כינע

לאנד אין מזרח אזיע
(אַריבערגעפֿירט פון טשיינע)

כינע (ווערט אפיציעל גערופן די מענטשנ'ס רעפובליק פֿון כינע) איז א לאנד אין מזרח אזיע. איר הױפּטשטאָט איז בייזשינג.

מענטשנס רעפובליק פון כינע
中华人民共和国
Zhōnghuá Rénmín Gònghéguó
פאן כינע
פאן כינע
סימבאָל כינע
פֿאָן הערב
נאַציאָנאַלע זינגליד:
אָרט פֿון כינע
אָרט פֿון כינע
קאָנטינענט אזיע
אָפֿיציעלע שפּראַך כינעזיש
הויפּטשטאָט בייזשינג 36°55′N 116°23′E / 36.917°N 116.383°E / 36.917; 116.383
רעגירונג קאָמוניסטישע דיקטאַטור
פרעזידענט
פּרעמיער מיניסטער
שי דשינפינג
לי קעטזשיאַנג
גרינדונג דאַטום
פלאַך מאָס
וועלט גראַדונג פלאַך
פּראָצענט וואַסער
קוואַדראַט ק"מ
[[ליסטע פון לענדער לויט שטח|]]
באַפֿעלקערונג
- צאָל
- וועלט גראַדונג
- ענגקײט

1,347,350,000 (2011)

מענטשן פאַר אַ ק"מ
פּראָדוקט ווערדע $11,300,000 מיליאן
וואַלוטע רענמינבי
צײַט זאָנע
אינטערנעט דאָמען cn.
טעלעפֿאָן קאָד 86+

כינע איז דער וועלט'ס גרעסטע לאנד אין באפעלקערונג און איינע פון די גרעסטע לענדער אין שטח, בערך אזוי גרויס ווי די פאראייניגטע שטאטן. די כינעזער רופן זייער לאנד "זוהאנגאו" וואס מיינט צענטראלע לאנד, אדער מיטעלע קעניגרייך.

דער נאמען כינע איז געגעבן געווארן דורך אויסערן לענדער און איז געזעצט אויף א פריערדיגער לאנג יעריגער כינעזער פירער מיט'ן נאמען טשין. בייזשינג איז כינע'ס הויפטשטאט און קולטוראלע, עקענאמישע, און קאמוניקאציע צענטער. די שטאט שאנכיי איז דעם לאנד'ס פארנומענסטע שטאט מיט די מערסטע איינוואוינער און איז כינע'ס גרעסטע אינדוסטריאלע און קאמערציאלע שטאט ווי אויך די פארט שטאט פאר אלע אינטערנאציאנאלע ביזנעס.

מער פון א פינפטל פון דער וועלט'ס באפעלקערונג – 1.3 ביליאן מענטשן – וווינען אין כינע. ארום 90 פראצענט פון די באפעלקערונג זענען כינעזער און די איבעריגע 10 פראצענט זענען צוטיילט צו עטליכע מינאריטעט'ס און האבן זיך זייערע אייגענע שפראכן—צווישן זיי זענען מאנגאליש, טיבעטיש און אויגור אנערקענט מינאריטעט שפראכן. וויאזוי אימער, פארשטייען זיך אבער אלע כינעזער איינע מיט די אנדערע, דאס איז צוליב זייער שפראך שרייבן סיסטעם וועלכע'ס בוכשטאבן רעפרעזענטירן גאנצע ווערטער און נישט די הברה אזויווי אין רוב לענדער פון דער וועלט.

כינע איז אין די אלטע צייטן געווען דאס דאמינאנטע ציוויליזאציאזירטע לאנד פון גאנץ אזיע. אנדערע גרויסע געזעלשאפטן ווי קארעע, יאפאן, און וויעטנאם זענען אין יענע יארן געווען אונטער כינעזער השפעה, אויפציענדיג כינע'ס עסן, קולטור, פיליזאפיע, רעגירונג, טעכנאלאגיע, און דער געשריבענער שפראך.

צווישן די יארן פונעם 7טן און 14טן יארהונדערט האט כינע אויסגעטראפן אסאך פארגעשריטענע ציוויליאזירטע אויסטרעפונגען ווי פאפיר, פרינטינג, גאן שטויב, זיידן, און דער קאמפאס וועלכע זענען ערשט גענוצט געווארן אין כינע און זענען שפעטער צושפרייט געווארן אויף די גאנצע וועלט.

כינע'ס פאליטישע שטארקייט האט אנגעהויבן פאלן ווען די אייראפעאישע אימפעריעס האבן זיך אנגעהויבן צושפרייטן אין מזרח אזיע אין די מיטעלע יארן פונעם 18טן יארהונדערט.

טיילן פון כינע זענען דעמאלט אריבעגעגאנגען צו אנדערע הערשאפטן ווי מעקא צו פארטוגאל און האנג קאנג צו בריטען. די שטארקייט פון כינע איז נאך מער צופאלן ווען קאמוניזם האט אנגעהויבן איבערנעמען די וועלט אין די אנפאנג פונעם 19'טן יאר-הונדערט. כינע האט קוים געהאט דורכגעמאכט א שווערע קריג מיט די יאפאנעזער ווען דאס לאנד איז צוטיילט געווארן איבער די קאמוניזם פראגע און עס האט אויסגעבראכן א ציווילע קריג וועלכע האט אנגעהאלטן אסאך יארן ביז אין 949' ווען די קאמוניסטן האבן געזיגט און אויפגעשטעלט די מענטשנ'ס רעפובליק אוו כינע.

די נאציאנאליסטן האבן דעמאלט זיך געשטארק אויף די טייוואנער אינזל און אויפגעשטעלט א נאציאנאלע רעגירונג, האבנדיג קאנטראל נאר אויף טייוואן. אין פאקט איז טייוואן א טייל פון כינע און אירע פירער האפן נאך אמאל זיך צו פאראייניגן מיט כינע אויב זי וועט אויפלעזן קאמוניזם. אבער די צוויי רעגירונגען האבן זיך אפגעזונדערט זייער ווייט איינע פון די אנדערע און די וועלט האט זיי גענומען באטראכטן וויי צוויי אנדערע לענדער. וויבאלד עס איז אזוי אנגענומען געווארן האבן אלע גיאגראפישע ארטיקל צוטיילט די צוויי רעגירונגען צו צוויי באזונדערע ארטיקלן.

ווען איינער באטראכט כינע פון אינדרויסן און אפילו פון אינעווייניג קען מען שווער גלייבן אז דאס איז א קאמוניסטישע לאנד. דאס איז ווייל די עקענאמישע סיסטעם איז שטארק רעפארמירט געווארן אין די 80ער און 90ער יארן און אויסערן האנדל איז געווארן איינגעפירט אויפ'ן העכסטן פארנעם. נאך אלעם ווערט נאך אלס כינע באטראכט אלס אן ארים לאנד לויט די וועלטליכע סטאנדארטן. די צוויי אינזלן, מאקא און האנג קאנג, זענען ביידע מיט די יארן צוריקגעגעבן געווארן צו כינע אבער זיי האבן באקומען א ספעציעלע מאס פון אויטאנאמיע.

דער נאציאנאלער בוים פון כינע איז די סאסנע.

געאגראפיע

רעדאַקטירן
  זעט דעם הויפּט אַרטיקל – געאגראפיע פון כינע

כינע איז דאס צווייטע גרעסטע לאנד אין אזיע לויטן שטח נאך רוסלאנד. כינע גרענעצט 14 לענדער (אויסגערעכנט זייגערווייז פון דרום): וויעטנאם, לאאס, מיאנמאר, אינדיע, בהוטאן, נעפאל, פאקיסטאן,[1] אפגאניסטאן, טאדזשיקיסטאן, קירגיזסטאן, קאזאכסטאן, רוסלאנד, מאנגאליי און צפון קארעע.

די געאגראפיע פון כינע איז פארשפרייט 5026 ק"מ אריבער מזרח אזיע און גרענעצט דעם מזרח כינע ים, קארעע בוכטע, געלער ים, און דרום כינע ים, צווישן צפון קארעע און וויעטנאם דורך ברייטע פלאכלענדער, אויסגעשפרייטע מדבריות, און געהויבענע בערג קייטן, כולל ריזיגע שטחים פון אומגאסטפריינדלעכן באדן. דער מזרח העלפט פונעם לאנד, זיין באדן מיט די בייבארטנדיקע אינזלען, איז א ראיאן פון פרוכפערדיקע פלאכלענדער, בערג, מדבריות, סטעפעס, און אונטער-טראפיקאלישע שטחים. דער מערב העלפט פון כינע איז א ראיאן פון פלאטאען און טורעמענדיקע מאסיוון, איינשליסנדיק א טייל פון דעם העכסטן הויכלאנד אויף דער ערד.

