22סטן יולי
דאַטע
(אַריבערגעפֿירט פון יולי 22)
א | ב | ג | ד | ה | ו | ש |
1 | ||||||
2 | 3 | 4 | 5 | 6 | 7 | 8 |
9 | 10 | 11 | 12 | 13 | 14 | 15 |
16 | 17 | 18 | 19 | 20 | 21 | 22 |
23 | 24 | 25 | 26 | 27 | 28 | 29 |
30 | 31 | |||||
לוח פאר 2023 |
דעם 22סטן יולי איז דער 203טער טאג פון יאר (204טער אין אן עיבור־יאר) אינעם גרעגאריאנישן קאלענדאר. ביז צום סוף יאר, בלייבן נאך 162 טעג.
היסטארישע געשעענישן רעדאַקטירן
- 1812 - האלבאינזל מלחמה: בריטישע קראפטן אונטער ארטור וועלסלי, ערשטער הערצאג פון וועלינגטאן באזיגן די פראנצויזישע ארמיי לעבן סאלאמאנקע, שפאניע.
- 1937 - אויסגעבראכן דער צווייטער קריג צווישן יאפאן און כינע
- 1942 - אנהייב פון דעפארטאציע פון די יידן אין דער ווארשעווער געטא צו טרעבלינקע פארניכטונגס לאגער
- 2009 - גאנצע ליקוי חמה וואס דויערט 6:39 מינוט אין אינדיע, כינע און דעם פאציפישן אקעאן
געבוירן רעדאַקטירן
- 1478 — פיליפ דער ערשטער, מלך פון קאסטיליע (געש׳ 1506)
- 1515 – אן פון קליווס, ווייב פון הענרי דער אכטער מלך פון ענגלאנד (געש' 1557)
- 1878 - יאנוש קורטשאק, שרייבער, דאקטער און יידישער מחנך (אומגעקומען 1942)
- 1887 - גוסטאוו לודוויג הערץ, פיזיקער, געווינער פון נאבעל פריז פאר פיזיק אין 1925 (געש' 1975)
געשטארבן רעדאַקטירן
- 1461 - שארל דער זיבעטער, מלך פון פראנקרייך (געב' 1403)
- 1998 - וועלוול טערלעצקי, רוסישער־יידישער דיריגענט און קאמפאזיטאר (געב' 1931)
פייערטעג רעדאַקטירן
- סוואזילאנד - געבורטסטאג פון געוועזענעם מלך סובהוזא דער צווייטער
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו:
22סטן יולי