יעקב ישראל דעהאן

נרצח על ידי מדינת ישראל

ד"ר יעקב ישראל דעהאן (האלענדיש: Jacob Israël de Haan; ה'תרמ"א - כ"ט סיון ה'תרפ"ד, 1881 -1924) איז געווען א האלענדישער ייד, א יוריסט, זשורנאליסט, און א שרייבער און דיכטער אויף האלענדיש. ער איז געווארן א חרדישער ייד אין ארץ ישראל וואו ער האט געפועלט קעגן די ציוניסטן. ער איז געווען א געלערנטער אנגעזענער מענטש אין די קרייזן פון דעם יישוב הישן אין די צייטן גלייך נאך דער באלפור דעקלאראציע.

יעקב ישראל דעהאן
געבורט 31 דעצעמבער 1881
האלאנד רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
דערמארדעט 30 יוני 1924 (אלט 42)
ירושלים, בריטישער מאנדאט רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
קבורה ארט יידישע בית עולם פון הר הזיתים רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער
דר. דעהאן

ער איז געשאסן געווארן דורך א אומבאקאנטן אידישן מערדער כ"ט סיון ה'תרפ"ד (1טן יולי 1924) אין די גאסן פון ירושלים. כאטש אז ווער פונקטלעך זענען געווען דער מערדער איז נישט באקאנט איז אבער זייער באקאנט די מאטיוון, ער האט געקעמפט מיט מוראדיגע כוחות קעגן די מזרחי און די לינקע ציוניסטן פאר די חרדים און דעם יישוב הישן אין ירושלים, זייענדיג א שפראך קענער האט ער אויך גענומען א שטעלונג אין די ציוניסטישן־אראבישן קאנפליקט, טרעפנדיג זיך מיט דער קעניגליכער פאמיליע פון ירדן (דאן טראנסירדן) וועגן די פראבלעמאן וואס א דאן נאך נישט שטייענדיגע אידישע מדינה קען שאפן צווישען די אראבער און אידן.

זיין מארד איז די ערשטע פאליטישע מארד פאר די פאליטיק פון די ציוניסטן.

היסטאריע

רעדאַקטירן

ער איז געבוירן אין ה'תרמ"א (1881) אין סמילדע, האלאנד צו זיין פאטער א חזן און מלמד ר' יצחק אייזיק הלוי.

זיין טאטע האט אים געגעבן א אידישע פרומע חינוך אבער אים האט געצויגן ענדערש אן אקאדעמישע בילדונג, און האט דערפאר זיך אויסגעקליבן דאס שטודירן פון ליטעראטור און צייטונגס שרייבער בעיקר פאר יוסטיץ אנגעלעגנהייטן.

אלט זייענדיג 20 יאר איז ער שוין געווען באוואוסט אלס א געוואלדיגער דיכטער און טאלאנטפולער זשורנאליסט. ער האט געשריבן גאר אסאך לידער און ארטיקלען וואס זענען פארשפרייט געווארן אין אסאך צייטונגען און ביכער.

ער איז אויך געווען א גלענצענדער רעדנער און א קענער פון איבער 20 שפראכן, ער איז געווען פארעכנט פון די איינציגסטע שפראכמייסטערס אין זיינע צייטן.

ווען ער איז אלט געווען 28 יאר איז ער געווארן אויפגענומען אלס לעקטאר אין די אוניווערסיטעט פון אמסטערדאם, דאס האט אים געמאכט נאך מער באקאנט און געגעבן נאך מער אנערקענונג.

די אלע זאכן האבן אים אריינגעפירט אין די העכסטע פאליטישע און סאציאלע געזעלשאפט און ער איז געווארן א היימישער אין די האלאנדישע רעגירונגס קרייזן.

ער האט חתונה געהאט מיט א גויאישער פרוי, און גענצליך נישט פרום. ער איז געווען זייער פארמישט אין סאציאלע פרייהייט ווי רעכטן פאר געי און אנדערע פאליטישע אונטערדריקטע פרייהייטן.

פאר דעם ערשטן וועלט קריג האט דעהאן באקומען ערלויבעניש פון דער צארישער רעגירונג פון רוסלאנד – מיט די הילף פון די האלאנדישע קעניגען – צו קענען באזוכן אין רוסלאנד די פאליטישע ארעסטאנטן.

