בית שאן
|
בית שאן (גריכיש: Σκυθόπολις - סקיטאָפּאָליס, אַראַביש بيسان - ביסאַן) איז א שטאט אין דעם צפון פראווינץ פון ישראל, אויף שאסיי 90 בערך 40 ק"מ דרום פון דעם ים כנרת. דער שטח איז גרויס 7,100 דונאם. די שטאט האט היסטאריע איטער זיך אבער איבערגעבויט האט מען עס אין 1949 .ס'האט באקומען דעם נאמען שטאט אין 1999. לויטן צענטראלן ביורא פאר סטאטיסטיק, פאר דעצעמבער 2005, איז דא אין בית שאן 16,200 איינוואינער. די יערלעכע וואקסונג שאץ האלט ביי 1.2 פראצענט. רוב זענען יידן.
געשיכטע
רעדאַקטירןבית שאן איז איינע פון די עלטסטע שטעט אין ישראל. עס ליגט אויף דער ים מאַרשרוטע צווישן עגיפטן און מעסאפאטאמיע.
די שטאָט ווערט דערמאנט אין די אכטונגס־שריפטן מיטן נאמען "אַשאַן". בית שאן ווערט דערמאנט אין דער רשימה פון די נצחונות פון טהוטמאָסע ווו אויף זיין אקציע צו ארץ ישראל אין ישראל אין 1468 פאר דער ציווילער רעכענונג. פון דעמאלסט ביזן 12טן יאָרהונדערט פאר דער ציווילער רעכענונג איז די שטאָט געווען אונטער מצרישער הערשאפט, און מען האט געפונען דארט דאס הויז פונעם מצרישן גובערנאטאר. אין דער שטאָט האט מען געטראפן אַ סטאַטוע פון ראַמעסעס דער דריטער.
טוריזם
רעדאַקטירןאין 1990 האט אנגעהויבן אַ פּראיעקט פון אויסגראבונגען אויסגעפירט דורך דעם מיניסטעריום פון טוריזם, דעם פּאַרקן און נאטור אויטאריטעט, דעם נאציאנאלן פונד, דעם בית שאן מוניציפאליטעט און דעם ישראל אלטצייטן אויטאריטעט. בערך 1,500 דונאם זענען געווארן אויסגעגראבן, און מען האט אנטפלעקט דאס איבערבלייבס פון דער חרובער אלטשטאָט.
אן אנדער טוריסט עלעמענט איז אַ זעט פון נאַטירלעכע קוואלן אַרום דער שטאָט אַזוי ווי גארטן פון דריי (סחנה), חרוד קוואל, און פיל מער. רובֿ פון די קוואלן זענען אפן צו דעם ציבור, פול פון שאָטן און לאָזן וואַסער צו באַקומען קלאָר און זיך אָפּקילן די הייס קלימאַט פון דער געגנט.
וועבלינק
רעדאַקטירן- בית שאן מוניציפּאַליטעט וועבזייַטל (ארכיווירט 26.10.2014 ביי דער Wayback Machine)
אום על פאכעם | אופקים | אור יהודה | אור עקיבא | אילת | אלעד | אריאל | אשדוד | אשקלון | באקא-דזשאט | באר יעקב | באר שבע | בית שאן | בית שמש | ביתר עילית | בני ברק | בת ים | גבעת שמואל | גבעתיים | דימונה | דלית אל כרמל | הוד השרון | הרצליה | חדרה | חולון | חיפה | טבריה | טייבה | טירא | טירת כרמל | טמרה | יבנה | יהוד-מונוסון | יקנעם עילית | ירושלים | כפר יונה | כפר סבא | כפר קאסם | כרמיאל | לוד | מגדל העמק | מודיעין | מודיעין עילית | מעלה אדומים | מעלות-תרשיחא | נהריה | נוף הגליל | נס ציונה | נצרת | נשר | נתיבות | נתניה | סחנין | עיר הכרמל | עכו | עפולה | ערד | פתח תקוה | צפת | קאלאנסאווע | קרית אונו | קרית אתא | קרית ביאליק | קרית גת | קרית ים | קרית מוצקין | קרית מלאכי | קרית שמונה | ראש העין | ראשון לציון | רהט | רחובות | רמלה | רמת גן | רמת השרון | רעננה | שגור | שדרות | שפרעם | תל אביב-יפו |