באפעלקערונג

רעדאַקטירן
 
האן כינעזער מענטשן

מער ווי 20 פראצענט פון די וועלט'ס סך הכל באפעלקערונג וואוינט אין כינע. פון דעם זענען ארום 92 פראצענט עטנישע האן כינעזער וועלכע האבן באזעצט כינע נאך מיט טויזנטער יארן צוריק. די איבעריגע 8 פראצענט זענען פון פארשידענע מינאריטעט נאציאנאלן, וועלכע זענען בעיקר באזעצט אין די מערב טיילן פון לאנד. ווען די כינעזער קאמוניסטישע פארטיי (סי-סי-פי) איז געקומען צו דער מאכט אין 949' האט די רעגירונג גענומען א צענזוס צו קענען אויסשטעלן א מאפע פאר אירע ערשטע 5 יאר. די צענזוס איז פארטיג געווארן אין 1953 און האט געוויזן א בערך'דיגן חשבון פון איבער 580 מיליאן איינוואוינער. א צווייטע צענזוס וועלכע איז גענומען געווארן אין 964' האט געוויזן א פארמערונג צו 694,580,000 איינוואוינער. די דריטע צענזוס וועלכע איז גענומען געווארן אין 982' האט שוין געוויזן א נומער פון איבער א ביליאן איינוואוינער, מאכנדיג כינע די ערשטע לאנד אין דער וועלט מיט א באפעלקערונג פון איבער א ביליאן איינוואוינער. די באפעלקערונג צאל ווערט היינט געשאצט אויף 1,286,975,500. כינע'ס באפעלקערונג וואקסט ווייטער אבער ווייט פון אזעלכע פראצענטן ווי אמאל ווייל די געבורט'ס ראטע איז דראסטיש געפאלן פון 6.2 קינדער פער פרוי אין די 50'גער יארן צו 1.7 אין 003'. לויט אן אנדער אויסטייטש איז עס געפאלן פון 45 ניי געבוירענע קינדער פער 1,000 פרויען יעדעס יאר צו 13 פער יעדע 1,000 פרויען. פראצענטווייז איז די באפעלקערונג העכערונג ראטע פער יאר געפאלן פון 2.25 פראצענט צו 0.60 פראצענט. נאך אלעם וואקסט נאך אלץ די באפעלקערונג מיט מיליאנען ניי געבוירענע קינדער יעדעס יאר. צו האבן אזא גרויסע באפעלקערונג איז נישט גוט צו גארנישט און די כינעזער רעגירונג ארבעט שווער צו געבן ארבעט פאר אזויפיל מיליאנען יונגע כינעזער וואס גייען אריין אין די ארבעט'ס קראפט יעדעס יאר. כאטש כינע'ס עקאנאמיע בליעט פון יאר צו יאר איז אבער נישט מעגליך צו געבן ארבעט פאר אזויפיל מענטשן און אלס רעזולטאט בלייבן אסאך געלונגענע מענטשן מיט גוטע כשרונות אן א דזשאב. נאך א שטארקע פראבלעם וואס פלאגט כינע צוליב איר גרויסע באפעלקערונג, איז די ענווייראמענט וועלכע ווערט אלס ערגער ווייל צו געבן אזויפיל מענטשן סופלייס, האוזינג, און עסן פאדערט זיך אסאך ארבעט פון מיליאנען אינדוסטריס און אבנארמאלע קאוואנטום פון קוילן אויסגראבונג פאר ענערגיע וועלכע פארפעסטיגן די לופט.


די איין קינד פאליסי

רעדאַקטירן

זעענדיג אז דאס פאלק פארמערט זיך ווי די פיש אין ים האט די קאמוניסטישע רעגירונג אנגעהויבן פראמאטירן אן איין קינד פאליסי אין 979'. דאז געזעץ איז געווארן גאנץ שטרענג אבער נאך אלץ זענען פאראן פאמיליעס מיט מער ווי איין קינד און אין טייל פעלער איז עס אפילו ערלויבט דורך די רעגירונג. מענטשן וואס געבארן צוויי קינדער האבן אויסצושטיין צרות פון די רעגירונג אין יעדע אנגעלעגנהייט אזוי אז עס גלוסט זיך נישט פאר קיינעם אויפצוציען א פאמיליע מיט מער ווי איין קינד. מער ווייניגער איז די פאליסי געווארן א נאציאנאלע פאקט אז די כינעזער פאמיליעס פארמאגן נאר איין קינד. אלע עלטערן שטרעבן צו האבן א יונגל ווייל ביי די כינעזער איז א יונגל די גאנצע זאך, ער האלט אן די קולטור און איז געטרייער צו זיינע עלטערן ווען זיי רעטייערן (סטאטיסטיקס ווייזן אז רוב גוי'אישע פרויען וועלן ענדערש העלפן זייערע מענער'ס עלטערן ווען זיי ווערן אלט ווי זייערע אייגענע. אבער מענער העלפן יא זייערע אייגענע עלטערן). ווען א כינעזער קאפל געבארט א מיידל איז א גאנצע קלאג, מען וויינט און מען טרויערט און דאס לעבן איז מער גארנישט ווערט. אין פאקט איז טאקע פאראן אסאך מער מענער און כינע ווי פרויען און צו דעם דארף מען נישט קיין סטאטיסטיק ווייל אין סיי וועלכע כינעזער געגענט מען גייט אדורך קען מען דאס אליין באמערקן. אינטערעסאנט איז, אז די איין קינד פאליסי איז אין גאנצן נישט גילטיג די מינאריטעט גרופעס אין כינע און זיי מעגן יא האבן גרויסע פאמיליעס. די כינעזער זענען פריינטליך און האבן אן אינטערעסע אין זייערע מינאריטעט גרופעס און קענען באשטיין זיי זאלן וואקסן.


מיגראציע

רעדאַקטירן

אימיגראציע איז קיינמאל נישט געווען קיין אישו אין כינע און מען געדענקט נישט ווען כינע האט אמאל אריינגענומען אימיגראנטן. אבער די פלוס פון איינוואוינער אין כינע'ס ראיאנען איז נאך היינט א וויכטיגע אישו. דאס ווערט אנגערופן מיגראציע. די כינעזער רעגירונג האט נאך אין די 50'גער יארן געשטיצט א מיגראציע פלאן פון די מזרח איינוואוינער זיי זאלן זיך אריבערציען קיין מערב וואו ווייניג מענטשן האבן געוואוינט און זי האט געוואלט אויפארבעטן אויך יענער טייל פון לאנד. אין די לעצטע צענדליגער יארן האט די רעגירונג דאס גענומען פיל ערנסטער ווייל עס האט זיך אנגעהויבן אן ערנסטער פראבלעם צו קענען שאפן דזשאבס פאר אזויפיל מיליאנען יונגע-ערוואקסענע מענטשן. עס האט אביסל געהאלפן אבער האט מיט דער צייט אויסגעוועפט. זעענדיג אז עס ארבעט זיך נישט אויס האט די רעגירונג איינגעשטעלט א הויז-געזונד רעגיסטראציע סיסטעם, ענליך ווי אן אינערליכער פאספארט סיסטעם אין עטליכע קאמוניסטישע לענדער, וועלכע גיט נישט קיין רעכט צו מופן נאר מיט רעגירונג ערלויבעניש. פארשטייט זיך אז צו מופן פון מזרח צו מערב ווערט באלד געגעבן אן ערלויבעניש, אבער פארקערט קען מען נישט באקומען אזא ערלויבעניש נאר אויב מען האט פון פאראויס א דזשאב. אפילו פון א סובורב אריין אין שטאט איז נישט ערלויבט צו מופן נאר מיט אן ערלויבעניש. אויב עס שמעקט אן א פארמער אויפצוגעבן זיין פארם וועט ער זיך קיינמאל נישט קענען אריינציען אין שטאט נאר אויב ער האט א גוטע דזשאב פון פאראויס.


פרינציפאלע שטעט

רעדאַקטירן
 
שאנכיי

כינע'ס שטעט האבן א לאנגע און וויכטיגע טראדיציע אלס צענטערן פון צערעמאניאלע און אדמיניסטראטיווע מאכט. איבער די יארן האבן אסאך שטעט זיך אריינגעדרייט און אויפגעשטעלט קאמערציאלע און האנדל צענטערן, און לעצטענס אויך אינדוסטריאלע צענטערן. כינע האט מער ווי 30 שטעט אין וועלכע די אורבאן געגענט פארמאגן מער ווי איין מיליאן איינוואוינער (א מיליאן איינוואוינער איז גענוג צו דעקלערן אן אורבאן שטאט). די גרעסטע שטעט זענען שאנכאי, דאס לאנד'ס גרעסטע אורבאן שטאט און אויך א פארט שטאט. בייזשינג, די הויפטשטאט, קולטוראלע, און צענטראלע שטאט. טיאנדזשין, כינע'ס צווייטע גרעסטע פארט שטאט נעבן דעם האי טייך. שעניאנג, א ריזיגע אינדוסטריע שטאט אין צפון-מזרח כינע. וואוהאן, נאך א פארט שטאט אויפן יאנגענצער טייך. גואנגזו, אויך א פארט שטאט אויפ'ן פערל טייך. און טשאנגינג, א ריזיגע אינלאנד פארט שטאט אויפ'ן יאנגענצער טייך. די אלע שטעט זענען היינט די גרעסטע שטעט וועלכע האבן זיך אויפגעבויט אין דעם לעצטן דור און מאכן די עקאנאמיע.

