עפיסטעמאלאגיע (פון גריכיש ἐπιστήμη עפיסטעמע = וויסן און λόγος לאגאס = שטודיע) איז די פילאסאפיע פון וויסן. עפיסטעמאלאגיע קלערט די פראגעס "וואס איז וויסן?", "וויאזוי באקומט מען וויסן?" און "וויאזוי ווייסן מענטשן זאכן?".

דאס ווארט עפיסטעמאלאגיע נעמט זיך פונעם שאטישן פילאסאף זשיימס פרעדעריק פעריער (1808 - 1864).

ס'איז פאראן דריי ערליי וויסן:

  1. וויסן אז, למשל 2 + 2 = 4
  2. וויסן וויאזוי, למשל וויאזוי צוזאמען לייגן צוויי נומערן
  3. קענען, למשל א מענטש אדער א פלאץ
  זעט דעם הויפּט אַרטיקל – גלויבן

גלויבן האט צוויי באדייטן: צוטרוי אין א מענטש אא"ו, און גלייבן אז א געוויסע פראפאזיציע איז וואר. אין עפיסטעמאלאגיע האט "גלויבן" דאס צווייטע באדייט, קעגנאיבער "וויסן", אז מען ווייסט קלאר (און מען קען באווייזן) די ווארהייט פון א פראפאזיציע. למשל ווען א מענטש קוקט אויפן הימל און זעט אז ער איז בלוי, ווייסט ער דאס. אבער ווען א מענטש גלייבט אז דער הימל איז בלוי, האלט ער פעסט אין זיין מיינונג אויך ווען דער הימל איז ווירקלעך רויט.


פילאסאפיע
געביטן
אנטאלאגיעטעאלאגיעלאגיקמעטא-עטיקמעטאפיזיקמעטאפילאסאפיעעסטעטיקעטיקעפיסטעמאלאגיעפאליטישע פילאסאפיעפילאסאפיע פון היסטאריעפילאסאפיע פון בילדונגפילאסאפיע פון וויסנשאפטפילאסאפיע פון מאטעמאטיקפילאסאפיע פון שפראך
 
פילאסאפיע פארטאל