חיים עזריאל ווייצמאן, (27סטן נאוועמבער 1874, י"ח כסלו ה'תרל"ה - 9טן נאוועמבער 1952, כ"א חשוון ה'תשי"ג), איז געווען דער ערשטער פרעזידענט פון ישראל. א כעמיקער פון פאך אויס, פון די גרויסע ציוניסטישע פאליטיקער, און פרעזידענט פון דער אלוועלטלעכער ציוניסטישער באוועגונג.

חיים ווייצמאן
חיים ויצמן
געבורט 27 נאוועמבער 1874
י"ח כסלו ה'תרל"ה
מאטעלע, רוסלענדישע אימפעריע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 9 נאוועמבער 1952 (אלט 77)
כ"א חשוון ה'תשי"ג
רחובות, ישראל רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה ישראל, פאראייניגטע קעניגרייך, פאראייניגטע קעניגרייך פון גרויסבריטאניע און אירלאנד
קבורה ארט רחובות
באשעפטיגונג כעמיקער, פאליטיקער, פעדאגאג, אויטאביאגראף, אוניווערסיטעט-לעקטאר רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פארטיי אלגעמיינע ציוניסטן רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
חתימה רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער
דר. ווייצמאן חיים עזריאל טרעפט זיך מיט פייסל דער ערשטער, (ווייצמאן פון לינקס)

ביאגראפיע

רעדאַקטירן

ער איז געבוירן געווארן אין מאטלע, בעלארוס, צו זיין מוטער רחל-לאה (טשעמערינסקי) און זיין פאטער עוזר ווייצמאַן, אַ וואַלד סוחר און אסטאלינער חסיד, צו א רעליגיעזער היים, אלס יינגל האט ער געלערנט אין חדר, שפעטער איז ער געגאנגען לערנען אין פינסק, וואו ער האט זיך אויסגעצייכנט אין כעמיע און וויסנשאפט. דערנאך איז ער געגאנגען שטודירן אין דייטשלאנד, וואו ער האט זיך באטייליקט אין קלובן פאר יידן, ספעציעל ציוניסטן.

ביים ערשטן ציוניסטישן קאנגרעס, וואס איז פארגעקומען אין באזעל, שווייץ, איז ער נישט געווען. אבער דערנאך פון די צווייטע און ווייטער, האט ער זיך אלעמאל באטייליקט.

אין 1898 האט ער באקומען דעם דאקטער טיטל פאר כעמיע, ער האט באקומען אן ארבעטס פאזיציע אין גענף. אין 1904 האט ער געהייראט זיין פרוי, ווערא. אין 1904 האט ער באקומען ארבעט אין מאנטשעסטער, ענגלאנד. ער האט זיך אהינגעצויגן, און באקומען בירגערשאפט, אין 1910.

ער האט זיך שטארק געגנגעשטעלט הערצלס פלאן, פון א יידיש לאנד אין אוגאנדע, ביים קאנגרעס אין 1903. שפעטער האט ער געבראכט ענגלישע פאליטיקער און זשורנאליסטן, צו דער אידעאלאגיע פון ציוניזם. ער האט געהאלטן אז נישט נאר מען דארף רעדן אויפצוטון, נאר אויך טון און אויפשטעלן פעלצער אין ארץ ישראל.

דורכאויס די ערשטע וועלט מלחמה, האט ער געראטעוועט דאס בריטישע ארמיי, ווען אלס כעמיקער האט ער געפונען א באשטאנדטייל צו ערזעצן אצעטאן פאר אויפרייס פולווער. דערמיט האט ער זיך באקענט מיט ארטור דזשיימס באלפור, און אים איבערצייגט אויסצופירן, דעם לאנג ערווארטעטן באלפורס דעקלאראציע, ווי גרויסבריטאניע אנערקענט אין די רעכטן פון יידישן פאלק, צו האבן א זעלבסטשטענדיק לאנד אין פאלעסטינע.

