קאנפוציאניזם
קאנפֿוציאַניזם איז א כינעזישע עטישע און פילאסאפישע סיסטעם אנטוויקלט פון די תורות פונעם כינעזישן פילאסאף קאנפוציוס (孔夫子 קאנג פֿוזי, 551–479 פאר דער ציווילער רעכענונג). קאנפויציאניזם האט אנגעהויבן ווי אן עטיק-לערער, אבער שפעטער האט מען אנטוויקלט מעטאפיזישע און קאסמאלאגישע עלעמענטן ביי דער האן דינאסטיע.[1] נאך דער קין דינאסטיע, איז קאנפוציאניזם געווארן די אפיציעלע אידעאלאגיע פון כינע ביז די קאמוניסטן זענען געקומען צו דער הערשאפט.
קאנפֿוציאַניזם האט געהאט א שטארקן איינפלוס אויף דער געשיכטע פון כינעזישער ציוויליזאציע.
קאנפוציאניזם איז געבויט אויף דרך ארץ פאר עלטערן, עלטערע מענטשן און די פריערדיקע דורות.
רעפערענצן
רעדאַקטירן- ↑ Craig 1998, p. 550.