רשב"א
רבי שלמה בן אברהם אדרת (רשב"א) (ד'תתקצ"ה - ה'ע, 1235 - 1310) איז געבוירן אין דער שטאט בארצעלאנע אין שפאניע.
געבורט |
1235 באַרצעלאָנע, שפּאַניע |
---|---|
טויט |
1310 (אלט 75 בערך) באַרצעלאָנע, שפּאַניע |
פאך | רב, פילאסאף, שרייבער |
רשב"א | |
---|---|
געבוירן | ד'תתקצ"ה |
נפטר | ה'ע |
געהערט | דעם רמב"ן'ס בית מדרש |
זיינע רבי'ס | רמב"ן, רבנו יונה גירונדי |
זיינע בני דור | רבנו אהרן הלוי פון בארצעלאנא (דער רא"ה), רבנו אשר (רא"ש), רבנו מנחם בן שלמה המאירי |
תלמידים | רבי יום טוב בן אברהם אשבילי (ריטב"א) ורבנו נסים (ר"ן) |
חבורים | חידושים אויף אסאך מסכתות, שאלות ותשובות, ספרי הלכה 'תורת הבית' אויף כשרות, עירובין און מקוואות. |
ער ווערט גערעכנט דער גרעסטער גדול אין תורה אין שפאניע אין דער תקופה פון די ראשונים. זיין השפעה איז געווען סיי אלס פוסק און סיי אלס מפרש פון דער גמרא. זיינע תשובות זענען געווען דער יסוד צום שולחן ערוך.
דער רשב"א געווען א תלמיד פונעם רמב"ן, וואס האט אים אויסגעלערנט די צוגאנג צו ש"ס און הלכה, און אויך קבלה. ער איז אויך געווען א תלמיד פון רבנו יונה גירונדי.
ער האט זיך שטארק אקעגנגעשטעלט קעגן לערנען פילאזאפיע. זיינע בריוו זענען צוזאמגעשטעלט אין דעם חיבור "מנחת קנאות" דורך רבי אבא מארי בן משה בן יוסף מלוניל (היינט: מארסיי אין פראנקרייך), וואס קריטיקירט דעם מורה נבוכים פונעם רמב"ם. צוזאמען מיט אנדערער רבנים פון זיין צייט האט ער געלייגט א חרם קעגן די וואס לערנען פילאזאפיע פאר דער עלטער פון 25.
פארבינדונגען מיט אנדערע גדולים
רעדאַקטירן- דער רשב"א איז געווען בקשר מיט אסאך פון זיינע בני דור: רבנו אהרן הלוי פון בארצעלאנע, וואס האט מחבר געווען השגות צום רשב"א'ס הלכה ספרים; דער רא"ש (רבנו אשר) וואס האט איינגעוואנדערט פון דייטשלאנד קיין טאלעדא אין שפאניע; דער מאירי (רבנו מנחם בן שלמה), מיט וועמען ער האט געפירט א שארף מחלוקת וועגן לערנען פילאזאפיע.
- זיינע תלמידים מובהקים זענען געווען: רבי יום טוב בן אברהם אשבילי (ריטב"א), און רבנו נסים (הר"ן).
זיינע חיבורים
רעדאַקטירןדער רשב"א האט מחבר געווען חידושים אויף א סאך מסכתות פון ש"ס. ער האט געשריבן טויזנטער תשובות (תשובות הרשב"א). ער האט אויך מחבר געווען די הלכה ספרים 'תורת הבית' אויף כשרות, עירובין און מקוואות. די ספרים זענען געשריבן אין צוויי אויסגאבעס: דער פולקומער „תורת הבית הארוך", און דער פארקירצטער „תורת הבית הקצר".