ווען ענגלאנד האט איינגענומען ארץ ישראל פון דער אטאמאנישער אימפעריע, איז ער מיטגעקומען, ווי ער האט שפעטער טיילגענומען אין אבן הפינה פארן העברעישן אוניווערסיטעט, אויך האט זיך געטראפן מיט פייסל דער ערשטער, ווי זיי האבן אונטערגעשריבן אויף א פארשטענדעניש, ווי אראבער אנערקענען אין רעכט פון יידן אין ארץ ישראל.

אין 1921 איז ווייצמאן געווארן פערטע פארזיצער פון דער אלוועלטליכער ציוניסטישער באוועגונג. און דערמיט ארבעטנדיק מיט דעם בריטישן מאנדאט. 1929 האט ער איבערגעגעבן דאס אנגעלעגנהייטן פון אינערהאלב ארץ ישראל, צו דער יידישער אגענטור. ער האט רעזיגנירט ווען די ווייסער בוך פון פאספילד, איז אדאפטירט געווארן דורף דער ענגלישער רעגירונג. אבער שפעטער האט ער צוריק געצויגן זיין רעזיגנירונג.

אין 1931 איז ער נישט ווידערווילט געווארן, אלס פארזיצער פון דער באוועגונג, ווערנדיק באשולדיקט אין זיין פרא בריטיש. אין 1935, איז ער ווידעראמאל אויסגעקליבן געווארן צו זיין פארזיצער. און ער האט פארלאנגט פון פיל קאמיסיע, אריינצולאזן אין לאנד, מיליאנען גערודפטע יידן פון אייראפע, וואס האבן געזוכט צו אנטלויפן פון די נאציס.

אין 1936, האט ער געגרינדעט אין רחובות, דעם זיו אינסטיטוט, וואס באשעפטיקט זיך אין כעמיע, שפעטער גערופן אויף זיין נאמען דער ווייצמאן אינסטיטוט פאר וויסנשאפט. ביי דער צווייטער וועלט מלחמה, האט ער ווידעראמאל געדינט פאר דער בריטישער ארמיי, זיין זון מיכאל האט געדינט אלס פילאט, פארן ארמיי און ער איז אומגעקומען אין יאר 1942.

ער איז געווען פארעכנט אלס מעסיגער מאן, ער האט שטענדיק געהאלטן פון רעדן דיפלאמאטיש מיט ענגלאנד, און דערפאר האבן די איינגעשטעלטע אין יידישע אגענטור, אים נישט געגליכן, ספעציעל דוד בן גוריון.

נאכן מלחמה האט ער פארלאנגט פון גרויסבריטאניע, אריינצולאזן אלע יידן, וואס ווילן קומען זיך באזעצן אין פאלעסטינע, און אין די פאראייניגטע שטאטן, האט ער באקומען אסאך שטיצע. וואס האבן שפעטער געהאלפן באקומען די שטיצע פארן צעטיילונג פלאן אין ארץ ישראל.

אין 1946, ביים ציוניסטישן קאנגרעס אין באזעל, איז ער ווידעראמאל אפגעזאגט געווארן פון אמט, ער האט אבער נישט אויפגעגעבן זיין קאמפיין פון אויפטרייבן שטיצע פאר א יידיש לאנד. ער האט גלייך ביים זעלבסטשטענדיגקייט דערקלערונג פון ישראל, פארלאנגט פון הערי עס טרומאן א באלדיקע אנערקענונג.

אין 1949, איז ער איינגעשוווירן געווארן אלס ערשטער פרעזידענט, און שפעטער געלאפן פאר ווידערוויילונג, ווי ער האט נישט געהאט קיין אפאנענט. ער איז געווען אלט און קראנק, צוביסלעך איז ער בלינד געווארן. און אום 9טן נאוועמבער 1952, איז ער געשטארבן, ער איז באגראבן אין רחובות, נישט ווייט פון דעם אינסטיטוט וואס ער האט אויפגעשטעלט.

זיין נעפע עזר ווייצמאן איז געווען דער זיבעטער פרעזידענט אין ישראל.

ער מיט זיין ווייב דבורה ווערא חאצמאן האבן געהאט צוויי זין, בנימין (בענזשאמין), און מיכאל (מייקל).