שפראך און רעליגיע

רעדאַקטירן

מער ווי 90 פראצענט פון כינע'ס באפעלקערונג רעדן כינעזיש וועלכע איז די אפיציעלע שפראך פון די האן כינעזער. די כינעזער שפראך איז די מאדנעסטע שפראך אין דער וועלט וועלכע איז געזעצט בעיקר אויף די שטארקייט פון קול, די נוסח, און קוועטשעס. פאר א פרעמדע מענטש קוקט אויס די כינעזער שפראך ווי די שפראך פון פייגלעך. די אקצענט פון די כינעזער שפראך פארמאגט אסאך ווערסיעס. אין כינע זעלבסט קען געהערט ווערן עטליכע אקצענטס געוואנדן לויט די ראיאן. ארום 70 פראצענט כינעזער רעדן די אזויגערופענע פוטאנגהוא אקצענט און ארום 20 פראצענט רעדן וואס ווערט גערופען די מאנדארין אקצענט. די מאנדארין אקצענט ווערט אויך גערעדט דורך רוב כינעזער אויסער כינע. נאכדעם זענען פאראן נאך פארשידענע אקצענטס וועלכע ווערן גערעדט דורך פארשידענע גרופעס אין פארשידענע ראיאנען אין כינע. אויך אין טייוואן ווערט די שפראך גערעדט מיט אן אייגענעם אקצענט. טראץ די פארשידנארטיקייט פון אקצענטס אין די כינעזער שפראך איז די כינעזער געשריבענע שפראך א וואונדערבארע שריפט וועלכע באהעפט אלע כינעזער זיי זאלן זיך פארשטיין איינע די אנדערע. די בוכשטאבן זענען גאר מאדנע אבער עס ליגט אסאך דערין. יעדעס אות איז באמת א גאנצער ווארט און קען זיך טוישן אויף פארשידענע וועגן געוואנדן לויט די קנייטשן פון די פיסלעך אדער נומער פון די ליניעס. פאר א פרעמדן זיך צו גיין לערנען די שפראך איז דאס די שווערסטע שפראך אין דער וועלט. די געשריבענע שפראך איז אמאל געווען נאך אסאך שווערער ווי היינט. די כינעזער קאמוניסטישע רעגירונג האט זינט 949' אנגעהויבן אסאך צו פארענדערן אין די שריפטן דורך אראפנעמען שטריכן פון אסאך ווערטער כדי צו מאכן גרינגער זיך אויסצולערנען די שפראך און אזוי ארום פארמערן די שריפטיקייט ראטע. אין 977' האט כינע געמאכט א פארמאלע פארלאנג צו די יו-ען איינצושטעלן א געלונגענע "פינווין" סיסטעם וועלכע טוט איבערמאכן כינעזער בוכשטאבן צו ראמענישע בוכשטאבן. די סיסטעם איז געגרינדעט געווארן דורך די כינעזער אין די 950'גער יארן. רוב כינעזער האלטן איינע פון דריי כינעזער רעליגיעס וועלכע זיי גייען שוין נאך פאר טויזנטער יארן. די דריי רעליגיעס זענען באמת די זעלבע גלויבונג נאר צוטיילט אין פארשידענע וועגן (להבדיל ווי אידישקייט: ליטוויש, חסידיש). ביי זיי איז נישט פאראן קיין גלח אדער פירער נאר זיי נעמען איבער זייער רעליגיע פון לאקאלע גייסטליכע פירער וועמען זיי רופן א טיטשער. לויט זייער רעליגיע איז וויכטיג צו עסן נאר כינעזער קולטור עסן און מאכן אסאך איבונגן און קענען מאכן קונצליכע באוועגונגען. אינטערעסאנט איז, אז רוב כינעזער קענען גוט קעמפן אבער זיי זענען פרידליכע מענטשן וועלכע טשעפען נישט קיינעם. די שטארקייט פון די כינעזער איבונגן ווערט גענומען פון א טראדיציאנאלע כינעזער אטעם וועלכע גוט שטארקייט צו טאן פארשידענע מענואווערעס וואס מען קען נישט טאן סתם אזוי. די כינעזער איבונגן סיסטעם איז איינגעטיילט אין פארשידענע וועגן און שטאפלן און ווערט אויך געלערנט דורך אסאך אנדערע מענטשן איבער די גאנצע וועלט. עס איז אויך פאראן נאך רעליגיעס אין כינע אין קליינע גרופעס און עס איז אפילו פאראן קריסטן און מוסלעמענער, אבער אונטער די קאמוניסטישע רעגירונג זענען זיי נישט ערלויבט אנצוגיין מיט זייער רעליגיעס אין דער עפענטליכקייט. די קאמוניסטישע כינע איז ווייט פון אן אמאליגע קאמוניסטישע פירערשאפט וועלכע האבן בכלל נישט צוגעלאזט אנדערע רעליגיעס. אין די לעצטע יארן איז אויפגעקומען א ריזיגע גרופע וועלכע האט אנגעהויבן ארגאניזירן א פארדרייטע כינעזער קולטור און האט באקומען אסאך שטיצע. די גרופע איז געגרינדעט געווארן דורך אן איינצעלער מענטש און זיין גרופע האט באקומען דעם נאמען: "פעלאן גאנג". די כינעזער רעגירונג האט זיך נישט וויסנדיג געמאכט אין אנפאנג אבער נאך עטליכע יאר האבן 10,000 נאכגייער געמארשט אין ביי צו פראמאטירן זייער רעליגיע. דאס האט אויפגעוועקט די קאמוניסטישע רעגירונג און די גרופע איז געווארן אומלעגאל און ווער עס גייט עס נאך ווערט ארעסטירט. זינט דעמאלט האבן שוין די קאמוניסטן ארעסטירט טויזנטער פעלאן גאנג שטיצער.

די גרעסטע כינעזישע דיכטער זענען געווען דו פו און לי ביי.

איינער פון די קענטליכע סימנים פון כינעזישער קולטור איז די כינעזישע שריפט. ווערנט דער היסטאריע זענען די כינעזישע שריפט סימבאלן דורכגעגאנגען עטלעכע ענדערונגען, והואס זענען באריכטעט אין צענדליקע טויזנטער היסטארישע דאקומענטן. די כינעזישע קאליגראפיע ווערט גערעכנט די העכסטע פארעם פון קונסט אין כינע.

ערציאונג

רעדאַקטירן

ערציאונג האט געשפילט א וויכטיגע ראלע אין כינע'ס לאנגע און רייכע קולטורעלע טראדיציע. פון ווען אן כינע איז געווארן אן אימפעריע האבן נאר גאר געלערנטע מענטשן געקענט האלטן פאזיציעס פון סאציאלע און פאליטישע פירערשאפט. גאר ווייניג איינוואוינער האבן אמאל גוט געקענט די כינעזישע שפראך און שריפט ביז די קאמוניסטישע רעגירונג האט דאס פארגרינגערט, ווי פריער דערמאנט. מען שאצט אז נאך אין 949' האבן נאר ארום 20 פראצענט פון פאלק גוט געקענט די שפראך און איר שריפט. היינט שטייט די ראטע ביי איבער 86 פראצענט וואס פון דעם איז פאראן א גרעסערער פראצענט מענער (93 פראצענט) און ווייניגער פרויען (79 פראצענט).

צו געבן אן ערציאונג פאר אזא ריזיגן פאלק איז זייער א שווערע ארבעט פאר דער רעגירונג. אין די 50ער יארן זענען ארום 60 מיליאן מיטל-קלאס סטודענטן געגאנגען אין שולע וועלכע האט ארויסגעלאזט די ארימערע איינוואוינער וועלכע האבן זיך געווענליך באשעפטיגט מיט לאנדווירטשאפט. כדי צו סטאביליזן די סיסטעם האט דער דעמאלטדיגער קאמוניסטישער פירער מאא זעדאנג איבערגעארבעט די ערציאונג סיסטעם און קלענער געמאכט די צווישנשיידן פון די קלאסן דורך רעדוצירן די חילוקים פון מאשין ארבעטער און ביורא ארבעטער אזוי אז יעדער זאל קענען דעגרייכן צו באקומען אן ערציאונג אין סיי וועלכער אפטיילונג.

כינע איז אסאך דורכגעגאנגען אין ערציאונג אין פארשידענע צייטן און אסאך מאדנע איינפירונגן זענען אויפגעצויגן געווארן במשך די יארן און זענען שפעטער געווארן אויס. איינע פון די זאכן איז געווען א טויש אין די ערציאונג יארן וועלכע איז רעדוצירט געווארן צו 9 יאר אנשטאט 13, כדי צו געבן מער איינוואוינער א געלעגנהייט צו דעגרייכן ערציאונג. נאך א געזעץ איז געווען אמאל איינגעשטעלט, אז די סטודענטן האבן נישט געדארפט צאלן פאר זייער ערציאונג און האבן געמוזט אין דער זעלבער צייט אויך ארבעטען ביי אינדוסטריאלע ביזנעסער. די רעגירונג האט מיט דער צייט איינגעזען אז די אלע זאכן וועלן נישט העלפן די ערציאונג און האבן אלעס צעשטערט. היינט צו טאג איז די ערציאונג סיסטעם זייער סטאביל מיט ארום 200 מיליאן סטודענטן אין פארשידענע שולע אפטיילונגן.

