א גבאי אדער משמש בקודש ווערט אנגערופן איינער וואס באדינט א צדיק, א רב אדער אן אדמו"ר פון א חסידי'שן הויף.

תמונת הרב הקדוש המפורסם מכניס אורחים אלפים ורבבות זן ומפרנס ומכלכל ומיטיב אין חקר לחסידותו וקדושתו[1] אדמו"ר רבי ישעיה שטיינער מקערסטירר זצוקללה"ה ב"ר משה שטיינר ומרים שטיינר, רבי ישעיה היה משמש בקודש אצל האדמו"ר רבי צבי הירש מליסקא

זיין תפקיד

רעדאַקטירן

דער תפקיד פונעם גבאי'ן ווענדט זיך לויט יעדן מקום באזונדער.

ביי א רב וועט זיך געווענדליך געפונען נאר איין גבאי וועלכע איז אליין געשטעלט אויף אלע באדערפענישן פונעם רב, ווי אויך פירט ער דעם רב און ארדנט אים איין ווען און וואו צו גיין.

אנדערש איז אבער אין חסידי'שע הויפן ווי דארט איז געווענדליך פארהאן מערערע גבאים ווי יעדער איינער איז געשטעלט אויף איינס אדער עטליכע תפקידים.

געווענליכע תפקידים:

  • שרייבן קוויטלעך
  • העלפן טיילן שיריים
  • משמש זיין דעם אדמו"ר
  • זיין ממונה אויפן אדמו"ר'ס הויז

רעפערענצן

רעדאַקטירן
  1. נוסח מציבה