פילאסאפיע

(אַריבערגעפֿירט פון פילאָזאָפיע)

פֿילאָסאָפֿיע איז דאס מעטאד פון פארשונג צו פארשטיין גרונטליך און קלאר די פענאמענאנען פון דער וועלט, מענטשהייט, און דאס לעבן. למשל ווי איז די בעסטע וועג צו לעבן (עטיק) דער ווארט פילאסאפיע איז א גריכישן צוזאם שטעל פון די ווערטער פילא (ליב-האבער) און סאפיא (חכמה), ד.ה. דאס ליבשאפט פון חכמה.

היסטאריע און אנטוויקלונג

רעדאַקטירן

פיליסאפישע חקירה, אין דעם היינטיגן זין, האט זיך אנגעהויבן מיט די אור-אלטע גריכן אין די יארן ג"א ר' - ש'. טאלעס, אנאקסימאדער, פיטאגאראס, און אנדערע האבן אנגעהויבן שפעקולירן איבער דעם תכלית אין לעבן, די יסודות פון פיזיק און מאטעמאטיק, און די פענאמענאנען פון לעבן און טויט. זיי זענען מערסטנס געווען פארנומען מיט פארשטיין די נאטור און וויאזוי זי פירט זיך.

שפעטער איז געקומען סאקראטעס און אנגעהויבן חקר'נען די מענטשהייט. זיין פארשונג איז געווען צו פארשטיין וואס איז ריכטיג און וואס נישט, וואס זענען די אמת'ע ווערדן וואס דער מענטשהייט דארף נאכיאגן. ער האט געטריבן זיינע פאלקס-לייט אין אור-אלטן אטען צו חקר'נען זייער אויפפירעכץ און זיי פארבעסערן. ער האט איבערגעטראכט יעדן אנגענומענעם ווערד און אפטמאל געוויזן אז עס איז פאלש. דערפאר האבן אים אסאך פיינט געהאט, טענה'נדיג אז ער קארופטירט דאס פאלק, און מען האט אים פעראורטיילט צום טויט.

סאקראטעס'נס תלמיד פלאטו האט גענומען זיין לערער'ס אנווייזונגען און זיי אפגעשריבן אין די דיאלאגעס, דער וויכטיגסטער ליטעראטור ווערק און משפיע אויף מערב קולטור נאך דעם תנ"ך.

פלאטו האט אויך געגרינדעט א שולע פון פילאסאפיע. זיין גרעסטער תלמיד איז געווען אריסטו, וועלכער איז שפעטער געווען דער לערער פון אלכסנדר מוקדון. אריסטו האט צוזאמגענומען די פארשונגען פון פריערדיגע פילאסאפן איבער די נאטור מיט די פארשונגען פון סאקרעטיס איבער די מענטשהייט און געמאכט פון זיי א פאראייניגטע וויסנשאפט.

דאס מיינט אין אידיש גערעדט א טיף "דענקער", וואס פארשט אויס און חקר'נט אריין אין באשעפער'ס בריאה, געווענליך ווערט עס באניצט לגבי חכמת אלקות.

'פילאסאפיע' איז באמת א גריכיש ווארט, און די אפטייטש איז "פילא" א ליבהאבער "זאפיע" פון חכמה (ערוך ערך פילוסופיא, אין תוס' אין מסכת שבת שטייט אבער אז פילוסוף מיינט אן אפיקורס), פיליזאפיע איז טאקע בעיקר געווען פארשפרייט אין גריכנלאנד.

עס איז באקאנט אז אין די צייטן פונעם רשב"א איז געווען גאר שטארק איינגעריסן אפילו ביים המון עם צו שטודירן פילאסאפיע, און עס האט געהאט נישט קיין געוואונטשענע נאכפאלגן, דעריבער האט דער רשב"א און נאך פילע אנדערע צענדליגע ראשונים ארויסגעגעבן א חרם אז מען טאר נישט לערנען פילאסאפיע אונטער די 40 יאר, אנדערע האבן אבער עס יא מתיר געווען.[פֿעלט אַ מקור]

באקאנט איז די תשובת מהרש"ל וואס אטאקירט דעם רמ"א זי"ע היתכן ער קען פילאסאפיע, איבער וואס דער רמ"א פארענטפערט זיך אז ער האט דאס נאר געלערנט שבת נאכמיטאג, אין די צייט ווען אנדערע נוצן סייווי אויס די צייט צו שפאצירן וכדומה.

פון די באקאנסטע פילאסאפֿן איז אריסטוטלוס, מער באקאנט מיט זיין קירצערן נאמען "אריסטו", דער רבי פון אלכסנדר מוקדון.