לעבנ'ס סטיל

רעדאַקטירן

כינע'ס לעבנ'ס סטיל האט זיך אינגאנצן געטוישט זינט דאס לאנד איז געווארן קאמוניסטיש. בעפאר האבן רוב כינעזער געוואוינט אין דערפלעך און האבן גארנישט געהאט צו טאן מיט די צענטראלע אדער לאקאלע רעגירונג. יעדע פאמיליע האט נאר געוואוסט צו זאגן פון זיין אייגענע ווילעדזש אדער טאון און די אייגענע פאמיליע האט געשפילט די הויפט ראלע אין סאציאלע אקטיוויטעטן און עקענאמישע פראדוקציע. די קאמוניסטישע רעגירונג האט אלעס געשטוישט און געמאכט זיכער אז די צענטראלע רעגירונג באקומט די פולע קאנטראל אין יעדן ווינקל. מיט די איבערנעמונג פון די קאמוניסטישע רעגירונג אין 949' האט זיך דאס לאנד אנגעהויבן אינדוסטריאליזירן און מער מענטשן האבן זיך אנגעהויבן אריינציען אין אורבאן שטעט וואו קאמערציאלע און אינדוסטריאלע ביזנעסער האבן אנגעהויבן בליען. אין די שטעט האט די רעגירונג באקומען א בעסערע קאנטראל אויף אלע בירגער אין יעדן הינזיכט פון לעבן. רוב שטאטישע איינוואוינער ארבעטן אין רעגירונג'ס אפערירנדיגע ביזנעסער וואו זיי זענען געצווינגן נאכצוטאנצן די קאמוניסטישע פלאנירטע עקאנאמיע סיסטעם און אירע געזעצן. נאך אלעם איז נאך אלס בעסער צו וואוינען אין די גרויסע שטעט וואו עס איז פאראן א מאדערנע וועלט פון געשעפטן, האטעלס, אויספלוג ערטער, און פארשידענע רעסטוראנטן. צו מאכן א גוט לעבן אין כינע דארף מען האבן גוטע באציאונגען מיט דער רעגירונג כדי צו קענען באקומען א גוטע דזשאב און פארדינען אסאך געלט. די וואס האבן אביסל געלט וועלן געווענליך שפענדן זייער געלט גרינגערהייט און זיך קויפן שיינע אנצוגן און אויטאס צו ווייזן זייער רייכקייט. די רייכע וואוינען אין באזונדערע געגענטער און שיקן זייערע קינדער זיך לערנען איבער די וועלט. ווען דאס קינד לערנט זיך א באוואוסטע שפראך, ווי ענגליש, האט ער די בעסטע געלעגנהייטן צו באקומען דזשאבס אין כינע'ס פראפעסיאנאלע גלאבאלזירטע עקאנאמיע און סאסייאיטי. די רייכע טייל פון פאלק איז נישט גרויס אבער וואקסט מער און מער פון יאר-צו-יאר. ווי א יאר שפעטער ווערן די רייכע מער רייך און די דיפערענץ צווישן די ארימע און די רייכע ווערט גרעסער און גרעסער. די כינעזער זענען בטבע גוטע ארבייטער וועלכע ווערן נישט מיד פון ארבייטן. אפילו די וואס קומען ארויס פון כינע און נעמען אן לאקאלע דזשאבס אין דער וועלט'ס אורבאניזירטע שטעט זענען אין גרעסטן טייל גאר פלייסיגע ארבייטער. די כינעזער זענען פון די קלוגסטע פעלקער אין דער וועלט און האבן ליב צו שטודירן נייע זאכן. אפילו ווען זיי ווערן שוין אלט וועלן זיי ווייטער שטודירן און דאס איבערגעבן צו זייערע קינדער צו וועמען זיי זענען זייער געטריי. די הויפט סאציאלע אישו אין כינע איז די עקאנאמיע וועלכע ווערט זייער אומ'יושר'דיג געפירט דורך די קארופטירטע כינעזער קאמוניסטישע רעגירונג. דער דיפערענץ צווישן די ארימע און רייכע שטייגט יעדעס יאר און דער דורכשניטליכער ארבייטער פארמאגט א קנאפע פרנסה פון וועלכע ער קען זיך קוים ערהאלטן, אפגערעדט פון באצאלן מעדיקל קאסטן. געלט איז דארט אלעס און פאר אביסל שוחד עפענען זיך אלע טויערן. די ביוראקראטן זענען דורכגעפוילטע לייט וועמען די רעגירונג אינטערעסירט זיי אין לינקן אויער. פאר יעדע ריר וואס מען וויל טאן מוז מען באקומען ערלויבעניש פון די רעגירונג וועלכע האט נארישע און אוממענטשליכע געזעצן. אבער פאר א פאר דאלאר טוישט זיך אלעס און מען באקומט די פערמיטס גרינגערהייט.

די סאציאלע סערוויסעס אין כינע איז געוואנדן וואו מען וואוינט און פאר וועמען מען ארבעט. די וואס ארבעטן פאר די רעגירונג געניסן פון א רייע בענעפיטן וועלכע אנטהאלט העלט קעיר, רעטייערמענט, וואקאציעס, דיסעביליטי, און א באצאלטע באגרעבונגס פראצעדור. פארשטייט זיך אז די פירמעס זענען וואס די וואס ליידיגן זיך אויס פאר די בענעפיטן און טאקע דערפאר זענען פאראן טויזנטער ריזיגע כינעזער פירמעס וואס פארדינען ברויט אויף הויזן... די וואס וואוינען אין די דערפלעך פארדינען געווענליך מער אבער זיי באקומען נישט קיין איינע פון די בענעפיטן און ברויכן זיך אליין אויסצאלן זייער סאציאלע לעבנ'ס קאסטן. די כינעזער רעגירונג האט אסאך געטאן צו געבן פרייע העלט קעיר פאר אירע הונדערטער מיליאנען איינוואוינער. דאס האט דראמאטיש געטוישט די לעבנ'ס שפאן שטאפל וועלכע איז געשטיגן פון 45 יאר אין 949' צו 72 יאר היינט צו טאג (70 יאר פאר מענער און 74 יאר פאר פרויען). די הויפט שריט וואס די רעגירונג האט געטאן איז געווען צו טרענירן מער דאקטוירים וועלכע איז געשטיגן פון איין דאקטער פאר יעדע 27,000 איינוואוינער אין 949' צו איין דאקטער פאר יעדע 595 איינוואוינער אין יאר 00'. די כינעזער דאקטוירים שטודירן אונטער א דירעקטע סיסטעם וואס ווערט געפירט דורך די רעגירונג. דורכאויס די יארן האבן די דאקטוירים אסאך שטודירט אין הערבעל נארטורליכע מעדעצינען וועלכע איז היינט אן אויפגעכאפטע מעדיצינישע הייל מיטל אין די גאנצע וועלט. אין טייל כינעזער שטעט ווערן 4 פינפטלעך פאציענטן באהאנדעלט מיט די הונדערטער ערליי הוירבס. נאך א באקאנטע כינעזער הייל מיטל איז אקופאנטשור (אן אינטערעסאנטע הייל מיטל וואס ווערט געטאן מיט מאגנעטישע נידלן וועלכע מען שטעכט אריין איבער דעם גאנצן קערפער).

אפיציעל הייסט עס אז די כינעזער זענען געזונטע מענטשן וועלכע זענען אויסגעשטעלט צו ווייניגער קראנקייטן, א דאנק די ספעציעלע קאמפיינס וואס די רעגירונג האט אונטערגענומען דורכאויס די יארן צו באקעמפן פארשידענע באקאנטע אויסשפרייטענדיגע וויירוסעס. אבער אין אמת'ן איז שווער צו וויסן ווייל די קאמוניסטישע רעגירונג איז זייער באהאלטן און זיי גיבן נישט ארויס די אמת'ע פאקטן. א גוטער ביישפיל איז די "סארס" אויסברוך וועלכע איז ארגינעל פון כינע און האט זיך פארשפרייט אין מערערע לענדער איבער די וועלט. ווי עס קומט לעצטענס ארויס, ווערט די כינעזער רעגירונג באשולדיגט פארן באהאלטן דעם אויסברוך אין די ערשטע וואכן און שפעטער די אמת'ע פאקטן, אויס זארג פאר איר עקאנאמיע.

עקאנאמיע

רעדאַקטירן
  זעט דעם הויפּט אַרטיקל – עקאנאמיע פון כינע

זינט די קאמוניסטישע פארטיי האט איבערגענומען די מאכט אין כינע אין 1949 האט זי אנגעהויבן קאנטראלירן אלע טיילן פון דער עקאנאמיע, אריינגערעכנט פראדוקציע, פרייזן, און די אויסשפרייטונג פון גיטער און סערוויסעס. די סיסטעם איז באקאנט אלס די "פלאנירטע עקאנאמיע" וועלכע אלע קאמוניסטישע לענדער האבן גענוצט און נוצן נאך היינט. אין די יארן נאך דער צווייטע וועלט קריג איז קאמוניזם נאך געווען די מערסט אויפגעכאפסטע עקענאמישע סיסטעם וועלכע אסאך לענדער [צו מאל די בירגער אין די לענדער] האבן געוואלט איינשטעלן. מיט די יארן האט זיך אבער ארויסגעשטעלט אז א פלאנירטע עקאנאמיע איז א דורכגעפאלאנע סיסטעם און אסאך לענדער זענען צוביסלעך ארויסגעשווימען דערפון, אריינגערעכנט די וועלט'ס גרעסטע קאמוניסטישע אימפעריע, סאוועטישע רוסלאנד.