דעהאן פארציילט אז ער האט ביי די באזוך געהאט אן אויפטרייסלדיגער מאמענט, ווען דער גובערנאטאר אין פעטערבורג האט אים געשאנקן א מענטשליך לעבן אלס געשאנק, די מעשה איז געווען אז דער גובערנאטאר האט אים געגעבן א ליסטע פון 10 מענטשן וואס זענען געווען פאראורטיילט צו טויט אז ער קען זיך אויסקלויבן וועם ער וויל אז מען זאל יענעם באפרייען, נישט וויסנדיג ווי אזוי צו קלויבן האט ער צו געמאכט די אויגן און ארויפגעלייגט זיין האנט אויף דער ליסטע און אזוי אויסגעקליבן.

ער האט די איבערלעבענישן און איינדרוקן פון וואס ער האט געזען באשריבן אין א בוך וואס האט געמאכט א גרויסן איינדרוק אין די גאנצע וועלט און בעיקר פאר די אמעריקאנער עפענטליכע מיינונג קעגן די צארישע הערשאפט.

דורך אויס די גאנצע צייט האט ער געוויאינט אין האלאנד, זייענדיג א זייער ליבעראלע מדינה האט ער נישט געשפירט צופול די אנטיסעמיטיזם וואס הערשט איבער די וועלט. דאס האט זיך אבער געטוישט ביי די ערשטע וועלט קריג ווען ער האט געהערט מער און מער וועגן די פיינטשאפט צו אידן. זייענדיג נאטורלעך א סענסיטיווער מענטש האט דאס אים זייער אויפגעשוידערט, דאס האט אים אזוי געגעסן פאר א שטיק צייט.

אין יאר 1916 האט ער אפגעהאקט מיט אלע זיינע פריערדיגע פארבונדענטע אין די האלאנדישע רעגירונג און האט אנגעפאנגן ווערן רעליגיעז, אלס טייל פון זיין זיך דערנעטערן צורוק צו אידען האט ער אנגעפאנגן א קארעספאנדענץ מיט דר. חיים ווייצמאן.

ער האט זיך אנגעפאנגען שטארק אריינלייגן אין תשובה און יישוב ארץ ישראל, אויף אזוי ווייט אז אין זיין ארבעטס צימער איז געהאנגן א טאוול וואס האט געהאט די צוויי זאכן אויפגעשריבן אויף זיך:

  • ובא לציון גואל ולשבי פשע ביעקב
  • ישראל אף על פי שחטא ישראל הוא

ער פארט קיין ארץ ישראל

רעדאַקטירן
 

אין 1919 איז ער אפגעפארן קיין ארץ ישראל, די ציוניסטישע און מזרחיסטישער פארטייען אין אמסטערדאם האבן פאר אים געמאכט א גרויסע געזעגענונגס צוזאמענקונפט און לכבודו ארויסגעגעבן א ספעציעלע אויסגאבע געשריבן אין עברית און האלאנדיש, אויך האבן זיך באטייליגט גרויסע אינטעלעקטועלע פרעזענליכקייטן וואס האבן אים באוואונדערט פאר זיין טאלאנט און קליגשאפט.

אנקומענדיג קיין ירושלים איז ער געווען גאר גליקלעך ביי זיך ווי מען קען זען פון די לידער וואס ער האט געשריבן יענע צייטן.

ער האט דאן באזוכט ביי ר' יצחק ירוחם דיסקין און הרב יוסף חיים זאנענפעלד, די צוויי האבן אין אים געזען א טייערן איד וואס וועט נאכגייען זיין גראדקייט און נישט פארטייאישקייט און האבן אים דערציילט איבער דער מצב פון די ישוב הישן זינט די ציוניסטן האבן אנגעפאנגן אונטערשטעלן פיסלעך און אפגעהאלטן די געלטער.

ער האט דאן אויך באקומען א פאסטן אין דער רעגירונגס הויך שולע אין ירושלים אויף יוסטיץ.

דורך די גאנצע צייט פון ווען ער איז אנגעקומען קיין ירושלים איז ער געווארן נענטער און נענטער צו די ירושליםער רבנים און די ישוב הישן, אין דער זעלבער צייט איז זיין גרויסקייט אין די אויגן פון אלעמען געוואקסן.

צווישן זיינע לידער און געשרייבעכטצער פון יענער תקופה קען מען שטארק זען ווי גליקלעך ער האט זיך געפילט זייענדיג אין ירושלים, און ווי פרום ער איז געווארן, ער דרוקט זיך שטארק אויס קעגן די נייע יוגענטליכע וואס זענען נישט פרום, ספעציעל ווי ער באגענעגט זיי ביים כותל המערבי אום תשעה באב, ער רעדט זיך זייער אף אויף די נאציאנאלער חינוך און באשולדיגט זיי אין דעם פראבלעם.

