מעלה אדומים
|
מעלה אדומים, איז א שטאָט אין מדבר יהודה אין מערב ברעג, וואס געהערט צו ישראל. די שטאָט געפונט זיך מזרח פון ירושלים, צפון פון מדבר יהודה. עס איז דערקלערט געווארן אלס שטאָט אין יאָר 1991.
די ערשטע הייזער זענען געבויט געווארן אין יאר 1975, וואס וויבאלד די שטאָט איז נאָנט צו ירושלים, האט עס געצויגן מערערע איינוווינער. מעלה אדומים דינט אלס צענטראלע שטאָט פון גוש אדומים געגנט. דער בירגערמייסטער איז גיא יפרח.
לויט דעם צענטראלן ביורא פאר סטאטיסטיק, האט די שטאָט א באפעלקערונג פון 35,000 ריכטיק פאר 2010.
די פאקט אז מעלה אדומים געפונט זיך אין די פארנומענע געביטן, איז אן אנגייענדע שטרייט צווישן ישראל און די פאלעסטינער. איר צוקונפט איז דעריבער נישט קלאר, וואס נאכן אונטער שרייבן א שלום אפמאך צו וועמען די שטאט וועט געהערן. מאנכע אין ישראל שלאגן פאר, פאר ישראל צו בויען אין די געגנט צווישן מעלה אדומים אין ירושלים, און פארבינדן די צוויי שטעט. פאלעסטינער און לינקע ארגאניזאציעס זענען דערקעגן, מיטן דער טענה אז די ציל מיטן בויען איז צוטיילן צווישן יהודה און שומרון, אזוי ארום וועט די פאלעסטינער לאנד זיין צוטיילט.
אין יאר 2000, זענען די צוויי רעגירונגען פון ישראל און פאלעסטינער אויטאריטעטן געקומען צום פארשטענדעניש, אז מעלה אדומים וועט זיין א טייל פון ישראל, צוזאמען מיט אנדערע געגנטן ווי גוש עציון, און אריאל געגנט.
ביים בויען די זיכערהייטס צוים, איז געווען מיינונגס פארשידנהייטן, אויב אריינצורעכענען די שטאט, די רעגירונג האט געוואלט אריינרעכענען די שטאט אינערהאלב די צוים, נאך דרוק פון אמעריקע, און נאכן אפעלירן צו בג"ץ, איז די שטאט געבליבן אינדרויסן פון צוים.
די רבנים פון מעלה אדומים זענען הרב יהושע כ"ץ מיט הרב מרדכי נגארי.
צווילינג שטעט
רעדאַקטירן
אום על פאכעם | אופקים | אור יהודה | אור עקיבא | אילת | אלעד | אריאל | אשדוד | אשקלון | באקא-דזשאט | באר יעקב | באר שבע | בית שאן | בית שמש | ביתר עילית | בני ברק | בת ים | גבעת שמואל | גבעתיים | דימונה | דלית אל כרמל | הוד השרון | הרצליה | חדרה | חולון | חיפה | טבריה | טייבה | טירא | טירת כרמל | טמרה | יבנה | יהוד-מונוסון | יקנעם עילית | ירושלים | כפר יונה | כפר סבא | כפר קאסם | כרמיאל | לוד | מגדל העמק | מודיעין | מודיעין עילית | מעלה אדומים | מעלות-תרשיחא | נהריה | נוף הגליל | נס ציונה | נצרת | נשר | נתיבות | נתניה | סחנין | עיר הכרמל | עכו | עפולה | ערד | פתח תקוה | צפת | קאלאנסאווע | קרית אונו | קרית אתא | קרית ביאליק | קרית גת | קרית ים | קרית מוצקין | קרית מלאכי | קרית שמונה | ראש העין | ראשון לציון | רהט | רחובות | רמלה | רמת גן | רמת השרון | רעננה | שגור | שדרות | שפרעם | תל אביב-יפו |