מארד פון לייבי קלעצקי
לייבי קלעצקי זון נחמן ואסתר קלצקי (אפציעל: יהודה לייב קלעצקי, 29סטן יולי 2002 - 12טן יולי 2011, ט' תמוז תשע"א) איז געווען א ניין יעריג חסידיש אינגעל, פון בארא פארק ברוקלין ניו יארק דערמארדעט געווארן דעם 12טן יולי, 2011. ער איז געקידנעפט געווארן מאנטיג 11טן יולי ווען ער איז אהיימגעגאנגען צופיס פון דעם באיאנער טאג קעמפ. די פאליציי האבן ארעסטירט א אידישן פארשוין, לוי אראן, א 35 יעריגער אפגע'גט'ער איינזאמער מאן, וואס האט אויך געוואוינט אין דער געגנט, און האבן אים באשולדיגט מיטן מארד. טיילן פון לייבי'ס קערפער האט מען געטראפן ביי לוי אראן אין שטוב.
די פארשווינדעניש און מאסיווע זוכעניש
רעדאַקטירןדאס קינד איז פארשוואונדן געווארן, מאנטאג 11טן יולי, 5 אזייגער נאכמיטאג, נאכדעם וואס ער האט אפגעשמועסט מיט זיין מוטער אז ער וועט איר טרעפן אויף דער גאס, אהיימגייענדיג פון דעם באיאנער חדר, אויף 12'טע עוועניו אין דער 44'סטער גאס, דאס קינד איז אבער קיינמאל נישט אנגעקומען.
בערך 7 אזייגער האבן די עלטערן אנגעהויבן צו פאניקן און אלארמירט די חברה שומרים פון בארא פארק. נאך אין יענער נאכט האבן די שומרים מיט דער הילף פון אידישע וואלונטירן פון דער געגנט, האבן אנגעהויבן א מאסיווע זוכעניש איבער דער גאנצער אומגעגנט פון בארא פארק.
דורכאויס די ערשטע נאכט האט מען גענישטערט אלע הויפן פון הייזער, אונטער אויטאס, מיסט קאסטנס, אראפגערופן געשעפט אייגנטומער זאלן עפענען זייער געשעפטן צו זעהן אפשר איז נישט דאס קינד פערצופאל אויסגעשפארט געווארן, אבער די נאכט איז פאריבער אן קיין שפיר פון דאס קינד.
ווי נאר די ערשטע נאכט איז פאריבער, האט די זארג אין פאניק פון דער גאנצער אידישע געמיינדע אנגעהויבן צו וואקסן, די פאליציי האבן געזען ווי ערענסט די געמיינדע נעמט די זאך, האבן זיי זיך אינגאנצן אריינגעווארפן און דער זוכעניש, און ס'האט זיך אנגעהויבן א גאר דראמאטישע זוכעניש, וואס איז באריכטעט געווארן ביי אלע מעדיע סטאנציעס, סיי לאקאלע און סיי נאציאנאל.
נאכפארשונג סורוועלענס קאמערעס
רעדאַקטירןמאנטאג שפעט ביינאכט, האט א פריוואטער מאן, מיטן נאמען יעקב גערמאן, דער פאטער פונעם קינד'ס מלמד, אויף זיין אייגענע אינציאטיוו באשלאסן צו אנהויבן נאכפארשן פריוואטע סורוועלענס קאמערעס, פון געשעפטן און פריוואטע הייזער, פון די גאסן ווי דאס קינד האט מעגליך געבלאנדשעט, וואס דאס האט עווענטועל געברענגט צו דאס טרעפן דאס קינד.
ווי די פילע קאמערעס האבן געוויזן, האט זיך אנגעהויבן צו ארויסשטעלן, אז דאס קינד האט זיך פשוט פארבלאנדזשעט, און פאר בערך א האלבע שעה האט ער זיך ארומגעדרייט אויף דער גאס נישט וויסנדיג דער ריכטיגער וועג אהיים.
דאס לעצטע קאמערע בילד האט עווענטועל ערפינדן דעם אנגריפער און דעם דערמארדעטן קינד. אויפן קאמערע זעהט מען ווי קלעצקי דרייט זיך אהין און צוריק ביים ווינקל פון 18'טע און 45'סטער גאס, און ווייסט נישט וואוהין צו גיין, ביז א געבערדלטער מאן גייט פאריבער - ווארשיינליך אראן - און דאס קינד גייט צו צום פארשוין, קלעצקי פאלגט נאך דעם פארשוין אפאר פיס ביז זיי קומען אן צו א געוויסער דענטיסט אפיס אויף יענער גאס, דער פארשוין גייט אריין אינעם דענטיסט אפיס, און לייבי ווארט פאר אים אינדרויסן פאר בערך 8 מינוט. דער מאן קומט ארויס און זעצט זיך אריין צוזאמען מיט קלעצקי אין א גאלדענעם קאר.
