ישראל צענטראלע ביורא פאר סטאטיסטיק
(אַריבערגעפֿירט פון צענטראלע ביורא פאר סטאטיסטיק)
דאס ישראל צענטראלע ביורא פאר סטאטיסטיק (העברעיִש: לשכה המרכזית לסטטיסטיקה) איז געגרינדעט געווארן אייניגע מאנאטן, נאך דער זעלבסטשטענדיגקייט פון ישראל. זיין פליכט רעכנט אריין באפעלקערונג ציילונגען, די וווקס אדער קראכן פון דער עקאנאמיע. דעם לעבנסמיטל אינדעקס, איז פון די וויכטיגסטע זאכן מיט וואס זיי פארנעמען זיך, זיי פאבליצירן דאס אינמיטן חודש.
דאס ביורא איז א רעגירונגס אגענטור, וואס ארבעט אונטער דעם פרעמיער מיניסטערס ביורא דירעקט, איר הויפטקווארטיר איז אין ירושלים, אויך האבן זיי א פיליאלע אין תל אביב. אין 2008 איז פארגעקומען א נאציאנאלע ציילונג, ווי עס איז אויסער דעם צאל פונעם באפעלקערונג, אויך געפרעגט אויף פארדינסטן, וויפיל פאמיליעס, אדער מענטשן וווינען צוזאמען, פרנסות אא"וו.