גאטפריד ווילהעלם לייבניץ
גאטפֿריד ווילהעלם (פֿאן) לייבניץ (דײַטש: Gottfried Wilhelm von Leibniz; 1טן יולי[1] 1646 - 14טן נאוועמבער 1716) איז געווען א דייטשער פילאסאף און מאטעמאטיקער. ער האט געשריבען אויף לאטיין, פראנצויזיש און דייטשיש.
געבורט |
21 יוני 1646 (יוליאניש) לייפציג, Q156199, הייליגע רוימישע אימפעריע |
---|---|
טויט |
14 נאוועמבער 1716 (אלט 70) האנאווער, Q706018, הייליגע רוימישע אימפעריע |
פרסים | קאלעגע פון דער קעניגלעכער געזעלשאפט |
אונטערשריפט | |
לייבניץ פארנעמט א פראמינענטן ארט אין דער היסטאריע פון מאטעמאטיק צוליב דעם וואס ער האט אנטוויקלט דעם קאלקולוס אומאפהענגיק פון אייזיק ניוטאן, און די סימבאלן וואס לייבניץ האט איינגעפירט ניצט מען נאך היינט. ער האט ראפינירט די בינארישע סיסטעם, וואס איז דער יסוד פון כמעט אלע קאמפיוטערס. לייבניץ פארנעמט אויך א פראמינענטן ארט אין דער היסטאריע פון פילאסאפיע. ער איז געווען, צוזאמען מיט רענע דעקארט און ברוך שפינאזא, פון די גרעסטע אדוואקאטן פאר די פילאזאפיע פון ראציאנאליזם.
לייבניץ האט אויך בייגעשטייערט אין א שיינעם אופן צו פיזיק און טעכנאלאגיע, און האט פארויסגעזען איינפאלן און באגריפן וואס זענען אויסגעטונקען הערשט אסאך שפעטער אין ביאלאגיע, מעדיצין, געאלאגיע, ווארשיינלעכקייט טעאריע, פסיכאלאגיע, פילאלאגיע און אינפארמאציע טעאריע.
ביאגראפיע
רעדאַקטירןגאטפריד לייבניץ איז געבוירן געווארן דעם 1טן יולי 1646 אין לייפציג, זאקסן, צו זיין פאטער פרידריך לייבניץ און זיין מוטער קאטערינא שמוק. זיין פאטער איז געשטארבן ווען ער איז געווען אלט זעקס יאר. ביי 15 יאר האט ער אנגעהויבן שטודירן אין אוניווערסיטעט.
אין 1672 האט זיך לייבניץ געצויגן קיין פאריז, פראנקרייך. קורץ נאכער האט ער געטראפן דעם האלענדישן פיזיקער און מאטעמאטיקער כריסטיאן הויגנס און ער האט איינגעזען אז ער דארף שטודירן ווייטער מאטעמאטיק און פיזיק. דאס האט ער טאקע געטון, מיט הויגנס זיין מענטאר, ביז ער האט געמאכט וויכטיקע ביישטייערונגען צו ביידע טעמעס, און ער האט דערפינדן זיין ווערסיע פון דעם אינטעגראלן און דיפערענציאלן קאלקולוס.
לייבניץ איז געווען דער ערשטער צו ניצן דאס ווארט "פונקציע" אין מאטעמאטיק, און האט פארשטאנען אז מען קען לייזן א סיסטעם פון לינעארע גלייכונגען דורך דעם מאטריקס פון די קאעפיציענטן.
איינער פון זיין מערסט באקאנטע סטודענטן אין יאהאן בערנולי.
רעפערענצן
רעדאַקטירן- ↑ 21סטן יוני אינעם יוליאנישן קאלענדאר