אום על פֿאַכעם
אום על-פֿאַכעם
מדינה / טעריטאָריע ישראל
גרינדונג דאַטע 1984
קאָאָרדינאַטן 32°31′08″N 35°09′7″E / 32.51889°N 35.15194°E / 32.51889; 35.15194קאארדינאטן: 32°31′08″N 35°09′7″E / 32.51889°N 35.15194°E / 32.51889; 35.15194
דיסטריקט חיפה דיסטריקט
בירגערמייסטער סמיר מחאמיד
אָפיציעלע שפּראַך אַראַביש
שטח 22.253 קוואדראט ק"מ
הייך 380 מעטער

 ‑ אין שטאָט
 ‑ באַפעלקערונג ענגקײט

46,600‏  (שטייענדיג 2010)
2094 באוואוינער א ק"מ2
צײַט זאָנע UTC+2

אום על פֿאַכעם (אַראַביש: أمّ الفـَحـْم), איז א שטאָט אין חיפה דיסטריקט אין ישראל. לויטן צענטראלן ביורא פאר סטאטיסטק, האט די שטאט 46,600 איינוווינער, זי איז דעקלערט געווארן אלס שטאט, אין 1984, איר שטח איז גרויס 22,253 דונאם די יערליכע וויקס ראטע האלט ביי 2.7 פראצענט א יאר, רוב איינוווינער זענען מוסלמענער.

דער נאמען פחם מיינט אויף אַראַביש, און העברעיש, קוילן, די שטאט איז געווען באוואוסט, אלס האנדלסצענטער פאר קוילן פאר הייצונג.

ביי דעם זעלבסטשטענדיגקייט קריג, איז אום על פאכעם געווען א דארף, מיט 4,500 איינוווינער, און די איראקע ארמיי איז דארט געווען, לויט די וואפן שטילשטאנד צווישן ישראל און יארדאניע, איז דאס דארף אריבער צו ישראל, און די איינוווינער האבן באקומען ישראלדיקע בירגערשאפט.

זי איז דער צענטער פון דער "איסלאמישער באוועגונג אין ישראל", און די שטאט איז באוואוסט, פאר אירע עקסטרעמיסטישע אנשויאונגען, ביי דער על אקצא אינטיפאדע, האבן זיך די ראיאטן אנגעפאנגען דארט, אויף א שאסיי וואס פירט פון חדרה, קיין עפולה, ארויף צום גליל.

זי איז א צענטראלע שטאט אין דער געגנט, וואס ציט אסאך קונדן, און איז באוואוסט מיט איר מעבל, איבערן גאנצן לאנד.