שפעטערדיגע פילאסאפן

רעדאַקטירן

אידישע פילאסאפיע

רעדאַקטירן

גאר גרויסע חכמים פון דעם אידישן פאלק האבן זיך פארנומען מיט פילאסאפיע. איינע פון דער מענטשהייט'ס גאר אויסגערופענע פילאסאפן איז געווען דער רמב"ם, וועלכער האט אפגעשריבן זיין פילאסאפיע אין ספר מורה נבוכים. זיינע פילאסאפישע פארשונגען זענען געווען מערסטנס געבויעט אויך די וויסנשאפט פון אריסטו, וועלכע איז געווען פארהאלטן דורך די אראבישע חכמים. ער האט שטארק משפיע געווען אויף שפעטערדיגע פילאסאפן, ווי צ.ב.ש. דער קריסטליכער פילאסאף טאמעס אקווינעס און דער מוסלמענער אבן רושד.

ברוך שפינאזע איז געווען א וועלטס בארימטער פילאסאף פון די אידישע קהלה אין אמסטערדאם. זיינע שטודיעס האבן אים געברענגט צו מיינונגען וואס האבן אים געשטעלט אין קעגנזאץ מיט די אידישע געמיינדע און געברענגט אויף אים א חרם. פילנדיג פריי פון די קייטן פון ארגאניזירטער אידנטום, האט ער אנטוויקלט זיינע פארשונגען און געדריקט זיינע מיינונגען אין עטליכע ביכער.

קארל מארקס איז געווען א אידישער פילאסאף אין דייטשלאנד וועלכער האט אויסגעטראכט די פילאסאפיע פון מארקסיזם. פון זיינע מיינונגען איז שפעטער אנטוויקלט געווארן די יסודות פון קאמוניזם.

מארטין בובער האט געשריבן איבער אידישע טעמעס, און איז ספעציעל באקאנט געווען פאר זיינע ביכער איבער חסידות און אירע נאכפאלגער.

פונעם פרומערס בליק

רעדאַקטירן

דער ווילנער גאון האט אנגערופן דעם קאפיטל "שער היחוד" פונעם ספר חובת הלבבות "חקירה הארורה!". אויך נאך אידישע פירער לאורך כל הדורות האבן גע'אסר'ט זיך צו פארטיפן אין דעם, ווייל עס מאכט שוואך די אמונה פון פשוטי המון עם.

זיי דרשענען דאס פון דער גמרא אז מ'זאל נישט וויסן מה למעלה ממך ומה למטה - זאכן וואס זענען נישט שייך צו פארשטיין מיט דער פראסטער מיין, נאר דייטן אן אויף באגריפן העכער דער מענטשליכער פארשטאנד.

אבער תלמידי חכמים וואס האבן זיך אנגעפילט כריסם בש"ס ופוסקים מעגן יא איר לערנען, און עס איז א בחינה פון א מצווה פון לימוד התורה און פון והלכת בדרכיו, וידעת היום והשבות על לבבך, און נאך פילע פליכטן דערמאנט דורכאויס דער תורה וואו מ'זעט אז עס א יסוד אין אידישקייט לדעת את ה'.

דעם חיד"א'ס מיינוג וואס מען זעט פון זיינע ספרים: עס האט אים נישט געצויגן צו פילאסאפיע, כאטש ער שרייבט אלע חלקים פון דער תורה, אבער צו פילאסאפיע באציט ער זיך גאנץ ווייניג אין זיין ספר שם הגדולים ערך דרשות הר"ן שרייבט ער אז אין ביבלאטעק אין פאריז האט ער געזען הונדערטער ספרים פון פילאסאפיע, אבער אין פאקט ער האט פון דארט נאר גענומען די רמזים פון רבי אליעזר מגרמיזא, דער רוקח. אן אויסנאם איז דער ספר מאור עינים פון רבי עזריהו מן האדומים, וואס ער ברענגט דערפון אסאך מאל אין זיינע ספרים,[1] אבער דאך ברענגט ער אז ער האט געטראפן א חרם פון רבי יוסף קארו און רבי משה אלשיך ווי זיי האבן געשטעלט אין חרם ווער עס וועט לערנען דעם ספר מאור עינים.[2]

רעפערענצן

רעדאַקטירן
  1. כסא רחמים מסכת סופרים פ"א אות י"ח
  2. מחזיק ברכה אורח חיים קונטרס אחרון לסי' ש"ז

וועבלינקען

רעדאַקטירן


פילאסאפיע
געביטן
אנטאלאגיעטעאלאגיעלאגיקמעטא-עטיקמעטאפיזיקמעטאפילאסאפיעעסטעטיקעטיקעפיסטעמאלאגיעפאליטישע פילאסאפיעפילאסאפיע פון היסטאריעפילאסאפיע פון בילדונגפילאסאפיע פון וויסנשאפטפילאסאפיע פון מאטעמאטיקפילאסאפיע פון שפראך
 
פילאסאפיע פארטאל