עפענען הויפטמעניו
א מאפע ווו מען רעדט האלענדיש
טונקל בלוי: אַמטיק און מוטערשפראך
בלוי: אדמיניסטראטיוו און אַמטיק, אבער נישט מוטערשפראך
העל בלוי: סעקונדער/נישט אמטיק
גרינער קוואדראט: מינדערהייט

האלענדיש (האלענדיש: Nederlands) איז א מערב־גערמאנישע שפראך וואס איבער 22 מיליאן מענטשן רעדן אלס מוטערשפראך,[1][2] און איבער 5 מיליאן מענטשן אלס א צווייטער שפראך.[3] רוב מוטערשפראך רעדער וואוינען אין האלאנד, בעלגיע און סורינאמע, און קלענערע צאלן רעדער אין טיילן פוןפראנקרייך, דייטשלאנד און געוועזענע האלענדישע קאלאניעס. די שפראך איז גאנץ נאענט צו אנדערע מערב־גערמאניש שפראכן (למשל, ענגליש, מערב פריזיש און דייטשיש).

האלענדיש איז די פרינציפאלע און אפיציעלע שפראך פון האלאנד, פלאנדערן אין בעלגיע (וואס זייער דיאלעקט רופט זיך פלעמיש) און סורינאמע.

אין דרום אפריקע, איז איינע פון די שפראכן אפריקאנעריש, א האלענדישער דיאלעקט, גערעדט דורך די בורן.

וויקיפעדיערעדאַקטירן

די האלענדיש־שפראכיגע וויקיפעדיע איז די זיבעטע גרעסטע, און פארמאגט 600,000 ארטיקלען.


רעפערענצןרעדאַקטירן

  1. (אויף האלענדיש) Het Nederlandse taalgebied. Nederlandse Taalunie (2005). דערגרייכט דעם 2008-11-04.
  2. About the Netherlands. Dutch Ministry of Foreign Affairs. ארכיווט פון דעם אריגינאל דעם 2006-10-01. דערגרייכט דעם 2008-08-23.
  3. European Commission (2006). Special Eurobarometer 243: Europeans and their Languages (Survey) (PDF). Europa. דערגרייכט דעם 2007-02-03.
    European Commission (2006). Special Eurobarometer 243: Europeans and their Languages (Executive Summary) (PDF). Europa. דערגרייכט דעם 2007-02-03.
    "1% פון דער אייראפעישער פארבאנד באפעלקערונג רעדן האלענדיש גענוג גוט צו האלטן א שמועס." (page 153) Outside the European Union the number of second language speakers of Dutch is relatively small.
וויקיפּעדיע אויף האלענדיש
אפיציעלע שפראכן פונעם אייראפעישן פארבאנד
 
אונגעריש · איטאליעניש · איריש · בולגאריש · גריכיש · דייטש · דעניש · האלענדיש · טשעכיש · ליטוויש · לעטיש · מאלטעזיש · סלאוואקיש · סלאוועניש · ענגליש · עסטיש ·
פארטוגעזיש · פויליש · פיניש · פראנצויזיש · קראָאַטיש · רומעניש · שפאניש · שוועדיש