קריית גת
אויפנאמע פון קריית גת
מדינה / טעריטאָריע ישראל
גרינדונג דאַטע 1954
ראַיאָן דרום דיסטריקט
בירגערמייסטער אבירם דאהארי
אָפיציעלע שפּראַך העברעיש
שטח 17.102 קוואדראט ק"מ

 ‑ אין שטאָט
 ‑ באַפעלקערונג ענגקײט

52,585‏  (שטייענדיג 2015)
3,305 באוואוינער א ק"מ2
צײַט זאָנע UTC+2

קִריַת גת איז א שטאט אין דרום דיסטריקט אין מדינת ישראל, די באָדן איז גרויס 17,102 דונאם. די שטאט איז געגרינדעט אין 1954, באקומען דעם סטאטוס פון א שטאט אין 1972, לויטן צענטראלן ביורא פאר סטאטיסטיק פאר סעפטעמבער 2013, איז דא אין קרית גת 52,709 איינוואינער. די יערליכע וואוקס ראטע האלט ביי 0.5 פראצענט. רוב זענען אידן.

דער בירגערמייסטער פון שטאט איז אבירם דהרי.

היסטאריע רעדאַקטירן

די שטאט איז געבויט געווארן אלס אן איבערגאנגס לאגער (מעברה), וואס פון דעם איז שפעטער געווארן די שטאט. דער נאמען נעמט זיך אויפן נאמען פון דער שטאט "גת" פון די פלשתים, וואס ארכעאלאגן טענהן עס איז א טעות.

דער ערשטער רב פון דער שטאט, וואס האט געדינט אסאך יארן, איז געווען הגה"ק רבי שלום דערמער זיע"א, פריער רב פון טירגוי ניאמץ. ער האט לוחם געווין במסירות נפש אויף שמירת שבת.

היינט צו טאגס וואוינען אין קריית גת הונדערטער חרדישע משפחות (הויפטזעכליך חסידישע) בעלזא, גור און נאך. אין קריית גת געפינט זיך אויך די הויפטקווארטיר פונעם קרעטשענעווער-קריית גת הויף, אין הויפט פונעם רבי'ן, רבי ישראל ניסן ראזנבוים וואס האט אויפגעשטעלט דארט א שיינע געמיינדע פון צענדליגע משפחות מיט מוסדות.

טראנספארטאציע רעדאַקטירן

לעבן דער שטאט געפינט זיך שאסיי 40  , וואס פארט קיין באר שבע, רחובות און צום צענטער. שאסיי 35 קיין אשדוד, אשקלון, בית שמש. אויך כביש שש  , פארט אריבער נעבן שטאט, און האט פארבינדונגס שאסייען מיט קריית גת.

ישראל באנען האט א באן סטאנציע אין שטאט, וואס געפונט זיך אויף דער באר שבע-תל אביב רוטע.

וועבלינק רעדאַקטירן