וואס וואקסט אין דייטשלאנד זענען: ווייץ, קארטאפל, צוקער, און גערשטן. אפילו פרוכט וואקסט נישט דארט קיין סאך און ווערט אין גרעסטן טייל אימפארטירט. פרוכט וואס וואקסן אין דייטשלאנד זענען עפל און טרויבן (פון וועלכע עס ווערן געמאכט די באוואוסטע דייטשע וויינען). עס וואקסן דארט אויך אנדערע פרוכט און גרינצייג אבער זייער ווייניג אז מען זאל עס אפילו קענען אריינרעכנען אין דעם לאנד'ס אוצרות.
דייטשלאנד האט גענוג וועלדער אבער זיי פארמאגן נישט קיין סאך אוצרות פון וועלכע מען זאל קענען פארדינען. ארום 32 פראצענט פון דאס לאנד'ס טעריטאריע איז באוואקסן און אין דעם געפינט זיך אסאך גוטע האלץ וועלכע מען נוצט פאר מעבל און שפילצייג אבער עס איז קיינמאל נישט געווען גענוג און מען האט שטענדיג געמוזט אימפארטירן אין צוגאב. די וואס פארמאגן וועלדער פאר סיי וועלכע פראדוקציע האבן שווערע געזעצן פון די רעגירונג וועלכע וויל ראטעוון די וועלדער אין לאנד.
ענערגיע
רעדאַקטירןזייענדיג א לאנד מיט אזא גרויסע אינדוסטריאלע פראדוקציע פאדערט זיך אסאך ענערגיע וועלכע דייטשלאנד פארמאגט נישט גענוג און האט שטענדיג געמוזט צוקומען צו אימפארטן פון אנדערע לענדער. אין די אנפאנג יארן פונעם 19'טן יאר-הונדערט ווען די עקענאמיע האט אנגעהויבן אויפבליען אין דייטשלאנד איז די קראפט געקומען פון הארטע און ברוינע קוילן. אבער דאס האט שנעל אויסגעוועפט, ערשטנס ווייל זי האט נישט געהאט גענוג, און אפילו אזוי האט די דייטשע רעגירונג באזייטיגט דעם ענערגיע מיטל וועלכע ברענגט א שלעכטע עפעקט אויף די ריינקייט פון די לופט, וועלכע איז אזוי אויך זייער שלעכט אין דייטשלאנד. מיט די באזייטיגונג פון קוילן האט מען אנגעהויבן ברענגן ענערגיע פון אויל, נאטורליכע גאז, און היידרא-עלעקטריק. דייטשלאנד האט אבער פון דעם אויך נישט קיין סאך און האט אנגעהויבן אימפארטירן ענערגיע פון אנדערע לענדער. דייטשלאנד האט אזוי געשטופט צענדליגער יארן און געצאלט טייער געלט פאר ענערגיע וועלכע איז אריינגעקומען פון פארשידענע לענדער. דאס האט אבער אויסגעפלאצט אין די 970' יארן און עס איז געווארן אן אויל קריזיס. די רעגירונג האט דעמאלט איינזגעזען אז די איינציגסטע לעזונג פאר דעם מאנגל וועט זיין נוקלעארע ענערגיע וועלכע איז טייער אויפצובויען און ביליג אנצוהאלטן און איז די מערסט אפעקטיווע ענערגיע מיטל היינט צו טאג. די רעגירונג האט אינוועסטירט אסאך געלט און אויפגעבויט 19 נוקלעארע איינשטעלונגן וועלכע האבן ביז א צאל יארן געגעבן ענערגיע פאר 36 פראצענט פון די פובליק עלעקטריסיטי געברויך. דער פלאן איז געווען צו בויען נאך פיל מער נוקלעארע פליגלן אין א צייט פון 10 יאר אבער די טשערנאביל עקסידענט אין אוקריינע האט עפעקטירט דייטשלאנד און די איינוואוינער האבן אנגעהויבן פראטעסטירן קעגן די געפארפולע נוקלעארע פליגלן און פארהאלטן די פלענער אויף ווייטער, און דארט שטייט עס נאך היינט... די רעגירונג האט שפעטער פרובירט אינוועסטירן אין אנדערע ענערגיע מיטלן ווי ווינט און סאלאר ענערגיע אבער עס איז פאראן ווייניג האפענונג אז עס וועט אמאל קענען ברענגן גענוג ענערגיע צו קענען סופלייען דאס לאנד מיט אזא שטארקע געברויך.
