31°48′10″N 35°13′48″E / 31.80278°N 35.23000°E / 31.80278; 35.23000

מאפע פון ירושלים געגנטן

די ריגל געגנטן זענען א קייט פון פיר יידישע געגנטן אין צפון־מזרח ירושלים וואס פארבינדן סנהדריה מיט הר הצופים. די געגנטן האט מען אויפגעשטעלט נאך דער זעקסטאגיקער מלחמה צו שאפן א פאראייניקטע זידלונג צווישן מערב ירושלים און הר הצופים, כדי צו פארמיידן דעם אפשניט פון הר הצופים א צווייט מאל, און צו דערמעגלעכן שאפן א שאסיי, אשכול בולעוואר, וואס גייט אדורך יידישע געגנטן. רמת אשכול און אשכול בולעוואר האבן א נאמען נאכן פרעמיער מיניסטער פון ישראל לוי אשכול, וואס האט איניציאירט אויפשטעלן די ריגל געגנטן.