די כינעזישע רעגירונג האט אויך איינגעזען די פראבלעמען אבער אנשטאט אויפלעזן די גאנצע סיסטעם האט זי רעפארמירט אסאך טיילן דערפון און האלט נאך היינט אן מיט דער זעלבער סיסטעם. די רעפארמען האבן אנגעהויבן עפעקטירן כינע אין 979' און האט געעפענט א מארק־עקאנאמיע און אויסערן אינוועסטמענטס אפטיילונג וועלכע איז טאקע היינט די דערפאלגרייכסטע אפטיילונג פון כינע'ס עקאנאמיע. פונדעסטוועגן איז די רעגירונג אפערירנדיגע ביזנעסער די גרעסטע סעקטאר און די רוקן-ביין פון כינעס עקאנאמיע. זינט יענע יארן איז כינע'ס עקאנאמיע געשטיגן מיט וועלט רעקארד ציפערן ביז אזוי סאך ווי 10 פראצענט פער יאר. אין 02' איז כינע'ס בא״פ געשטאנען ביי 1,159 ביליאן דאלאר וועלכע שטעלט איר אייניג מיט קאנאדע וועלכע איז נאר 2.5 פראצענט די גרויסקייט אין באפעלקערונג. פארשטייט זיך אליין אז די ארבעטסלאז ראטע איז איבער די מאס. ווען מען צוטיילט עס פער פערזאן וועט אויסקומען די בא״פ ראטע ארום $910 פער פערזאן אין כינע קעגן $22,340 אין קאנאדע. פון דעם איז די אינדוסטריאלע סעקטאר (פאבריקאציע, גראבונגען, און קאנסטרוקציע) די גרעסטע, ארום 51 פראצענט. טראנספארטאציע, קאמערץ, און סערוויסעס 34 פראצענט, און לאנדווירטשאפט, געהילץ, און פישעריי 15 פראצענט.

טראנספארטאציע

רעדאַקטירן

כינע'ס גרעסטע טראנפארטאציע מיטל איז די באן וועלכע פארנעמט 39 פראצענט פון די פאסאזשירן פארקער און 36 פראצענט פון די פראכט פארקער. אין רוב לענדער ווערן די רעילראודס פארמינערט פון יאר צו יאר און אנדערע מער סאפיסטיקירטע טראנפארטאציע נעמען אלעס איבער. אין כינע איז אבער נישט אזוי, איר רעילראוד טראנספארטאציע האט זיך געדאפעלט אין די לעצטע 50 יאר, גרייכנדיג א סך הכל לענג פון 36,400 מייל (58,700 קילאמעטער). אנשטאט אפצולאזן די רעילראוד טראנספארטאציע האט איר כינע נאר פארבעסערט און איינגעשטעלט שנעל-צוג באנען צווישן געדיכט באוואוינטע געגענטער און די פארנומענע שטעט. כינע איז די ערשטע לאנד וואס פארמאגט שוין היינט די פארגעשריטענע מאגלעוו באן סיסטעם וועלכע לויפט אויף מאגנעטישע עלעקטריק דורך א ספעציעלע חכמה וועלכע איז אויסגעטראפן און אינסטאלירט געווארן דורך א דייטשע פירמע.

ראוד טראנפארטאציע פלעגט אמאל זיין זייער צוריקגעבליבן און פלעגט נאר דעקן די גרויסע שטעט און די גרעניצן פון אלע פראווינצן. היינט איז שוין יא פאראן ראודס אויך צו אלע אפגעווייטערטע ערטער. די ראוד סיסטעם איז פארמירט ארום די הויפט שטאט בייזשינג און שלענגעלט זיך צו אלע פארנומענע שטעט און האפן. די סיבה דערצו איז ווייל זינט כינע איז געעפענט געווארן פאר טוריסטן האט זיך פארלאנגט צו צושטעלן א גרעסערע ראוד סיסטעם און וויבאלד רוב טוריסטן קומען אן קיין בייזשינג האט זיך די סיסטעם פארמירט פון די הויפט שטאט. כינע האט היינט א ראוד סיסטעם וועלכע ציט זיך 900,000 מייל (1,400,000 קילאמעטער). רוב דערפון איז געפלאסטערטע ראודס וועלכע איז אין גוטע צושטאנד. אויטאס און טראקס איז נאר פאפולער אין די אורבאן שטעט און אפילו אין די גאר פארנומענסטע ערטער איז ביציקלעך אויפגעכאפט פאר קורצע שטרעקע טראנספארטאציע. אויף א דורכשניטליכע ראוד פארן מער ביציקלעך ווי אויטאס, אפגערעדט אין די "ראוש אוער" ווען די גאסן ווערן פארפלייצט מיט מיליאנען ביציקלן.

די דריטע גרעסטע טראנפארטאציע מיטל איז אויפ'ן וואסער וועלכע איז נאר אויפגעכאפט פאר פראכט. דער הויפט טייך וואו עס פארן די מערסטע פראכט שיפן איז דער יאנגעצער טייך וועלכע לויפט אויף א 11,000 מייל (18,000 קילאמעטער) שטרעקע. נאך א שטארק פארנומענער טייך איז די גרעיט קאנאל וועלכע לויפט פון שאנכאי צו די האנגזו פראווינץ. דער טייך איז ווי א נעטווארק פון צענליגער קלענערע טייכן און לעיקס וועלכע פליסן דארט אריין. וויבאלד כינע האט איינע פון די גרעסטע וואסער גרעניץ ליניעס פארמאגט זי אסאך האפן וועלכע ברענגן מער אינטערנאציאנאלע האנדל. עס זענען פאראן 20 גרויסע האפן וועלכע זענען אלע שטארק פארנומען. כינע זעלבסט האט א פלאטע פון 3,299 שיפן וועלכע באזוכן האפן איבער די גאנצע וועלט.

די גרעסטע פליפארט אין כינע איז אין דער הויפט שטאט בייזשינג. אנדערע פארנומענע אינטערנאציאנאלע עירפארטס געפינען זיך אין שאנכאי און אין גואנגזו. עס זענען פאראן נאך אסאך דאמעסטיק עירפארטס וועלכע געפינען אין רוב ביזנעס שטעט. כינע'ס נאציאנאלע עירליין איז "עיר כינע". עס זענען פאראן נאך צענדליגער קלענערע עירליינס פון וועלכע געציילטע האבן אינטערנאציאנאלע רייזעס.


קאמוניקאציע

רעדאַקטירן

די כינעזער האבן טראדיציאנאל א גוטע קאמוניקאציע. נאך מיט צענדליגער הונדערטער יארן צוריק האבן די כינעזער געבויט הויכע פייער טורעמעס צו ווארענען אנדערע שטעט ווען עס קומט א פיינט. די כינעזער רעגירונגען האבן שטענדיג קאמוניקירט מיט אירע בירגער דורך אויפהענגען ריזיגע פלאקאטן אויף וועלכע זי פלעגט ארויפשרייבן פארשידענע מעסעדזשעס צום פאלק. אין טייל כינעזער שטעט הענגט די שטאט אויף די ערשטע זייטן פון די גאויסע צייטונגן כדי דאס פאלק זאל עס קענען ליינען. אין די לעצטע צענדליגער יארן האבן פארשידענע גרופעס און פראטעסטירער אנגעהויבן צו נוצן די רעגירונג'ס מיטל פון אויפהענגן פלאקאטן אין וועלכע זיי האבן געמאלדן זייערע מעסעדזשעס. דאס ערגסטע איז געווען דורכאויס די קולטוראלע רעוואלוציע (66' – 76') ווען די יונגע סטודענטן האבן באשמירט די גאסן מיט פארשידענע פלאקאטן מיט אלע סארט מעסעדזשעס. אין 89' האט די קאמוניסטישע רעגירונג געמאכט א סוף צו דעם נאכדעם וואס פרא-דעמאקראטישע פלאקאטן האבן געפירט צו ווילדע פראטעסטן וועלכע די מיליטער האט זייער שלעכט באהאנדעלט און צענדליגער זענען אומגעקומען.

אין דער זעלבער צייט וואס די טראדיציאנאלע קאמוניקאציע האט ווייטער אנגעהאלטן איז כינע נישט צוריקגעשטאנען מיט פארגעשריטענע קאמוניקאציע וועלכע האט דאמינירט די וועלט אין די לעצטע 100 יאר. עס איז פאראן ארום 2,000 צייטונגן אין כינע. צווישן זיי זענען: רענמין ריבאאו (מענטשנ'ס טעגליכע), די אפיציעלע צייטונג פון די קאמוניסטישע פארטיי. דזשיעפענגדזשאן באאו (ליבערעישן ארמיי טעגליך) , א טיפע און פראפעסיאנעלע צייטונג געאייגענט פאר סייענטיסטן און לערערינס. דערנאך זענען צוויי גרויסע דזשורנאלן: די ליאאוענג (אויסקוק) און קווישי (ווארהייט זוכער). די צוויי דזשורנאלן דעקן אלע סאציאלע, קולטוראלע, און עקענאמישע טעמעס. די קאמוניסטישע רעגירונג לייגט גרויס דרוק אויף די מידיא פאבלישער און צענזורט טיילמאל אלע זייערע ארטיקלן. ווילנדיג אויסמיידן פראבלעמען האבן רוב גרויסע מידיא פירמעס איינגעשטעלט אייגענע גאר שטרענגע צענזור סיסטעמען כדי אויסצומיידן קאנפליקטן מיט די רעגירונג.

