עַזה פּאַס אדער עַזה־שטרײַף איז א ברעג ים לאנגער שמאלער באדן לעגאויס דעם מיטלענדישן ים, גרעניצענדיג זיך מיט עגיפטן אויף איר דרום-מערב און ארץ ישראל צו איר צפון-מזרח.

עזה פאס
עזה אַעראָפּאָרט

עס איז בערך 25 מייל לאנג און 4 ביז 7 און א האלב מייל דאס ברייט. וואס צוזאמען איז דאס דער טאטאלער שטח פון 360 קוואדראט ק"מ (139 קוואדראט מייל).

אינעם עזה פאס וואוינען אומגעפער 2.3 מיליאן פאלעסטינער. רוב פון די איינוואוינער געהערן צו דער סוני פראקציע פון איסלאם.

דער צוים ארום דעם עזה פאס

די טעריטאריע נעמט איר נאמען פון דער שטאט עזה וואס איז איר הויפטשטאט.

אין יאר תשס"ה האט מדינת ישראל צוריקגעגעבן עזה, אריינגערעכט דעם פאפולערן געגנט גוש קטיף, פאר דער פאלעסטינער אויטאריטעט, אונטער פאטאך. אבער אום יוני 2007 האט די כאמאס טעראר גרופע אוועקגעכאפט קאנטראל פון פאטאך. זינט דאן ווערט דער פאס פאר זיך און די פאפולאציע דערין געפירט דורך דער כאמאס טעראר גרופע.

ישראל טוט נאכאלץ קאנטראלירן די לופט העכער עזה פאס און אויך די ים פארקער פון שיפן וואס קומען און גייען. מיט יארן צוריק איז געשטאנען דאס "יאסיר אראפאט לופטפעלד", אבער עס איז באמבארדירט און גענצליך פארניכטעט געווארן דורך צה"ל, ביי דער צווייטער אינטיפאדע.

עס איז איצט נישט אנערקענט דורך קיינעם אז עס געהערט פאר עפעס א זעלבסטשטענדיג לאנד.

געגאסענע בליי אפעראציע

רעדאַקטירן

דעם 27סטן דעצעמבער 2008, נאך א פארלענגערטער תקופה ווען מ'האט געשאסן ראקעטן פונעם עזה פאס אין איר טעריטאריע, האט מדינת ישראל אנגעהאיבן די געגאסענע בליי אפעראציע קעגן דער חאמאס הערשאפט מיטן ציל פון ברענגען א יסודותדיקע ענדערונג אין דעם זיכערהייט מצב אין ישראל. דורכאויס דער קריג פירונג האבן גערעגנט ראקעטן אויף יישובים אין ישראל פונעם עזה פאס.

עמוד ענן אפעראציע

רעדאַקטירן

דעם 14טן נאוועמבער 2012, האט צה"ל אנגעפאנגען די עמוד ענן אפעראציע אינעם עזה פאס, נאך א פארצויגענער תקופה פון שיסן אין די יישובים אין דרום ישראל אין די פריערדיקע וואכן.

אייזערנע שווערדן מלחמה

רעדאַקטירן

נאך א שוידערליכן שמחת תורה בלוטבאד דעם 7טן אקטאובער 2023, ווען כאמאס טעראריסטן האבן דערמארדעט איבער 1,300 מענטשן און פארכאפט 230 אנדערע, האט מדינת ישראל אונטערגענומען א מלחמה גענצליך אויסצוראטן כאמאס פון עזה.