אלעקסאנדער דער גרויסער
אלעקסאנדער דער גרויסער אדער אלעקסאנדער מוקדון (גריכיש: Αλέξανδρος ο Μέγας אדער Μέγας Aλέξανδρος[1] מעגאס אלעקסאַנדראס; 20סטן יולי 356 - 10טן יוני 323 פאר דער היינטיקער עפאכע),[2][3] איז געווען א פארצײַטיקער גריך און[4][5] מלך פון מאקעדאן (336–323 פאר דער היינטיקער עפאכע). ער איז געווען איינער פֿון די געראטנסטע מיליטערישע קאמענדאנטן אין היסטאריע, און קיינער האט אים נישט געזיגט אין א שלאכט. בײַם טאג פֿון זײַן טויט, האט ער שוין אײַנגענומען רוב פֿון דער וועלט וואס די אוראלטע גריכן האבן געקענט.
געבורט |
20 יולי 356 לפנה״ס מוקדון |
---|---|
טויט |
10 יוני 323 לפנה״ס (אלט 32) בבל, מאַקעדאָניש אימפעריע |
מדינה | מוקדון |
קבורה ארט | אלעקסאנדריע |
אלעקסאנדער האט איבערגענומען די מלוכה פון מאקעדאן נאכן טויט פֿון זײַן פאטער פיליפ דער צווייטער פון מאקעדאן. פיליפ האט פאראייניגט[6] רוב פון די שטאָט-שטאַטן פונעם גריכישן קערנלאנד אונטער מאקעדאנישער העגעמאניע אין א פֿעדעראציע וואס האט געהייסן דעם קארינטישן בונד.[7] אלעקסאנדער האט באשטעטיגט די מאקעדאנישע הערשאפט ווען ער האט באהערשט אן אויפֿשטאנד פון דרומדיקע גריכישע שטאט-שטאַטן, און א קורצע אבער בלוטיגע אטאקע קעגן מאקעדאנ'ס צפונדיגע שכנים, אלעקסאנדער האט זיך ארויסגעלאזט צו מזרח קעגן דער אכעמענידער פערסישער אימפעריע, וואס ער האט באזיגט און אראפגעווארפֿן. זײַנע נצחונות איבער אנאטאליע, סיריע, פעניקיע, ארץ יהודה, עזה, מצרים, באקטריע, און מעסאפאטאמיע, האבן פארשפרייט די גרענעצן פֿון זײַן אימפעריע ביזן פונזשאב, אינדיע.
אין זיין יוגנט האט אלעקסאנדער געלערנט ביי אריסטו, ביז ער איז געווען אלט 16. נאך ווען מען האט דערהרגעט זיין פאטער פֿיליפ אין יאר 336 פאר דער ציווילער רעכענונג, איז אלעקסאנדער געווארן זיין פאטער׳ס ממלא מקום אויפן טראן, און ער האט גע׳ירשנט א שטארק קעניגרייך און א געניטע ארמיי. אלעקסאנדער האט באקומען די גענעראלשאפט פון גריכנלאנד און האט געניצט דעם אמט צו לאזן אין גאנג זיין פאטער׳ס גאנץ-העלענישן פראיעקט צו פירן די גריכן אין אייננעמען פערסיע. אין יאר 334 האט ער אינוואדירט די אכעמענידע אימפעריע (פערסישע אימפעריע) און האט אנגעהויבן א סעריע אקציעס וואס האט געדויערט צען יאר. נאכן איינעמען אנאטאליע, האט אלעקסאנדער צעבראכן די מאכט פון פערסיע אין עטלעכע מכריע׳דיקע קאמפן, ספעציעל מערקווירדיק די קאמפן פון איסוס און גאגאַמעלע. דערנאך האט ער אראפגעווארפן דעם פערסישן קעניג דאריוס דער דריטער און האט אינגאנצן איינגענומען די אכעמענידע אימפעריע. דעמאלסט האט זיין אימפעריע פארשפרייט פונעם אדריאטישן ים ביז צום טייך אינדוס.
אין יאר 326 פאר דער ציוולער רעכענונג האט ער אינוואדירט אינדיע., און האט געהאט א חשוב׳ן ניצחון ביים קאמף פון די הידאספעס. אלעקסאנדער איז געשטארבן אין בבל אין יאר 323 פאר דער ציווילער רעכענונג, די שטאט וואס האט ער געוואלט מאכן די הויפטשטאט פון זיין אימפעריע. אין די יארן נאך זיין טויט האט א סעריע ברידער-קריגן צוריסן זיין אימפעריע. מיט דער גרינדונג פון עטלעכע מדינות געהערשט דורך די דיאדאכן, די גענעראלן און יורשים וואס האבן איבערגעלעבט אלעקסאנדער.