די גרעסטע ראידא בראדקעסטינג ווערט אפערירט דורך די רעגירונג אין די הויפט שטאט בייזשינג. די רעגירונג האט נאך צענדליגער ראידא סטאנציעס אין רוב פון די פראווינצן. עס זענען אויך פאראן פריוואטע ראידא סטאנציעס אין אלע עקן פון לאנד אבער זיי האבן די מערסטע דרוק פון די רעגירונג ווייל ביים רעדן קען זיך גרינג אריינכאפן א ווארט קעגן די רעגירונג אדער קעגן די קאמוניזם קאנצעפט. אויך טעלעוויזיע פירט די רעגירונג אן אין גאנצן לאנד. זי האט עטליכע טשענעלס, איינס ספעציעל פאר כינעזער מענטשן איבער די גאנצע וועלט וועלכע ארבעט דורך סעטעלייט טעכנאלאגיע. עס זענען פאראן נאך 700 פריוואטע טעלעוויזיע סטאנציעס. ארום 75 פראצענט פון פאלק האט די מעגליכקייט צו כאפן ראדיא סטאנציעס אין זייערע וואוין ערטער אבער טעלעוויזיע איז אסאך שוואכער. נאר 303 פון 1,000 כינעזער פארמאגן א טעלעוויזע. דאס איז א קליינער צאל קעגן אנדער ציוויליזירטע לענדער איבער די וועלט. כינע'ס צייטונגן, מאגאזינען, ראדיא, און טעלעוויזיע סטאנציעס באקומען זייער נייעס פון די אפיציעלע זינהוא נייעס אגענטור, און קענען טיילמאל צולייגן אייגענע באריכטן. די זינהו אגענטור האט איר הויפטקווארטירן אין בייזשינג מיט פליגלן איבער גאנץ כינע און 100 אפיסעס איבער די וועלט. די אגענטור פאבלישט אירע נייעסן אין כינעזיש, ענגליש, פראנצויזיש, היספאניש, רוסיש, און אראביש. עס איז פאראן א צווייטע נייעס אגענטור אין כינע וועלכע שטעלט צו אלע נייעסן פאר די כינעזער צייטונגן איבער די וועלט.

כאטש רוב כינעזער האבן לימיטירטע מעגליכקייטן צו קאמוניקאציע הייסט אבער נישט די קאמוניקאציע צוריקגעבליבן קעגן אנדערע לענדער. טעלעקאמוניקאציע איז דארט פארגעשריטן פונקט ווי ביי אונז אבער נישט יעדער פארמאגט א טעלעפאן. א שטודיע פון צוויי יאר צוריק האט געוויזן אז צו יעדע 1,000 איינוואוינער איז געווען אינגאנצן 137 טעלעפאנען. דאס באנוץ פון סעליולער טעלעפאנען און ביפערס וואקסט שנעל אבער רוב דורכשניטליכע איינוואוינער קענען זיך דאס נישט ערלויבן. קאמפיוטערס איז זייער פאפולער אין כינע'ס יוניווערסיטיס און אפיסעס און אויך אין די סקולס. קאמפיוטערס אינדערהיים איז נאך ווייט פון אויפגעכאפט. אין די גרויסע שטעט איז מעגליך צו באקומען אינטערנעט סערוויס אבער מען מוז זיך ערשט רעגיסטרירן מיט די רעגירונג ווייל זי מוז דאך האלטן א קאנטראל וואס אירע בירגער זעען זיך אן אין די פרייע וועלט.

רעגירונג

רעדאַקטירן

די סטרוקטור פון כינע'ס רעגירונג סיסטעם גייט נאך דעם רוסישן פירער וולאדימיר לענינ'ס מאדעל פון אן איין פארטיי רעגירונג. דער מאנדאט צו דער רעגירונג גייט נישט דורך וואלן נאר ווער עס האט מער קראפט און געווינט די מאכט. דער געוועזענער רוסישער פירער האט צוערשט איינגעשטעלט דעם סיסטעם אין די סאוויעט פארבאנד און איז געווארן א מאדעל רעגירונג סיסטעם צו אסאך סאציאליסטישע לענדער. אין כינע האט יעצט די מאכט די כינעזע קאמוניסטישע פארטיי וועלכע ווערט אנגערופן אין קורצן: די סי-סי-פי. די קאמוניסטישע פארטיי איז געקומען צום מאכט אין 949' און אויפגעשטעלט די מענטשנ'ס רעפובליק אוו כינע. די סי-סי-פי דאמינירט דאס מאכן און צושטערן פאליסיס דורך אירע מיטגלידער אין די רעגירונג. אינערהאלב די רעגירונג סטרוקטור איז די לאגיסלאטור (ווערט גערופען די נעשאנעל מענטשנ'ס קאנגרעס) די העכסטע און מאכטפולסטע טייל אין טעאריע, אבער אין פראקטיק איז די עקזעקיוטיוו קאבינעט (ווערט גערופן די סטעיט קאונסיל) די מאכטפולסטע טייל אין די רעגירונג וועלכע ווערט אנגעפירט דורך דעם פרעמיער.

כינע איז דאס ערשטע מאל דורכגעגאנגען אן ערנסטע רעפארם אין רעגירונג'ס פאליסיס אונטער די פירערשאפט פון דענג זיאאופינג אין 978' און דענג'ס סוקסעסאר, דזשיאנג זעמין, האט ווייטער אנגעהאלטן די רעפארמען. די הויפט פונקט אין די רעפארם איז געווען די איבערגאנג פון די פלאנירטע עקאנאמיע צו א נייע רעפארמירטע סיסטעם וועלכע דענג האט גערופן סאציאליסטישע מארקעט עקאנאמיע. איינע פון די הויפט ענדערונגן איז געווען אין די רעגירונג אפטיילונגן וועלכע געבן זיך אפ מיט ספעציעלע אישוס וועלכע האבן באקומען מער מאכט און זעלבסטשטענדיקייט. די רעגירונג האט אויך פארגרעסערט איר עקענאמישע אפטיילונגן און אויפגענומען אסאך נייע ספעציאליסטן כדי צו קענען געבן א בעסערע ענווייראמענט אינערהאלב די עקענאמישע רייען. גרויסע רעגירונג געפירטע ביזנעסער האבן באקומען מער אויטאנאמיע און טייל זענען אפילו פריוואטיזירט געווארן. די לאקאלע רעגירונגען האבן אויך באקומען מער אויטאריטי צו אדאפטירן די נאציאנאלע פאליסיס. די לאקאלע רעגירונגען האבן אויך אנגעהויבן באקומען א גרעסערע טייל פון די שטייער פארדינסטן. אין קורצע ווערטער האט די סי-סי-פי פארטיי זיך ארויסגעצויגן פון מינדערוויכטיגע רעגירונג'ס געשעענישן און איינגעטיילט די ארבעט צווישן אירע נידעריגערע אפטיילונגן און די לאקאלע רעגירונגען. אבער שטילערהייט האט די רעגירונג גאר פארמינערט די שאנסן פאר איינעם זיך אויפצוהייבן די קאפ און זאגן א מיינונג אין די רעגירונג פאליסיס. די רעגירונג האט פארבאטן פאליטישע אקטיוויטעטן וועלכע קען שמעקן מיט פראגעס צו די פארטייס אביעקטיוון. מיט די שריט איז קלאר געווארן אז די מעגליכקייט פאר אן אפאזיציע איז אויסגעשלאסן און די לאקאלע רעגירונגען מוזן נאכטאנצן די קאנטראווערסיאלע רעגירונג פאליסיס אפילו עס שטימט נישט מיט זייערע פלענער.

די קאנסטיטוציע

רעדאַקטירן

די ערשטע קאנסטיטוציע פון די קאמוניסטישע רעגירונג איז אריין אין קראפט אין 954'. די קאנסטיטוציע האט אראפגעשטעלט די רעגירונג'ס סטרוקטור און אירע סיטיזענס רעכטן און פליכטן. די קאנסטיטוציע איז איבערגעמאכט געווארן 3 מאל, צום לעצטן מאל אין 982'. יעדע פרישע קאנסטיטוציע האט זיך געשטעלט אויף נייע פונקטן וועלכע זענען געווען שייך צו יענע פאליטישע צייטן. אין די לעצטע קאנסטיטוציע האט די רעגירונג פארבאטן די לעצט געבליבענע רעכט פון אירע סיטיזענס און פארבאטן אויפצוהענגן פאליטישע פלאקאטן וועלכע לעגיטימיזירן די עקענאמישע ראלע פון די פריוואטע פירמעס. די מיטגלידער אין די נידעריגערע טיילן פון די רעגירונגען ווערן ערוועלט דורך דעם המון עם אין שטארק קאנטראלירטע עלעקציעס מיט לימיטירטע קאנקורענט. אין די עלעקציעס האבן אלע סיטיזענס העכער 18 יאר די רעכט צו שטימען. די פירער פון די אפטיילונגן און אויך די מיטגלידער אין די העכערע רעגירונג טיילן ווערן געווענליך ערוועלט דורך די מענטשנ'ס קאנגרעס. אבער אויך דאס איז נישט 100 פראצענט זייער אויסוואל נאר דער קאנדידאט ווערט געווענליך רעקאמערנדירט דורך די סי-סי-פי.