אויף דער זייט פון דעם יישוב הישן

רעדאַקטירן

אין יענער צייט האט אויסגעבראכן די שרעקליכע מחלוקת צווישן די קהילות פון די ישוב הישן אונטער די דעמאלטסדיגע עדה החרדית געפירט דורך ר' יוסף חיים זאננפעלד און די ציוניסטן אונטער די רבנות הראשית געפירט דורך הרב קוק. צווישן די עיקר מחלוקת דאן איז געווען וועגן די יציאה אקציע פון די עדה החרדית. די וועד לאומי האט דאן זיך געווענדעט צו די ענגלישע רעגירונג אז זיי זענען די וואס רעפריזענטירן גאנץ כלל ישראל, אויף דעם האט מען געקענט זיך אויסשליסן פון די וועד לאומי יעדעס יאר אין חדש אייר. די אגודה מיט די עדה החרדית האבן דאן אונטערגענומען וואס זיי האבן גערופען יציאה אקציע אויף זיכער מאכן אז מען שליסט זיך אויס פון די וועד לאומי וויבאלד זיי ברעכן אונטער אלס וואס האט מיט אידישקייט.

מזרחי איז געווען ביי דער מיינונג אז מען זאל יא בלייבן אין די וועד לאומי כאטש עס איז קעגן אידישקייט, דורכאויס די מחלוקת האט זיך דעהאן באמיעט אז אגודת ישראל מיט מזרחי זאלן שלום מאכן כאטש מיט די איינע זאך קעגן די וועד לאומי אבער דאס האט זיך אים נישט איינגעגעבן.

אין ה'תר"פ האט ער זיך אפיציעל דערקלערט אלס מיטגליד פון אגודת ישראל און איז באלד דערנאך געווארן גענעראל סעקרעטאר פון איר וועד הפועל אין ירושלים.

אלס גענעראל סעקרעטאר פון אגודת ישראל אין ירושלים

רעדאַקטירן

מיט זיינע אלע באקאנטשאפאן אין רעגירונגס קרייזן און מיט זיינע באשרייבונגען האט ער אנגעפאנגן צו פארטייטיגן אגודת ישראל מיט וואס ער האט נאר געקענט, שרייבענדיג קעגן די פירערשאפט אין אויסלענדישע צייטונגן און טרעפנדיג זיך מיט רעגירונגס מענטשן אלס פאר די טובה פון אגודת ישראל און אידישקייט.

ער האט אנגעפירט מיט א קאמפיין וואס איז געווען אינדרויסן פון ארץ ישראל – קיין לאנדאן און גענף – קעגן די פירערשאפט אין ארץ ישראל.

עס איז אינטערסאנט צו באמערקן אז אויף אזוי ווייט איז ער געווען נאנט מיט דרויסענדיגע פאליטיקאנטען אז איינמאל דורך א זיצונג אין ירושלים האט ער דערציילט איבער א נארוואס אנגענומענע באשלוס פון די העכער אינסטאנצן אין לאנדאן איבער ארץ ישראל, די ידיעה האט זיך בליץ שנעל פארשפרייט איבער גאנץ ירושלים, ווען די ציוניסטישע ביורא האט געהערט דערפון האבן זיי דאס געלייקנט ווייל זיי האבן דאס נישט געהערט פון אויסלאנד, א טאג שפעטער האבן זיי דאס ערעשט געהערט אין האבן געמוזט מודה זיין.

דורך אויס אלע פראבלעמען אין יענער תקופה ווי די מצה שטייער און שחיטה פראבלעמען האט דעהאן פארטייטיגט די יישוב אין די געריכטן.

די רדיפות

רעדאַקטירן

צוליב זיין געוואלדיגן פאליטישן כוח און זיין אויסעגעווענליכע איבער ג'געבן'הייט פאר די פרומע האט ער געהאט אויסצושטיין שרעקליכע רדיפות מצד די פרייע און מזרחי.

זיי האבן פרובירט וואס זיי האבן געקענט אז די הויך-שולע זאל אים אפזאגן, ווען דאס האט זיך נישט איינגעגעבן האבן זיי ארגאנאזירט אז מען זאל אים נאכלויפן אין די גאסן כאילו ער איז א שטאטס משוגענער. זיי האבן אויסגערופן א חרם אז די סטודענטן זאלן זיך נישט באטייליגן אין זיינע לעקציעס, אויף די לעצטע האבן זיי אויך געווארנט מיט נקמה.

