ה'תשע"א
(אַריבערגעפֿירט פון תשע"א)
ה'תשע"א (5771) – אדער אין קורצן תשע"א – איז א יידיש יאר, וואס האט זיך אָנגעהויבן א' תשרי: דעם אוונט פארן 9טן סעפטעמבער, 2010, און עס האט זיך פֿאַרענדיקט כ"ט אלול: 28סטן סעפטעמבער, 2011. ה'תשע"א איז אן עיבור יאר (מיט צוויי חדשים אדר: אדר א' און אדר ב') וואס איז לאנג 385 טאג. דאס איז דאס דריטע יאר צו שמיטה.
מדינת ישראל געפייערט אין יום העצמאות ה'תשע"א 63 יאר זעלבשטענדיקייט.
געשעענישן
רעדאַקטירן- ט' תמוז - מארד פון לייבי קלעצקי: לייבי קלעצקי, א 9 יעריג יינגל וואס האט געוואוינט אין בארא פארק, ברוקלין, איז איז געווארן אוועקגעכאפט און דערמארדעט דורך אן איינוואוינער אין געגנט, לוי ארון. דער מארד האט אריינגעברענגט א ציטערניש אין דער חרדישער קהילה און די אלע איינוואוינער פון ניו יארק סיט.
- כ"ז תמוז - הרב אלעזר אבוחצירא, א שטארק באקאנטער מקובל אין ישראל, איז געשטאכן צום טויט מיט א מעסער אין זיין הויז אין באר שבע ווען ער האט אויפגענומען אשר דאהאן, א 42 יעריגער איינוואינער פונעם יישוב אלעד. דער מארד, דאס ערשטע מאל וואס א ייד האט דערמארדעט א רב אין מדינת ישראל, האט דערוועקט א גרויסן ציטערניש ביי יידן איבער דער גארער וועלט.
- י"ט אב - אין א גראד אטאקע אויף דער שטאט אשדוד זענען צוויי יונגעלייט שווער געוואונדעט געווארן, איינער פון זיי אן אייניקל פון הרב גראס, דעם רב פון דער גערער קהילה אין דער שטאט. אויך איז געשעדיקט געווארן א ישיבה און א שול איז אונטערגעווארפן.[1]
געבוירן
רעדאַקטירןנפטר געווארן
רעדאַקטירן- כ"ה טבת - הרב יששכר מאיר, ראש ישיבה, ישיבת הנגב
- ט' תמוז - לייבי קלצקי
- כ"ז תמוז - הרב אלעזר אבוחצירא, א מקובל
רעפערענצן
רעדאַקטירן- ↑ ישראל כהן, אברהם הלוי וגלובס, רקטות בשטיבל: שני אברכים נפצעו קשה (ארכיווירט 20.09.2011 ביי דער Wayback Machine), אין כיכר השבת וועבארט, 19.8.2011 (אויף העברעיש)
קאלענדאר
רעדאַקטירןפֿאָלגנדיק איז אַ קאָמבינירטער יידיש - גרעגאריאנישער קאלענדאר. אין יעדן טאג-קעסטל :- איינער אדער צוויי אותיות וואס באצייכענען דעם טאג אינעם יידישן חודש, און א נומער וואס באצייכנט דעם טאג אינעם גרעגאריאנישן מאנאט.
די טעג װאָס זײַנען אָנגעװיזן מיט אַ באַזונדערן קאָליר, באַצײכענען ייִדישע און ישׂראָלישע פֿײַער־טעג און יום־טובֿים (אונטן איז דער אָנװײַז).
►► | ה'תשע"א | ◀◀ |
יום טוב / רו טאג |
יום טוב וואס איז נישט קיין רו טאג |
פאסט טאג |