ער האט געגרינדעט עטלעכע צוואנציג שטעט מיט זיין נאמען; די בעסט באקאנט פון זיי איז אלעקסאנדריע אין עגיפטן. מיט זיינע זידלונגען פון גריכישע קאלאניסטן און די פארשפרייטונג פון גריכישער קולטור איז פון דעם געווארן א נייע העלעניסטישע ציוויליזאציע, טיילן פון וואס מען האט נאך געקענט דערקענען אין דער ביזאנטישער אימפעריע אין דעם 15טן יארהונדערט און גריכיש רעדער אין צענטראל און מזרח אנאטאליע ביז די 1920ער יארן. זייט זיינע צייטן מעסטן זיך מיליטערישע פירער קעגן אים, און מיליטערישע אקאדעמיעס איבער דער גארער וועלט לערנען אויס זיין טאקטיק. ער וועט אפט גערעכנט צווישן די מערסט איינפלוסע מענטשן אין דער היסטאריע.
יונגע יארן
רעדאַקטירןייחוס און קינדהייט
רעדאַקטירןאלעקסאנדער איז געבוירן געווארן דעם זעקסטן טאג פונעם אוראלטן גריכישטן מאנאט העקאטאמבאיאן (וואס טייל האלטן איז דער 20סטער יולי 356 פאר דער ציווילער רעכענונג,[8] אין פעלא, די הויפטשטאט פון דעם קענגיגרייך פון מאקעדאן.[9] ער איז געווען דער זון פונעם קעניג פון מאקעדאן, פיליפ דער צווייטער, און זיין פערטער ווייב, אלימפיאס, טאכטער פון נעאפטאלעמוס דער ערשטער, קעניג פון עפירוס.[10] כאטש פיליפ האט געהאט א סך ווייבער, זיבן אדער אכט, איז אלימפיאס געווען א לענגערע צייט זיין הויפט וויי, גאנץ מעגלעך צוליב דעם וואס זי האט געהאט געבוירן אלעקסאנדער.[11]
באגרינדונג פון הערשאפט
רעדאַקטירןדי פוסרייזע איינצונעמען די פערסישע אימפעריע
רעדאַקטירןקליין־אזיע
רעדאַקטירןדער ים־פלאט האט געפירט אלעקסאנדער׳ס מיליטער צו די בארטנס פון קליין אזיע. זיי האבן אראפגעשטיגן און דער שטארקער פערסישער פלאט האט זיי נישט געשטערט, פארוואס ווייסט מען נישט. ווען די פערסער זענען דערגאנגען וועגן דער אינוואזיע האבן זיי געהאלטן א מלחמה־ראט אין זעליי (Ζέλεια). ביי דער דעבאטע אין דעם ראט האט מעמנאן, דער גריכישער גענעראל וואס האט פארדינגען זיינע דינסטן צו די פערסער, פארגעשטעלט צו די סאטראפן נישט צו האלטן אן אפענע קאנפראנטאציע מיט אלעקסאנדער׳ס מיליטער, נאר צו פירן אן אפגעסמאליעטע ערד סטראטעגיע כדי צו פארלענגערן דעם קאמף און צו פארשוואכן די מיליטער פון אלעקסאנדער, וואס איז געווען עקאנאמיש באדריקט. אויך האט ער פארגעשלאגן צו ניצן דעם שטארקן פערסישן פלאט אריבערצופירן דעם קאמף אריין אין גריכנלאנד אליין.[12]
די פערסישע סאטראפן אין קליין־אזיע, ספעציעל ארסיטעס, אין וועמענס סאטראפיע שטח האט אלעקסאנדער׳ס מיליטער אראפגעשטיגן, האבן זיך דערגעגנט צו דעם פלאן און האבן געפעדערט צו קאנפראנטירן אלעקסאנדער אין א דירעקטן קאמף. די קאנפראנטאציע האט פאסירט ביי דער קאמף פון גראניקאס, וואס האט געענדיגט מיט א צעשטערישן פערסישן דורכפאל. די איבערגעבליבענע פערסישע קראפטן אונטער מעמנאן האבן זיך צוריקגעצויגן צו די שטעט מילטאס און העליקראנסאס.
דער ניצחון ביי דער קאמף פון גראניקאס האט געהאלפן אלעקסאנדער פעסטצושטעלן זיין הערשאפט אין קליין־אזיע. קליין־אזיע איז נישט געווען אן איינצעלע פאליטישע וועזן, נאר איז געווען צוזאמענגעשטעלט פון עטלעכע פראווינצן, וואס אין טייל פון זיי איז געווען די גריכישע קולטור גוט איינגעווארצלט, ספעציעל אין איאניע, אבער ווייניגער אין קאריע, אין מערב קליין־אזיע.
רוב פון די גריכישע שטעט האבן געזען אלעקסאנדער ווי דער באפרייער פונעם פערסישן יאך, אבער מילטאס און העליקראנסאס, וואס איז געווען גוט באפעסטיקט, האבן זיך דערקעגנט צו אים. ביז מען האט באזיגט העליקראנסאס האט געפאדערט א באלאגערונג וואס האט געדויערט ביז ווינטער. ווען העליקראנסאס איז געפאלן, האט דריווש דערלויבט מעמנאן אויספירן זיין פלאן.[13] מעמנאן האט אינוואדירט מיט דעם פערסישן פלאט עטלעכע אינזלען, אבער קורץ נאכהער איז ער געשטארבן. מיט זיין טויט האט דער פלאן פארלוירן זיין באוועגענדיגע מאכט, און די אינוואזיע איז דורכגעפאלן.