רעגירונג אפטיילונגען

רעדאַקטירן

די קאמוניסטישע סי-סי-פי רעגירונג איז איינגעטיילט צו 4 הויפט אפטיילונגן פון וועלכע יעדע פון זיי האבן אונטער זיך עטליכע קלענערע אפטיילונגן. די 4 זענען: די עקזעקיוטיוו, די לעגיסלאטור, יוסטיץ, און די לאקאלע רעגירונגען. דער הויפט פון כינע איז דער פרעזידענט וועלכער ווערט ערוועלט צו א פינף יעריגער טערמין דורך די נאציאנאלע מענטשנ'ס קאנגרעס. דער פרעזידענט און זיין שטאב ארום אים זענען נישט מער ווי א צערעמאניאלע אפיס וועלכע ווערט גענוצט צו רעפרעזענטירן כינע אין דער וועלט. די הויפט מאכט ווערט געפירט דורך די סטעיט קאונסיל וועלכע ווערט אנגעפירט דורך א פרעמיער. דער פרעמיער ווערט נאמינירט דורך דעם פרעזידענט פאר א פינף יעריגער טערמין. די סטעיט קאונסיל פארמאגט ארום 40 מיטגלידער וועלכע זענען אויך די אפיציעלע מיניסטארן אויף געוויסע אפטיילונגן. די מיטגלידער ווערן אלע ערוועלט דורך די נעשאנעל מענטשנ'ס קאנגרעס און נאמינירט דורך דעם פרעמיער. קיינער פון די מיניסטארן ווערן נישט ערוועלט אן דעם באשלוס פון די סי-סי-פי. וויבאלד די סי-סי-פי האט אזויפיל קאנטראל איבער די באשלוסן פון די יסודות'דיגע זאכן אין די רעגירונג קומט אויס אז די פארטיי'ס גענעראלע סעקראטאר איז דער מאכטפולסטער פירער אין כינע. דער צווייט מערסט מאכטפולער מענטש איז דער פרעמיער. טייל מאל איז דער פרעזידענט אויך די פארטיי'ס גענעראלע סעקראטאר. אין אזא פאל איז דער פרעזידענט דער מאכטפולסטער מענטש אין מזרח אזיע. מיטגלידער אין די לעגיסלאטור, וועלכע איז די נאשאנעל מענטשנ'ס קאנגרעס, ווערן ערוועלט צו פינף יעריגע טערמינען דורך אומדירעקטע עלעקציעס פון די פראווינציאנאלע קאנגרעסעס. פארשטייט זיך אז די סי-סי-פי האלט אן אויג אויף די קאנדידאטן און מוז באשטעטיגן יעדע פון זיי. די לאגיסלאטור באשטייט פון 3,000 ביז 3,500 מיטגלידער. טאקע א גרויסע אפטיילונג, אבער מיט א סעסיע נאר איינמאל א יאר פון בערך א מאנאט איז עס זייער קליין. אפיציעל דארפן זיי שטודירן די פאליסיס און נייע געזעצן פון די רעגירונג'ס עקזעקיוטיווע אפטיילונג. אין די איבעריגע 11 מאנאטן פון יאר ווערט זייער ארבעט געטאן דורך א ספעציעלע אפטיילונג פון 150 מיטגלידער. די דריטע אפטיילונג איז די יוסטיץ דעפארטמענט וועלכע איז די מערסט דעמאקראטיש געשטימטע אפטיילונג פון די קאמוניסטישע רעגירונג. כינע האט שטענדיג געזוכט צו דעמאקראטיזירן איר יוסטיץ ווי א מערב סטיל דעפארטמענט מיט פולע זעלבשטענדיקייט ווען עס קומט צו פראסעסירן געזעץ. דאס ערשטע מאל וואס כינע האט זיך צוגעכאפט צו א מאדערנע לעגאלע סיסטעם איז געווען אין אנפאנג פונעם 19'טן יאר-הונדערט אבער א רעוואלוציע און ציווילע קריג האט שטארק געשטערט די דעוועלאפמענטס. ווען די קאמוניסטישע פארטיי האט איבערגענומען די מאכט אין 949' האט זי אין זייט געלייגט אלע פריערדיגע פלענער. ערשט אין 978' ווען די רעגירונג האט צום ערשטן מאל רעפארמירט די רעגירונג סיסטעם האט מען צוריק אדאפטירט די אלטע פלענער און אנגעהויבן טאן שריט וועלכע האט עווענטועל אויסגעפארעמט א מאדערנע סטיל יוסטיץ דעפארטמענט אין וועלכע די ריכטער האבן די פולע מאכט וועם צו שטראפן און וועם פריי צו לאזן, און די קאנטראל איבער אלע געזעצן בנוגע די עקאנאמיע. אלנפאלס, האט די קאמוניסטישע רעגירונג נישט געגעבן די יוסטיץ דעפארטמענט די פולע מאכט צו דורכפירן געזעצן אין צוזאמענהאנג מיט די קאמוניסטישע רעגירונג סיסטעם.

די כינעזער לעגאלע סיסטעם באשטייט פון 4 הויפט קאמפאנענטן: א געריכט סיסטעם, א פובליק סעקיוריטי אנדמיניסטראציע (פאליציי קראפט), א פובליק פראקערור אפיס, און א סיסטעם פון ארעסטאנטן און ארבעט'ס קעמפס. דאס העכסטע געריכט איז די סופרים מענטשנ'ס געריכט וועלכע איבערקוקט די אדמיניסטראציע פון יוסטיץ דורך די נידעריגערע שטאפלן פון די מענטשנ'ס געריכט. די הויפט סופרים געריכט האט נישט די מאכט איבער די קאנסטיטוציאנאלע אויפזעערשאפט, די מאכט איז פארבליבן ביי די לאגיסלאטור. די נידעריגערע געריכטן און פובליק פראקערור האבן די לאקאלע מאכטן גענוי ווי אין אלע מאדערניזירטע לענדער. אלע לעגאלע קעיסעס ווערן אויסגעפירט אין געריכט און דער באשולדיגטער האט די פולע רעכטן זיך צו באשיצן. אין די 980' יארן האט כינע צום ערטשן מאל ערלויבט פובליק און פריוואטע אדוואקאטן וועלכע האבן אין די ערשטע יאר געציילט ארום 5,000. היינט ציילן זיי איבער 100,000.

כינע'ס לאקאלע רעגירונגען, די פערטע אפטיילונג פון די צענטראלע רעגירונג, זענען ארגאניזירט אין 3 הויפט אדמיניסטראטיווע רייענשיכטן אונטער די צענטראלע רעגירונג. כינע פארמאגט 22 פראווינצן, 5 אויטאנאמישע מוניציפאליטעטן, און 2 ספעציעלע אויטאנאמישע ראיאנען (עס-עי-אר'ס). די 22 פראווינצן זענען: אנהואי, פודזשיאן, גאנסו, גואנגדאנג, גואיזאו, האינאן, היביי, היילאנגדזשיאנג, הינאן, הוביי, הונאן, דזשיאנגסו, דזשיאנגסי, דזשילין, ליאונינג, קווינגהאי, שענקסי, שאנדאנג, שאנקסי, שיכואן, יונאן, און זהידזשיאנג. (עס איז אינטערעסאנט צו באמערקן אז טייל פראווינצן האבן ענליכע נעמען צו אן אנדערע פראווינץ. אבער אין כינע איז עס גאנץ אן אנדערער אפטייטש ווי דערמאנט ביי שפראך און רעליגיע). כינע ציילט טייוואן אלס איר 23'סטע פראווינץ כאטש וואס טייוואן ווערט קאנטראלירט דורך א באזונדערע רעגירונג זינט 949' ווען די קאמוניסטן האבן געזיגט די צווילע קריג און איבערגענומען די מאכט אין כינע. די פרא דעמאקראטישע זענען דעמאלט אנטלאפן צו דעם טייוואנער אינזל וואו זיי האבן זיך געגרינדעט א באזונדערע רעגירונג. די 5 אויטאנאמישע ראיאנען זענען: גואנגקסי זהואנג, אינער מאנגאליע, נינגסיא הואי, און זיאנגדזשאנג אואיגור. די 4 אויטאנאמישע מוניציפאליטעטן זענען: בייזשינג, טשאנגקינג, שאנכאי, און טיאנדזשין. האנג קאנג און מעקאו זענען די 2 ספעציעלע אדמיניסטראטיווע ראיאנען. עס איז אויך פאראן א דריטע שטאפל רעגירונג אונטער די פראווינצן וועלכע האבן די אחריות איינצוקאסירן שטייערן, לעזן קלענערע קאנפליקטן צווישן ביזענעסער אדער רעזידענטן, און איבערקוקן די באפעלקערונג צאל פלאנירונג.