שפעט יענע נאכט, שוין מיטוואך פארטאגס, האבן די פאליציי צוזאמען מיט די FBI - וואס איז אריינגעשלעפט געווארן אדאנק געהיימע אינטערווענצן פון דעם לאקאלען אידישן קאנגערסמאן זשעראלד נאדלער - נאכגעזוכט דעם אייגנטומער פון דעם דענטיסט אפיס, וואס האט געוואוינט אין ניו דשערסי, און דער סעקרעטאר, דער סעקראטאר האט באשטעטיגט אז אראן איז זייער פאציענט, און ער איז יענעם נאכמיטאג אריינגעקומען באצאלן א ביל, זיי האבן איבערגעגעבן דעם פונקטליכן אדרעס פון אראן. אויך זענען די חברה שומרים געוואויר געווארן די לייסענס פלעיט נומער פון דעם גאלדענעם קאר, וואס האט אויך באשטעטיגט אז עס געהער פאר אראן.
ערפינדונג און ארעסט
רעדאַקטירןנאך יענעם פארטאגס, בערך האלבער 3 אזייגער, האבן די ניו יארק סיטי פאליציי זיך אראפגעלאזט צו אראן'ס הויז און ברוקלין, אויף איסט 2, און עוועניו C, אויפן דריטן בוידעם שטאק ווי אראן האט געוואוינט אליינס, זיי האבן אריינגעשטורעמט אינעם הויז, און געזען אראן זיצן אויפן קאוטש, די פאליציי האט גראד אויסגעשריגן "וואו איז דאס אינגל!?", אראן האט געשאקלט מיטן קאפ צום קאך, דארט אין קאך האט זיך אנטפלעקט א גרויליקע סצענע, גרויסע בלוטיגע מעסערס מיט א שנייד-טאוועל, אינעם פרידשידער האבן זיי געפונען די צישניטענע פיס פונעם קינד. אראן האט אויך אויסגעזאגט פאר די פאליציי אז דער אנדערער טייל פונעם קערפער האט ער אוועקגעשליידערט און א מיסט קאסטן און די סאנסעט פארק געגנט און ברוקלין, די פאליציי זענען אהין אראפגעפארן און טאקע געטראפן די קערפער און א פלאסטישער גארביטש בעג אריינגעלייגט אין א רויטער רענצל.
אראן האט נאך יענעם טאג זיך מודה געווען אינעם מארד, און לויט זיין ווערסיע האט ער צוליבן זיין אין פאניק איבער די גרויסע זוכעניש דערשטיקט דאס קינד מיט א האנדטוך, און דערנאך צושניטן דעם טויטן קערפער.
די געשיכטע איז נאכגעפאלגט געווארן מיט גרויס דראמא אין גאנץ אמעריקע, אלע נאציאנאלע מעדיעס האבן געגעבן פראמינענטע דעקונג צו דער געשיכטע, פאר א לענגערער וויילע.
מיטוואך ביינאכט איז אפגעהאלטן געווארן די לוי' אין בארא פארק, ווי עס האבן זיך באטייליקט לויט געוויסע שאצונגען 10,000 מענטשן.
דאנערשטאג נאכמיטאג איז אראן עמטליך אנגעקלאגט געווארן דורך די ברוקלין דיסטריקט עטורני מיט דער קלאגע פון מארד, ער האט זיך באוויזן פאר א ריכטער, ווי זיין אדוואקאט האט פארלאנגן אז מ'זאל אונטערזוכן זיין מענטאלער צושטאנד.
מאטיוו
רעדאַקטירןטראץ וואס די נאטורליכע השערה איז אז דער מאטיוו פון דעם מערדער איז געווען צו סעקשועלי מאלעסטן, איז עס פארט נישט קלאר אויפגעוויזן געווארן, עס איז נישט געווען קיין שום צייכן אויפן קערפער אז דאס קינד זאל האבן געווארן סעקשועלי מאלעסטעד, אראן האט נישט קיין שום היסטאריע פון טשעפען קינדער. זיינע נאנטע מענטשן האבן אבער יא אנגעגעבן אז ער איז א איינזאמער קוריאזער כאראקטער, זייער צוריקגעצויגן און האט נישט קיין פארקער מיט מענטשן, וואס לויט געוויסע פסיכיאטארן איז עס שטריכן פון א פעדעפייל.
פערזענלעכע לעבן
רעדאַקטירןלייבי קלעצקי איז געבוירן געווארן אין א חסידישער משפחה אין ניו יארק סיטי דעם 29סטן יולי 2002.
ער איז דאס קינד פון ר' נחמן קלעצקי, וואס שטאמט פון חסידישע ירושלים וותיקים.
וועבלינקען
רעדאַקטירן- נייעס באריכט אין פארווערטס
- שוידערליכע פרשת "לייבי קלעצקי" אין בארא פארק ביי אידישע וועלט פארומס
- לייבי איז מער נישטא! לוח הציבור בארא פארק
- באזוך פון רבי ישראל האגער און רבי נתן צבי פינקל ביי דער שבעה פון לייבי קלעצקי (ארכיווירט 17.07.2011 ביי דער Wayback Machine), ככר השבת