נאכן באזיגן העליקראנסאס האט אלעקסאנדער ווייטער געצויגן קיין מזרח לענגאויס דעם דרום בארטן פון קליין־אזיע, דורך ליקיע און פאמפיליע. מיט דעם האט ער דערגרייכט אין מאי 333 פאר דער ציווילער תקופה צו גארדיום, דארט האט ער געלייזט דעם רעטעניש פונעם גארדישן קנופ. לויט דער לעגענדע, ווער עס וועט אויפבינדן דעם קנופ וועט באקומען די הערשאפט איבער גאנץ אזיע. אלעקסאנדער האט זיך נישט אריינגעלייגט אין דעם פלאנטער פון טרעפן די עקן פונעם קנופ, נאר ער האט אים געשניטן מיט זיין שווערד.
מלחמה-רייזעס אין דעם מיטל מזרח
רעדאַקטירןאינדיע און צוריק קיין בבל
רעדאַקטירןזיין טויט
רעדאַקטירןדער מיסטעריעזער טויט
רעדאַקטירןאין יאר 323 פאר דער ציווילער רעכענונג, ווען ער האט נאך געפלאנט א פוסרייזע איינצונעמען קארטאג און דעם אראבישן האלבאינדזל, האט אלעקסאנדער געכאפט א מיסטעריעזע קראנקייט וואס האט געברענגט צו זיין טויט אין דעם פאלאץ פון נבוכדנצר דער צווייטער, ווען ער איז געווען נאר 32 יאר אלט. שוין אין אוראלטע צייטן זענען געווען פארשפרייט קאנספיראציע טעאריעס וועגן זיין טויט. אריאנוס דערמאנט עטלעכע פון זיי, אבער ער ווארפט זיי אפ אן אויטענטישקייט: אלעקסאנדער איז געווארן פארגיפטעט דורך אנטיפאטראס, דער גיפט איז געווארן אריבערגעפירט דורך איולאוס, דער יונגערער זון פון אנטיפאטראס וואס אלעקסאנדער האט באליידיגט א שטיק צייט פריער.[14]
זיין פערזענלעכקייט
רעדאַקטירןצעטיילן זיין אימפעריע
רעדאַקטירןדי מעכטיגע אימפעריע וואס אלעקסאנדער האט איבערגעלאזט האט זיך נישט לאנג געהאלטן.
רעפערענצן
רעדאַקטירן- ↑ Alexander. Online Etymology Dictionary. דערגרייכט דעם 2008-05-20.
- ↑ Alexander's death riddle is 'solved'. BBC (1998-06-11). דערגרייכט דעם 2008-05-20.
- ↑ The birth of Alexander. Livius. דערגרייכט דעם 2008-05-20.
- ↑ Pomeroy, S.; Burstein, S.; Dolan, W.; Roberts, J. (1998). Ancient Greece: A Political, Social, and Cultural History. Oxford University Press. ISBN 0-19-509742-4.
- ↑ Hammond, N. G. L. (1989). The Macedonian State: Origins, Institutions, and History. Oxford University Press, 12–13. ISBN 0-19-814883-6.
- ↑ Bowra, C. M., [1957](1994), The Greek Experience, London:Phoenix, Orion Books Ltd, ISBN 1-85799-122-2, p 9
- ↑ Sacks, David, (1995), Encyclopedia of the Ancient Greek World, London:Constable and Co. Ltd, ISBN 0-09-475270-2, p 16
- ↑ The birth of Alexander the Great. Livius. דערגרייכט דעם 16טן דעצעמבער 2011. “Alexander was born the sixth of Hekatombaion.”
- ↑ Green, Peter (1970), Alexander of Macedon, 356–323 B.C.: a historical biography, Hellenistic culture and society (illustrated, revised reprint ed.), University of California Press, p. xxxiii, מוסטער:Citation/identifier, https://books.google.com/books?id=g6Wl4AKGQkIC&pg=PA559&dq=alexander+the+great+356+OR+355#v=onepage&q=356&f=false, "356 – Alexander born in Pella. די גענויע דאטע ווייסט מען נישט, מסתמא אדער דעם 20סטן אדער דעם 26סטן יולי."
- ↑ McCarty 2004, p. 10, Renault 2001, p. 28, Durant 1966, p. 538
- ↑ Roisman & Worthington 2010, p. 171.
- ↑ Peter Green Alexander of Macedon 356 - 323, university of california press, p 170
- ↑ Ilya Gershevitch (editor) The Cambridge history of Iran vol 2, p 427
- ↑ אריאנוס, ספר 7 פרק 27