זשאן-פאל סארטרע
זשאַן-פאל סאַרטרע (פראַנצויזיש: Jean-Paul Charles Aymard Sartre; 21סטן יוני 1905 – 15טן אפריל 1980) איז געווען א פראנצויזישער פילאסאף, דראמאטורג, ראמאניסט, סצענאר, פאליטישער אקטיוויסט און ליטעראטור קריטיקער.
געבורט |
21 יוני 1905 פאריז, פראנקרייך |
---|---|
טויט |
15 אפריל 1980 (אלט 74) פראנקרייך |
מדינה | פראנקרייך |
אונטערשריפט | |
ביאגראפיע
רעדאַקטירןזשאן-פאל איז געבוירן דעם 21סטן יוני 1905 אין פאריז, פראנקרייך, צו זיין פאטער זשאן-באפטיסט סארטרע, אן אפיציער אין דעם פראנצויזישן פלאט, און זיין מוטער אן-מארי שווייצער. ווען ער איז געווען אלט פופצן מאנאטן איז זיין פאטער געשטארבן, און זיין מוטער האט זיך צוריקגעצויגן צו אירע עלטערן. דארט האט זיין זיידע אים געלערנט מאטעמאטיק און ליטעראטור.
ער האט שטודירט פילאסאפיע אין עקאל נארמאל סופעריער. אין 1929 האט ער באקומען א דאקטאראט אין פילאסאפיע. דאס זעלבע יאר האט ער באקאנט סימאן דע באוואר וואס איז דעמאלסט געווען א סטודענטקע אינעם סארבאן. פון 1929 ביז 1931 האט ער געדינט אין דער פראנצויזישער מיליטער.