לודוויג וויטגנשטיין
לודוויג יאזעף יאהאַן וויטגנשטיין (דײַטש: Ludwig Josef Johann Wittgenstein; 26סטן אפריל 1889 - 29סטן אפריל 1951) איז געווען אן עסטרייכער פילאסאף, וואס איז געווען פראפעסאר פון פילאסאפיע אין דעם אוניווערסיטעט פון קיימברידזש פון 1939 ביז 1947. זיין בוך פילאסאפישע פארשונגען האט מען ארויסגעגעבן נאך זיין טויט; עס ווערט גערעכנט פון די וויכסטיקע ווערק אין אנאלאטישער פילאסאפיע.
געבורט |
26 אפריל 1889 עסטרייך אונגארישע אימפעריע |
---|---|
טויט |
29 אפריל 1951 (אלט 62) קעמברידזש, פאראייניגטע קעניגרייך |
מוסדות | טריניטי קאלעדזש |
תחומי עניין | פילאסאפיע |
מדינה | פאראייניגטע קעניגרייך, עסטרייך |
www | |
ביאגראפיע
רעדאַקטירןלודוויג וויטגנשטיין איז געבוירן געווערן אין ווין דעם 26סטן אפריל 1889 צו קארל און לעאפאלדין וויטגנשטיין, זייער יונגסטע קינד. זיינע עלטערן זענען געווען פון די חשובסטע און רייכסטע משפחות אין דער עסטרייך-אונגארישער אימפעריע.