די לאגע איז געווארן ערגער פון טאג צו טאג אויף אזוי ווייט אז מען האט געמוזט שניידן זיינע לעקציעס אזוי אז ער איז איבערגעבליבן מיט נאר 2 לעקציעס א וואך און צימאל נאר 2 תלמידים האבן זיך באטייליגט.

זיינע פיינט האבן אים בארעדט פאר די ענגלישע "שרייבער פארבאנד" ווי ער איז געווען א מיטגליד, און פאר די "האנדלס בלאט" אין אמסטערדאם. און זיי האבן גאנץ גוטן מצליח געווען צו שניידן זיין געהאלט און פאזיציע אין די פלעצער.

לארד נארטקליף

רעדאַקטירן

אין ה'תרפ"ב איז לארד נארטקליף געקומען קיין ארץ ישראל. זייענדיג דער רעדאקטאר פון די דעילי עקספרעס האט ער געהאט א שטרענגע שטאב וואס האט פרובירט אויסצומיידן כמעט יעדעם וואס האט פרובירט אים צו באזוכן, און דאך ווען ער איז געקומען האט באלד נאך די ציוניסטישע דעלעגאציע זיך געטראפן מיט אים די פארשטייער פון אגודת ישראל מיט דעהאן אין שפיץ. דר. דעהאן האט אראפגעלייגט די מצב און אים איבערגעגעבן א מעמארנדום וואס דרוקט אויס די קעגנערשאפט פון די ישוב צו ציוניזם און די באלפור דעקלאראציע.

דאס האט גאר שטארק אויפגערעגט די יונגנט און פארטייען. אין די רדיפות קעגן די פרומע האט זיך גאר פארשטארקט אויף אזוי ווייט אז מען איז זיי איבערגאפאלן אינמיטן גאס. זיי האבן זיך אפילו אריינגעבראכן אין שטוב פון הרב יוסף חיים זאנענפעלד.

הרב יונגרייז (אויף פון אגודה) און דעהאן האבן דאן באקומען אנאנאמען בריוו אז זיי זאלן זאגן ווידוי ווייל זייער טעג זענען געציילטע, און טאקע הרב יונגרייז און הרב דיסקין האבן דערפאר באקומען פאליצייאישע שיץ, אבער הרב זאנענפעלד און דעהאן האבן זיך אנטזאגט פון די שיץ.

צוליב די אלע זאכן האט הרב זאנענפעלד פארעפנטלעכט א בריוו אין דואר היום צו בארואיגען די געמיטער, אויך האט דעהאן געשיקט א בריוו צום לארד ווי ער גיבט צו פארשטייען אז די וועלט פרעסע האט זיין באגעגעניש שלעכט אויסגעטייטשט, און די לאנדאן טייםס האט דאס געדרוקט.

די אלע זאכן זענען געטאן געווארן אין א פרואוו אפצושטעלן די אנפאלן, וויבאלד זיי האבן דאס אויסגעטייטשט ווי א קעגנערשאפט קעגן ישוב ארץ ישראל ווען באמת איז דאס נאר געווען א קעגנערשאפט קעגן די ווערטשאפט פון די ציוניסטישע פירער און וועד לאומי.

די אראבישע פראבלעם און די באזוך ביי קעניג חוסיין

רעדאַקטירן

אין דער צייט וואס די דעמאלטסדיגע ירושליםדיגע אגודה איז נישט געווען קעגן ישוב ארץ ישראל, זענען זיי אבער יא געווען קעגן א אידישע מדינה.

אויך איז געווען גרויסע פראבלעמאן פון די אראבישע שכנים וואס האט זייער געשטערט די זיכערהייט פון די אידען.

דעהאן האט דערפאר געזען אז מען מוז זעהן זיך אדורך צו קומען מיט די אראבישע שכנים און דאס האבן די ציוניסטישע פירער נישט גקעקנט פארטראגן.

זייענדיג זייער באפריינדעט מיט עמיר סידניי אבדולא פון טראנס-ירדן אויף אזוי ווייט אז יעדעס מאהל עס איז געקומען גרויסע געסט און בעיקר אראבישע קעניגען פלעגט ער איינלאדענען דעהאן אויף אמאן מיט צוהאלטן די באגעגענישן.

