פארטאל:אקטועלע געשעענישן/2007 מיי 4
פרייטאג, דעם 4טן מיי 2007
רעדאַקטירן- קאנסענסוס צווישן אלע רעפובליקאנער פרעזידענט קאנדידאטן: 9 פון 10 זענען קעגן אבארטאציע. (ויקיחדשות)
- סקאנדאל אין איראן נאכדעם וואס אכאמאדיניזשאד געבט קוש פאר זיין אלטער לערערין אין פובליק אויף דער האנט וואס די פרומע ברויזן אז עס איז קעגן צניעות געזעצען פון זייער רעליגיע. (ען.אר.זשי.)
- באלטימאר: לאקאלע אידישע צייטונג וואס האט אויפגעדעקט שוידערליכע סעקסואל אביוז פון פארשטארבענעם מחנך אויף זיינע תלמידים באקומט טעלעפאון רופן פון פרויען וואס זענען אויך באלעסטיגט געווארן אלס אינגע מיידלעך דורך אים. (זשואיש טיימס)
- פרישער פראבלעם מיט חלב סתם: אפילו די דאזיגע וואס האבן זיך פארלאזט ביז היינט אויפן היתר פון ר' משה פיינשטיין זצ"ל צו טרינקען מילך אן קיין הכשר מוזן אנהייבן טרינקען מילך מיט הכשר, ווייל ס'איז דא אן ערנסטע חשש טריפות אויף קי וואס מען אפערירט. (דתילי)
- פייוו טאונס: העסליכע סקול בארד וואלן פון פרייע אידן קעגן פרומע אידן. (ארטאמאם)
- סנהדרין שיקט בריוו צו אלע וועלט פירער פון יעדע מדינה צו ארויפקומען אויף דעם הר הבית און העלפן בויען דעם בית המקדש השלישי. (וויינעט)
- חב"ד און אידישער שפראך: ראש הכולל און דיין פון קראון הייטס הרב העלער אסערט צו אויפהענגן צעטלעך פון חב"ד מוסדות אין ריין ענגליש. (חבד אונליין)
- מעלבארן: ריכטער אין אויסטראליע אידישע פרומע ברודער און פרייע שוועסטער געפעכט געבט רשות צו פארברענען טויטע קערפער פון מוטער, וואס די טאכטער זאגט אז זי איז געווען א אטעאיסט און האט דירעקט באפוילן נישט צו ליגן אין א בית החיים, נאר אז די אש פון איר געביין זאל אריינגעלייגט ווערן אין איר באליבטער וועיז פון איר שטוב און פארשפרייט אין די שיינער גארטן פון איר הויז. (העראלד סאן)
- די בשותפותדיגע רייזע פון די 2 גדולי הדור פון דער חרדישער וועלט ווייזט די שטארקע רוחניותדיגער אויפוואכונג פון תורה אידישקייט ביי די ספרדים אין פראנקרייך, הויפטזעכליך צוליב די לינקע ליבעראלע פאליסיס וואס מאכט די אידן שפירן פרעמד און אין גלות דורך די פארפלייצונג פון אראבישע אנטיסעמיטוזם ארום זיי. (הארץ)
- פראנקרייך: דעם זונטאג קומען פאר וואלן פאר פרעמיער מיניסטער, אידן זענען מער גענויגט צו שטימען פאר ניקאלאס סארקוזי וויבאלד ער איז דער רעכטער און מער שטייפער קאנדידאט. סארקוזי אליין שטאמט פון אידן, זיין באבע איז געווען א אידענע. (בחדרי חרדים)
- חרדישע חברי הכנסת סטראשן אצוקלאגן אין געריכט ראדיא סטאנציע גלי צה"ל פאר פארלוימדונג נאך רעפארט אז זיי האבן אריינגעלייגט אינגעלייט אין זייער קאר טראנק זיי אריינצושווערצן פון די זיכערהייט כוחות אין עירפארט פאר די אפאר פון די גודלים רב שטיינעמאן און גור'ע רבי. (בח"ח)
- יתד נאמן: הרב יוסף אפרתי גבאי פון הרב אלישב ברענגט בריוו פארצוליינען ביי מעמד קבלת פנים פאר זיין קאנקורענט הרב שטיינעמאן אין מאנטשעסטער. (בח"ח)
- נתניה: א בית זונות אין שכינות פון חרדישע שולע. (לאקאל פעיפער)
- מירון: חילול שבת קריזיס געשליכטעט מיטן ברענגן אין שבת בלויז גוי'אישער דרוזישע פאליציי. (וויינעט)
- מאדע דעזיינער טאמי הילפינגער גייט ארויף אויף נאציאנאלער טעלעוויזיע שוי פון אפרע צו לייקענען די אינטערנעט רומערס אז ער איז אן אנטיסעמיט. (פי.אר.אינסייד)
- הונדערטע טויזענטע נעמן צו די גאסן אין פראטעסט פון נייעם רעליגיעזען פרעמיער מיניסטער. (הארץ)
- סאודיע אראביע: רעגירונג רעהאביליטירט קנאים דורך זיין געבן פינאנציעלע גוטסקייטן. (מעמרי)
- שרייבער פון נייעם בוך איבער פרומע אידן אין זייער צוגאנג צו פרייע אידן זאגט אז עס איז א כבוד אנגערופן ווערן אנטיסעמיט ווען מען איז אלייןס א איד. (נ.י. דעילי ניוז)