אשקלון
|
אַשקלון איז א שטאָט אין דעם דרום דיסטריקט אין ארץ ישראל, אויפ'ן ברעג ים צווישן חיפה און עזה, זיין שטח איז גרויס 47,788 דונאם. די שטאט האט א היסטאריע פאר עטלעכע טויזנט יאר צוריק.
אין די ערשטע צייטן, ווען די יידן זענען אנגעקומען אויף ארץ ישראל, האט די שטאט געהערט צו די פלשתים. און דורכאויס דעם ערשטן בית המקדש, ביזן חורבן ווען נבוכדנאצר האט איינגענומען דאס לאנד, און האט אויך חרוב געמאכט די שטעט פון די פלשתים. ווען יידן האבן אנגעהויבן צוריק צוקומען פון בבל, אויפצובויען דעם צווייטן בית המקדש, האט זיך די שטאט געפונען ווייט פון יידישע גרענעצן, און איז געווען באוווינט מיט פיניקער און העלעניסטן, וואס האט אנגעהאלטן ביז דער תקופה פון די חשמונאים. אין די צייטן פון קעניג אלכסנדר ינאי, איז אַשקלון געווארן זעלבסטשטענדיק מיט אן אויטאנאמיע, אבער שפעטער מיט די יארן זענען אסאך יידן געווען פון די איינוווינער פון שטאט.
אין די רוימישע צייטן איז אַשקלון געווען פון די גרויסע פיינט פון יהודה, און אין דער משנה ווערט אַשקלון שוין נישט פארעכנט אין שטח פון ארץ ישראל, ווי מען זעט אין גיטין: ר' יהודה אומר מאַשקלון לדרום ואַשקלון כדרום.
אין יאר 644, האבן די מוסלמענער פארענדיקט זייער איינעמען דאס לאנד, און אַשקלון איז אריבער צו אראבישער הערשאפט. אין די שפעטערע יארן זענען פארגעקומען עטלעכע קאמפן, דורכאויס די קרייצצוג מלחמות, צווישן די קריסטן און די אַראַבער. וואס צום סוף האט סאלאך א דין, פארטריבן די קריסטן פון לאַנד, און די מוסלמענער האבן גענצליך פארניכטעט די אלטע שטאט, צוזאמען מיטן פארט.
ביז די יידן האבן אנגעפאנגען צוריק צו קומען קיין פאלעסטינע, ביזן יאר 1948, האט זיך געפונען אויפן ארט פון היינטיקן אשקלון אן אראביש דארף, מיטן נאמען איסקעלאן, וואס ביי דער אומאפהענגיקייט מלחמה, האט עס צה"ל איינגענומען, און די איינוווינער זענען אנטלאפן צום עזה שטרייף.
די יידישע אשקלון פון היינט איז באנייט געווארען 1951, לויט דעם צענטראלן ביורא פאר סטאטיסטיק ריכטיק פאר דעצעמבער 2005, איז דא אין אשקלון 106,600 איינוואינער. די יערליכע וואוקס ראטע האלט ביי 1.4 פראצענט. רוב זענען אידן.
אום על פאכעם | אופקים | אור יהודה | אור עקיבא | אילת | אלעד | אריאל | אשדוד | אשקלון | באקא-דזשאט | באר שבע | בית שאן | בית שמש | ביתר עילית | בני ברק | בת ים | גבעת שמואל | גבעתיים | דימונה | דלית אל כרמל | הוד השרון | הרצליה | חדרה | חולון | חיפה | טבריה | טייבה | טירא | טירת כרמל | טמרה | יבנה | יהוד-מונוסון | יקנעם עילית | ירושלים | כפר יונה | כפר סבא | כפר קאסם | כרמיאל | לוד | מגדל העמק | מודיעין | מודיעין עילית | מעלה אדומים | מעלות-תרשיחא | נהריה | נוף הגליל | נס ציונה | נצרת | נשר | נתיבות | נתניה | סחנין | עיר הכרמל | עכו | עפולה | ערד | פתח תקוה | צפת | קאלאנסאווע | קרית אונו | קרית אתא | קרית ביאליק | קרית גת | קרית ים | קרית מוצקין | קרית מלאכי | קרית שמונה | ראש העין | ראשון לציון | רהט | רחובות | רמלה | רמת גן | רמת השרון | רעננה | שגור | שדרות | שפרעם | תל אביב-יפו |