וואלוטע און באנקירונג
רעדאַקטירןדי אפיציעלע געלט פון דייטשלאנד איז היינט די איינציגע וואלוטע פון דעם אייראפעאישע פאראיין (אי-יו) וועלכע ווערט אנגערופן די יורא. דייטשלאנד איז איינע פון די 12 אי-יו מיטגלידער לענדער וועלכע האבן אדאפטירט די יורא. די יורא איז שוין געווען אין קראפט אין 999' אבער נאר פאר געלט טראנספערירונגן און אנדערע אקאונט געברויכן. די געוועזענע דייטשע מארק איז נאך דעמאלט פארבליבן די וואלוטע וועלכע האט זיך געדרייט צווישן די מענטשן און די געשעפטן. מיט בערך אנדערהאלבן יאר צוריק האבן די 12 לענדער אדאפטירט די יורא וואלוטע אלס זייער אפיציעלע וואלוטע. די יורא האט אריינגעברענגט אלע בילס און מטבעות אין די צירקולאציע און די מארק איז געווארן אויס לעגאלע וואלוטע. אלס א מיטגלידער אין דער אייראזאנע וואלוטע, מוז דייטשלאנד נאכגיין די עקענאמישע פאליסיס וועלכע ווערט אויסגעשטעלט דורך די אייראפעאישע צענטראלע באנק וועלכע איז הויפטקווארטירט אין פראנקפורט, דייטשלאנד, און איז פאראנטווארטליכט פאר אלע אי-יו געלטליכע פאליסיס, וועלכע רעכנט אריין באשטימען די אינטערעסט ראטעס, און רעגולירן די געלט סופליי. עס פעלן נישט קיין בענק און פינאנציעל סערוויסעס אין דייטשלאנד. עס זענען פאראן דארט טויזענטער קרעדיט פירמעס און אלע ערליי פינאנציעלע אינסטיטוציעס. די שטאט פראנקפורט האט א סטאק עקסטשעינדזש וואו ביזנעס-לייט האנדלן מיט זייערע געלטער. די גרעסטע אינוועסטמענט דארט זענען ריעל עסטעיט באנדס. די דייטשע בענק האבן שטארק געליטן פון די אומסטאביליקייט פון זייער וואלוטע זינט די מזרח און מערב טיילן פון לאנד האבן זיך פאראייניגט. די מזרח וואלוטע (אוסטמארק) איז מער נישט געהאנדלט געווארן אינטערנאציאנאל אבער האט געקענט אויפגעטוישט ווערן אויף די גאסן פאר 7 אסטמארק פאר איין דייטשע מארק. דאס איז א ריזיגע סכום וואס האט געברענגט א שטארקע פראבלעם אין די געלט צירקולאציע. די דייטשע רעגירונג האט רחמנות געהאט אויף די מזרח איינוואוינער און ערלויבט יעדע געוועזענע מזרח איינוואוינער איינצוטוישן זייער אסטמארק פאר דייטשע מארק פאר די זעלבע ווערט (א דאלאר פאר א דאלאר). דאס איז געווען א גרויסע טעות פון די רעגירונג וועלכע האט געליטן דערפון א לאנגע צייט און האט שטענדיג געהאט שוועריקייטן צו סטאביליטיזירן די וואלוטע און באנקירונג.
אויסערן האנדל
רעדאַקטירןדייטשלאנד איז א וויכטיגע האנדל לאנד און איינע פון די עקספארט פירער פון די וועלט אין א נאנטע קאנקורענץ מיט יאפאן און די פיל גרעסערע פאראייניגטע שטאטן. דייטשלאנד'ס הויפט האנדל שותפים זענען אייראפעאישע לענדער ווי פראנקרייך, דאס פאראייניגטע קעניגרייך, די נעדערלענדס, און איטאליע. אריבער'ן ים האנדלט זי נאר מיט די פאראייניגטע שטאטן און קאנאדע. בעפאר דייטשלאנד האט זיך פאראייניגט האבן די צוויי דייטשלאנד'ס געפירט אסאך האנדל צווישן זיך. ווען זיי האבן זיך פאראייניגט האט מערב דייטשלאנד אסאך פארדינט דערפון ווען זיי האבן אנגעהויבן עקספארטירן אלע מאשינערי פון מזרח דייטשלאנד וועלכע האט בעפאר נישט געמעגט געשיקט ווערן צו די פרייע וועלט. מזרח דייטשלאנד האט זיך געהאט אויסגעצייכנט אין אויטאס און אין ווידעא פראדוקטן וועלכע האט רייך געמאכט אסאך מערב דייטשלאנד ביזנעסער ווען זיי האבן דאס אנגעהויבן עקספארטירן. דאס האט אזוי אנגעהאלטן פאר א רייע יארן אבער היינט איז אלעס צוריק ווי אמאל און מזרח און מערב דייטשלאנד עקספארטירן ביידע זייערע אייגענע פראדוקטן.
אויסטראליע · אונגארן · איסלאנד · אירלאנד · איטאליע · בעלגיע · גריכנלאנד · דייטשלאנד · דענמארק · דרום קארעע · האלאנד · טערקיי · טשילע · טשעכיי · ישראל · יאפאן · לוקסעמבורג · מעקסיקע · ניי זילאנד · נארוועגיע · סלאוואקיי · סלאוועניע · עסטרייך · פארטוגאל · פוילן · פינלאנד · פראנקרייך · קאנאדע · שפאניע · שוועדן · שווייץ · פאראייניגטע קעניגרייך · פאראייניגטע שטאטן |