אוויצענא
אַוויצענאַ (לאטייניש: Avicenna; פּערסיש: ابوعلى سينا/پورسينا אבו אלי חוסיין איבן אבדאלא איבן א סינא; 980 -1037), אדער איבן צינא, איז געווען א פערסישער דאקטער, פילאסאף און וויסנשאפטלער.
געבורט |
980 Q183324, Q12150341 |
---|---|
טויט |
18 יוני 1037 (אלט 57 בערך) Q928936 |
אוויצענא האט געשריבן 450 ביכער וועגן מעדיצין און פילאסאפיע, און טייל האלטן אים פון די גרינדער פון מאדערנעם מעדיצין. זיינע מערסטע בארימטע ווערק זענען "דאס בוך פון היילן", א פילאסאפישע און וויסנשאפטלעכע ענציקלאפעדיע, און "דער קאנאן פון מעדיצין", וואס איז געווען א סטאנדארטער מעדיצינישער טעקסט אין פילע אוניווערסיטעטן אינעם מיטל אלטער. מען האט געניצט "דער קאנאן פון מעדיצין" אלס לערנבוך אין די אוניווערסיטעטן פון מאנטפעליער און לעוון ביז 1650. אוויצענאס קאנאן פון מעדיצין פארזארגט א קאמפלעטע סיסטעם פון מעדיצין לויט די פרינציפן פון גאלען (און היפאקראטעס).
זיין ערשטע שטעלע איז געווען דאקטער צום סולטאן, וועמען ער האט געהיילט פון א געפערלעכער קראנקייט אין 997.
אוויצענא איז געבוירן געווארן אינעם געגנט פון בוכארא (היינט אין אוזבעקיסטאן).