אין איינע פון דעהאןס באריכטן שילדערט ער די באגענגעניש וואס ער האט געהאט מיט קעניג פייזל פון איראק ביי עמיר אין שטוב.

דעהאן האט געזען אין די באלפור דעקליראציע אז דאס וועט זיין א גרויסע פראבלעם מיט די אראבישע שכנים און אין זיינע באשרייבנוגען זעהט מען ווי ער דרוקט זיך אויס אז אלע טייטשן איבער די דעקליראציע ווי אזוי זיי ווילן, דערפאר האט ער געהאלטן אז מען זאל מאכן א קאנסטיטוציאנאלע רעגירונג פון אידען מיט אראבער גלייך וואס זאל זיין געבויעט אויף גלייכבארעכטיגונג און פרייער עמיגראציע, אנע פאליטישע אמביציעס. זיין פלאן איז געווען צו מאכן א פארלאמענט וואס וועט זיין א דריטל אידן, א דריטל אראבער, און די לעצטע דריטל וועט מען וועלן סיי אידן און סיי אראבער, אזוי וועלן אמאל די אידען האבן די מערהייט און אמאל די אראבער.

דאס אלעס האט אים אבער נאר מער פארפיינטעט ביי זיינע פיינט, און האט אים נישט געברענגט קיין גוטס.

די קלימאקס איז אבער געווען ווען ער האט זיך געטראפן מיט קעניג חוסיין אין ה'תרפ"ד, עס איז געקומען אלס איינלאדענוגס פון ירדן'ס אבדולא מיט וועם דעהאן איז געווען באפריינדעט, און עס איז געווען א גאנצע דעלעגאציע פון אגודת ישראל און עדה החרדית וואס האט זיך געטראפן מיט קעניג חוסיין.

די ציוניסטישע פירער און צייטונגען האבן דאס נישט געקענט פארטראגן און האבן אנגעפאנגען א שרעקליכע העץ קאמפיין אנטקעגן די עדה החרדית, אגודת ישראל, און אלע אשכנזישע ארטאדאקסישע אידען.

די העצעס האבן אנגעפאנגען זיין מער אפען און האבן מער און מער דערמאנט אז אזא איינער ווי דעהאן האט נישט וואס זיך צו געפינען צווישען די לעבעדיגע.

פון דאן אהן האט דעהאן דערהאלטן ווארענונגס בריווען אז מען וועט אים שיסען אויב ער פארלאזט נישט דאס לאנד אין געציילטע טעג. ער האט זיך אבער אויסגעלאכט דערפון. עס זענען דאן אויך פארגעקומען נייע וואלן פאר די ענגלישע פארלאמענט און אגודת ישראל האט געהאט באשטימט א דעליגאציע בראש מיט דעהאן אז זיי זאלן פארען אויף לאנדאן זיכער מאכן אז מען וועט פאר די עדה החרדית געבן די רעכט פון א זעלבסשטענדיגע קהלה. די צייטונגען האבן זיך פון דעם דערוואוסט און איין טאג נאכדעם וואס זיי האבן דאס מפרסם געווען איז דעהאן דערמארדערט געווארן.

ער ווערט דערמארדערט

רעדאַקטירן
 
די לוי' פון דעהאן

מאנטאג אווענט די נאכט צו די 29 אין סיון איז ער נארוואס ארויסגעקומען פון שערי צדק שפיטאל וואו ער האט געדאווענט מעריב פארן עמוד זייענדיג אין דעם יאר נאך זיי טאטן. די דאקטוירים אינעוויניג אין שפיטאל האבן געהערט דריי שאסן און זענען ארויסגעקומען צו טרעפן דעהאן א טויטן.

ווען מען האט דערציילט פאר הרב יוסף חיים זאננפעלד דינסטאג אינדערפרי וועגן די טויט פון דעהאן האט ער זיך געריסן קריעה און געמאכט א ברוך דיין האמת מיט שם ומלכות.

די פארדאכטונגען נאך זיין טויט

רעדאַקטירן

גלייך נאך זיין טויט האט מען געטראפן ביי זיינע כתבים ווערטער פון לויבונגען און ליבשאפט צו מענער, אלס דעם האט מען אנגעפאנגן פארשפרייטן טענות אז ער איז געווען א האמאסעקסואל און אז די פאליציי פארדעכטיגט אז די מארד האט געהאט צו טאן מיט עלעמענטן וועגען זיין זיין א האמאסעקסואל.

