הרב יוסף חיים זאנענפעלד ז"ל ( ו' כסלו תר"ט, 1טן דעצעמבער 1848 – י"ט אדר ב' ה'תרצ"ב) איז געווען דער גאב"ד פון דער עדה החרדית , באוואוסט אלס פייערדיגער קנאי און א גרויסער לוחם אקעגן ציונות.

יוסף חיים זאנענפעלד
געבורט 1 דעצעמבער 1848
Q837868, עסטרייכער אימפעריע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 26 פעברואר 1932 (אלט 83)
ירושלים, בריטישער מאנדאט, בריטישע אימפעריע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה עסטרייכער אימפעריע, עסטרייך אונגארישע אימפעריע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
קבורה ארט יידישע בית עולם פון הר הזיתים רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
אַמט הויפט־ראבינאט פון ישראל רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
אונטערשריפט רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער
רחוב על שם הרב בית ישראל פון ירושלים
מצבת הרב יוסף חיים זוננפלד אין אידישע בית עולם פון הר הזיתים. לצד מצבת רבו הרב אברהם חיים שאג
הרב יוסף חיים זאנענפֿעלד

ביאגראפיע

רעדאַקטירן

ער איז געבוירן געווארן ו׳ כסלו תר״ט אין דעם שטעטל ווערבוי, קעניגרייך פון אונגארן (היינט סלאוואקיי) צו זיין פאטער הרב אברהם שלמה זאנענפעלד און זיין מוטער זאלדא. ער האט געלערט ביי גדולי התורה ווי דער כתב סופר, זון פונעם חתם סופר, און רבי חיים הערש מאנהיימער. אין יאר תרל"ג (1873) איז ער ארויף אין ארץ ישראל צוזאמען מיט זיין רבי׳ן, הרב אברהם שאג-צוועבנער, א תלמיד פונעם חתם סופר, און האט זיך באזעצט אין דער ירושלים אלטשטאט. ער איז געווארן נאנט מיט הרב יהושע לייב דיסקין און זיין זון, הרב יצחק ירוחם דיסקין. ער איז געווען טעטיג אינעם יישוב הישן און האט געגרינדט דעם "אונגארישע הייזער" פערטל. צוזאמען מיט הרב דיסקין האט ער אויפגעשטעלט אין יאר תרל"ח (1878) דעם "בית הדין של החוגים היראים".

עס איז דא א ווידעא קליפ ווי ער טרעפט זיך מיט הרב קוק ביים ענגלישען באהערדע.

בזיווג שני האט ער חתונה געהאט מיט חילא (אייבעשוץ), די שוויגער פון רבי חיים זאב פינקל.

וועבלינק

רעדאַקטירן