יום טוב
יום טוב ביי יידן איז א טאג וואס די תורה האט געהייסן א "מקרא קודש" ווען מען טאר נישט טון געוויסע מלאכות, און מען פרייט זיך מיט א פליישיגער סעודה און וויין, און מיט נייע קליידער.
די מלאכות וואס מען טאר נישט טון איז אזוי ווי שבת, אבער א מלאכה פון "אוכל נפש", למשל, קאכן און מאכן גרעסער א פייער, מעג מען יא, ווי אויך טראגן.
עס איז א גוטער טאג, וואס איז א יומא דפגרא. מ'מאכט גרויסע סעודות. און מען איז פרייליך און גוטמוטיג, געווענליך איז דאס אויך א רוה טאג דורכן אפפייערן.
ווען דער בית המקדש איז געשטאנען האט מען יעדן יום טוב מקריב געווען ספעציעלע קרבנות אויפן מזבח.
ביי דער תורה טערמענאלאגיע איז דאס אנגערופן חג לה', איז געקומען די גמרא אין געזאגט חציו לה' וחציו לכם, אבער היינט הייסט א חג וואס איז גארנישט מיטן אידישן גאט א חגא.
אידישע ימים טובים פון דער תורהרעדאַקטירן
די תורה רעכנט אויס זיבן טעג אין יאר פאר ימים טובים:
- פסח (חג המצות) - ט"ו ניסן און כ"א ניסן
- שבועות (חג הביכורים) - ו' סיון
- ראש השנה (בכסא ליום חגנו) - א' תשרי
- יום כיפור (שבת שבתון) - י' תשרי
- סוכות (חג האסיף) - ט"ו תשרי
- שמיני עצרת (עצרת) - כ"ב תשרי
היינטיגע צייטן האלט מען ראש השנה צוויי טעג, א' תשרי און ב' תשרי. אין חוץ לארץ האלט מען א צווייטן טאג יעדן יום טוב, אחוץ יום כיפור.
די אלע טעג ווערן גערופן אין דער תורה "מקראי קודש", וואס מען טוט נישט קיין מלאכה. יום כיפור, אזוי ווי שבת, זענען אלע מלאכות אסור. די אנדערע ימים טובים מעג מען טון א מלאכת אוכל נפש, למשל מען מעג קאכן און באקן, און טראגן אין א רשות הרבים וואס מען דארף אויף יום טוב. חול המועד איז אסור אין געוויסע מלאכות.
יעדער יום טוב האט זיין באזונדערע מצווה: פסח עסן מצות, סוכות זיצן אין דער סוכה, ראש השנה בלאזן שופר און יום כיפור פאסטן. ביי אלע ימים טובים, אזוי ווי שבת, צינדט מען ליכט. ווען מען האט געהאט א בית המקדש, איז געווען דריי מאל א יאר, פסח, שבועות און סוכות, א מצווה פון עלייה לרגל, דעריבער הייסן די דריי ימים טובים די "שלוש רגלים", ווען מען איז מקריב אויפן מזבח עולת ראייה און שלמי חגיגה.
ווען איז יום טוברעדאַקטירן
פסח הייבט זיך אן דעם 15טן טאג אין ניסן.
שבועות איז 7 וואכן נאכ'ן עומר. וואס קומט אויס 6 טאג אין סיון.
ראש השנה איז דעם ערשטן טאג אין תשרי.
יום כיפור איז דעם צענטן טאג אין תשרי.
סוכות הייבט זיך אן דעם 15טן טאג אין תשרי.
שמיני עצרת איז א טאג נאך וואס סוכות ענדיג זיך. (אויפהאלטונג).
זעט אויךרעדאַקטירן
ייִדישע צײַטן און ימים טובים |
שבת | ראש השנה | צום גדליה | יום כיפור | סוכות | הושענא רבא | שמיני עצרת - שמחת תורה | חנוכה עשרה בטבת | ט"ו בשבט | תענית אסתר | פורים | פסח | ספירת העומר | פסח שני | ל"ג בעומר שבועות | שבעה עשר בתמוז | ימי בין המצרים | תשעה באב | חמשה עשר באב |