אגודת ישראל האט צוליב דעם אנגעפרעגט ביי די פאליציי אין ירושלים אז וויבאלד די פרעסע פארשפרייט דאס צו עס איז אמת אדער נישט, אויף וואס די פאליציי האט געענטפערט אז נישט.

אזעלכע האבן אסאך גענוצט די פאקט אז ער האט געשריבן לידער וואס האבן זיך אנגענומען פאר די פרייהייט פון די סאציאלע באוועגונגען אלס א באווייז אז ער איז געווען א האמאסעקסואל, אבער אזעלכע האבן דאס אנגעווזיען אלס א לעכעריגע באווייז וויבאלד ער איז געווען אריינגעטאן אין ביידע סיי זיין לידער שרייבן אין סיי די סאציאלע באוועגונגען איז דאס גארנישט קיין באווייז און דאס האט ער נאר געשריבן לטובת הענין פון די פרייהייט.

זיין סעקסואלישע אידענטיטעט

רעדאַקטירן

נאָך זײַענדיק אין האָלאַנד איז ער געווען פאַררעכנט ווי אַ האָמאָסעקסואַל צוליב סײַ די לידער וואָס ער האָט געשריבן און סײַ צוליב די ביכער וואָס ער האָט געשריבן. נאָך הײַנט צוטאָג אין האָלאַנד איז ער פון די גאָר באַוואוסטע פּערזאָנען וואָס איז געווען אַ האָמאָסעקסואַל. ווען ער איז געוואָרן אַ בעל תשובה זאָגן אויף אים עדות הרב משה בלוי אַז דאָס איז נישט אמת, פון די ווערטער פון הרב משה בלוי (איבערגעזעצט אויף אידיש): זיי וועלן נישט אַרײַנברענגען קיין ספק אין אונז וועגן דער ערליכקײַט פון דעהאַן ז"ל, און נישט נאָר אין זײַן גראָדקײַט נאָר אויך אין זײַן אויפירונג און אמונה, מיר האָבן אים געקענט פון דער נאָענט. מיר האָבן אים געקענט אַלס עפענטליכע פּערזאָן וואָס שטייט בראש, און מיר האָבן אים אויך געקענט אַלס פּריוואַטע מענטש, מיר האָבן אים געזעהן אין זײַן פּרעזענליכע לעבן, בײַ זײַן אויפירונג אין שטוב, מיר האָבן אים געזעהן אין אַלע זײַנע לעבנס וועגן, און מיר האָבן אין אים נישט געטראָפן קיין שום פסול. נאָר ליגענט איז דאָס וואָס זײַנע קעגנער זאָגן אויף אים נידריגע בילבולים כדי צו גרינגער מאַכן מיט דעם כאָטש אַביסל די שענדליכע רציחה.

אַ פּאָר דוגמאות פון זײַנע לידער, וואָס זײַנען אַ באַווײַז פאַר דעהאַנס אידענטיטאַט:

וואָס וואַרט איך פאַר, שפּעט אין דער נאכט / אלע שלאָפן שוין אין דער שטאָט / און איך זיץ זיך לעבן דעם כותל-המערבי - / צו גאָט, אדער צו א מאַראָקאַנישן בחור?


צי קען אַ מענטש באַדינען צוויי האַרן? / כאָטש איך בין אַ דינער פאַר גאָט און טײַוול / מיט איין תאווה און איין פריילעכקײַט / און איך פיל ווי אַזוי מײַן האַרץ ווערט צעשמאָלצן אין אַ צווייטן פלאַם.


מיט אדיל האב איך געריטן פערדן / מיט סאייד האב איך געטרונקט דעם פארבאטן וויין / מיט מאחמוד, מיט נאסיף איך צי אויס / מיין אבר, אומרויק אין איין אכזריותדיקן ווייטיק.

ווער זענען געווען די מערדער

רעדאַקטירן

אין שפערדיגע יארן האבן די צייטונגען אלע מסכים געווען אז די מערדער זענען געווען ציוניסטען, נאר ווער פונטקלעך איז נישט באוואוסט.

וואס עס איז יא באוואוסט איז אז רחל ינאית די פרוי פון יצחק בן צבי א געוועזענע מדינת ישראל נשיא איז געווען שטארק פארמישט אין זיין מארד.

אויך איז באוואוסט די פאלגענדע 3 נעמען אלס די וואס האבן זיך באטייליגט אין די מארד אברהם תהומי, ישראל שוחט, און יעקב פאט.

וועבלינקען

רעדאַקטירן