ניקאלא מאקיאוועלי
ניקאלא די בערנאַרדא דע מאַקיאַוועלי (3טן מיי 1469 - 21סטן יוני 1527) איז געווען אן איטאליענישער היסטאריקער, פילאסאף, הומאניסט, שרייבער און דראמאטורג אין פירענצע בשעת דעם רענעסאנס. ער איז באקאנט ווי דער פארפאסער פון דער פרינץ, וואס האט געהאט א שטארקע השפעה אויף פאליטיק.
געבורט |
3 מאי 1469 פֿירענצע, פירענצער רעפובליק |
---|---|
טויט |
21 יוני 1527 (אלט 58) פירענצער רעפובליק |
מדינה | פירענצער רעפובליק |
אונטערשריפט | |
ביאגראפיע
רעדאַקטירןניקאלא מאקיאוועלי איז געבוירן דעם 3טן מיי 1469 אין פירענצע (היינט איטאליע) דער ערשטער זון (און דאס דריטע קינד) פון בערנארדא די ניקאלא מאקייאוועלי, אן אדוואקאט, און זיין ווייב בארטאלאמיע דע סטעפאנא נעלי. זיינע חברים אין פירענצע אין זיינע יונגע יארן זענען געווען מענשטן וואס האבן ליב געהאט שיינע קליידער און רעדן שיין.
אין 1494 האט פראנקרייך אינוואדירט איטאליע און פארטריבן פון פירענצע די מעדיטשי פאמיליע וואס האט געהערשט איבער דער שטאט. מ'האט אויפגעשטעלט אין פירענצע א רעפןבליק, וואס האט זיך געהאלטן ביז 1512. אין די יארן איז מאקיאוועלי געווען א דיפלאמאט פון דער רעפובליק אין פארשידענע לענדער.
פון 1521 ביז 1525 האבן די מעדיטשי געהערשט נאכאמאל אין פירענצע. ווען מ'האט זיי פארטריבן אין 1525, האט מאקיאוועלי זיך צוריקגעצויגן אין פירענצע, זוכנדיק זיין אלטן דיפלאמאטישן אמט. ער איז אבער קראנק געווארן, און אינעם 21סטן יוני 1527 איז ער געשטארבן ביי דער עלטער פון 58.