פאליטישע פארטייען

רעדאַקטירן

לויט כינע'ס קאנסטיטוציע איז דאס לאנד א סאציאליסטישע דיקטאטור אויף די ארבעט'ס קלאס, אנגעפירט דורך די כינעזער קאמוניסטישע פארטיי (סי-סי-פי) און א פאראייניגטע פראנט מיט אנדערע פארטייען. אין פראקטיק טוט די סי-סי-פי ארקעסטערירן אלע נאציאנאלע פאליטישע אקטיוויטעטן ווייל פארטיי מיטגלידער האלטן אן די מערסט מאכטפולע פאזיציעס אין די רעגירונג. אונטער די פאראייניגטע פראנט פאליסי האט די סי-סי-פי געלאזט גרינדען עטליכע מינאריטעט פאליטישע פארטייען וועלכע אפערירן נאך ביז'ן היינטיגן טאג. אבער די פארטייען זענען געשטעלט נאר אויף געוויסע טעמעס אין פאליטיק ווי ערציאונג, קולטור, סייענטיפיש און נאך. אן עכט זעלבשטענדיגע פאליטישע פארטיי איז נישט פאראן אין כינע. די קאמוניסטישע פארטיי זעלבסט אפערירט עטליכע פון די מינאריטעט פארטייען. די גרעסטע אזא פארטיי איז די קאמוניסטישע יונגווארג ליגע וועלכע פארמאגט ארום 68 מיליאן מיטגלידער. די ארגאניזאציע שפילט א גרויסע ראלע אין רעקרוטירן יונגע מענטשן וועלכע גלוסטן צו ווערן א סי-סי-פי מיטגלידער. זינט די רעפארם אין 978' האט די פארטיי באקומען מערערע פליגלן אבער אלע זענען אפיציעל פארטראנירט דורך די רעגירונג. די סי-סי-פי איז צוזאמענגשטעלט פון עטליכע קערפערשאפטן. די העכסטע ארגאן איז די נאציאנאלע פארטיי קאנגרעס וועלכע איז אין סעסיע נאר איינמאל אין עטליכע יאר. ווען נישט אין סעסיע נעמט א נידעריגערע קערפערשאפט איבער די פונקציעס. די קערפערשאפט ווערט אנגערופן די צענטראלע קאמיטע וועלכע איז די באקאנסטע נאמען צווישן די כינעזער איינוואוינער און אויך די אפיציעלע ווארטזאגער פאר די קאמוניסטישע פארטיי. די צענטראלע קאמיטע האט אונטער זיך 2 נידעריגערע אפטיילונגן וועלכע פירן אויס די פליכטן פון די פארטיי. די צוויי קערפערשאפטן ווערן אנגערופן די פאליטובורא און די סטענדינג קאמיטע. די קאמוניסטישע פארטיי האט זיך געגרינדעט אין 921' און האט דעמאלט געהאט 57 מיטגלידער. ביז אין 956', עטליכע יאר נאכ'ן געווינען די מאכט, האט די פארטיי געציילט 10 מיליאן מיטגלידער. היינט פארמאגט די פארטיי 58 מיליאן אפיציעלע מיגלידער מאכנ'דיג איר די וועלט'ס גרעסטע קאמוניסטישע פארטיי. די כינעזער קאמוניסטישע פארטיי פרובירט היינט צו רעקוטירן מער יונגע מיטגלידער וועלכע זענען בעסער ערצויגן און זענען מער טעכניש קוואליפיצירט ווי אירע מיטגלידער אין די פארגאנגענהייט. די סי-סי-פי'ס לאזונגן זענען: "בויט סאציאליזם מיט כינעזישע כאראקטיריזם" און "אנהאלטנדיג די פאנע פון דענג זיאאופינג טעאריע אין דער הייך", פאררופנדיג זיך צו די עקענאמישע פרינציפאלן פון כינע'ס געוועזענער פירער דענג זיאואפינג. די פאראנטווארטליכקייט פון די סי-סי-פי איז אנצוהאלטן פאליטישע סטביליטעט אין כינע מיט א קאמבינאציע פון פאטריאטיזם און פאליציי קאנטראל. די פארטיי'ס עקענאמישע פריאריטי איז צו פארשטערקערן כינע'ס עקאנאמיע אין א מארקעט עקאנאמיע וועלכע ווערט נאנט טעלעגידירט דורך די רעגירונג.

פארטיידיגונג

רעדאַקטירן

כינע'ס ארמיי ווערט אנגערופן די מענטש'נס ליבעראציע ארמיי (פי-על-עי) וועלכע איז אונטער די קאנטראל פון פארטיידיגונג אפטיילונג וועלכע ווערט דארט גערופן די צענטראלע מיליטערישע קאמיסיע. דאס מיליטער איז צוטיילט צו עטליכע טיילן וועלכע נעמט אריין א נאציאנאלע ארמיי, א נעיווי, און אן עיר פארס. נאך היינט פארמאגט כינע די גרעסטע מיליטער אין צאל. דאס מיליטער איז שטארק געשניטן געווארן אין די לעצטע יארן זינט די מיליטערישע טעכנאלאגיע איז מער אריין אין באנוץ. אין 985' האט כינע'ס מיליטער פארמאגט ארום 3.9 מיליאן מיטגלידער, היינט האלט עס ביי 2.8 מיליאן (1,600,000 ארמיי פערסאנעל, 420,000 אין די עיר פארס, און 250,000 אין די נעיווי). די רעגירונג האט פלענער ווייטער צו שניידן דאס מיליטער וואו ווייט מעגליך ביז א געשאצטע האלב מיליאן סאלדאטן. אין די ערשטע קאמוניסטישע יארן איז דאס דינען אין מיליטער געווען א פליכט פון יעדן סיטיזן אבער די רעגירונג האט עס שפעטער געטוישט צו א פולע וואלונטיר סיסטעם ווייל מיט אזא גרויסע באפעלקערונג איז פאראן גענוג וואלונטירן און דער פאקט האט געוויזן אז וואלונטיר סאלדאטן זענען פיל בעסער ווי פארפליכטעטע סאלדאטן. כינע'ס מיליטער איז טעכנאלאגיש צוריקגעבליבן קעגן מאדערניזירטע לענדער. זייער טרענירונג און וואפן ווערט בעסער פון יאר צו יאר אבער נאך אלץ איז עס קיין פארגלייך צו א מערב סאלדאט. פון די אלע יארן האט כינע אוועקגעלייגט אזויפיל קאנווענציאנאלע און נוקלעארע וואפן גענוג אויף חרוב צו מאכן די וועלט. רוב מאדערניזירטע לענדער שטייען ווייט פון כינע'ס מיליטער צוליב איר וואפן סטאק און אירע לאנג שטרעקיגע מיסילס. די כינעזער מיליטער האט געשפילט א גרויסע ראלע אין די עקענאמישע דעוועלאפמענט דורך העלפן בויען דאמבעס, פארפלייצונג פראיעקטן, לאנד איבערזעצונג, און צום מערסטן ביי די קאטאסטראפעס. די פאליציי סיסטעם אין כינע איז פארבינדן מיט די מיליטער און ווערט קאנטראלירט דורך די זעלבע רעגירונג אפטיילונג.

אויסערן פאליסי

רעדאַקטירן

ווען די קאמוניסטישע פארטיי האט געווינען די ציווילע קריג אין 949' זענען די נאציאליניסטן אנטלאפן קיין טייוואן, אן אינזל נעבן כינע. פאר 20 יאר האט די טייוואנער רעגירונג באקומען שטיצע פון די פאראייניגטע שטאטן און האט איבערגענומען כינע'ס אפיציעלע ארט אין די יו-ען, וואס האט איר געגעבן די אינטערנאציאנאלע אנערקענונג אלס די רעכטפולע און אפיציעלע רעגירונג פון גאנץ כינע. די קאמוניסטישע רעגירונג האט דאן אונטערגעשריבן א פריינטשאפט אפמאך מיט איר שכן די סאוויעט יוניאן, לייגנדיג כינע אויף די פארקערטע ליסטע פון נאט"א. די פריינטשאפט צווישן כינע און רוסלאנד האט אבער נישט לאנג אנגעהאלטן צוליב עטליכע גרעניץ קאנפליקטן איבער וועלכע די צוויי קאמוניסטישע לענדער האבן זיך נישט געקענט דורכקומען. ביז אין 960' איז די פריינטשאפט צווישן די צוויי לענדער אינגאנצן צוגאנגן און כינע איז געבליבן אן אפגעזונדערטע לאנד אן קיין באציאונגען מיט אנדערע גרויסע לענדער און איז אינגאנצן געבליבן אויסגעשלאסן פון וועלטליכע געשעענישן.

כינע, זייענדיג אויפ'ן וואסער, האט פרובירט אנצוקניפן באציאונגען מיט די פאראייניגטע שטאטן און אין 1972 האט דער דעמאלדיגער פרעזידענט ריטשארד ניקסן צום ערשטן מאל באזוכט כינע זינט איר קאמוניסטישע איבערגאנג. ביז אין 979' האט שוין כינע אנגעקניפט אביסל דימפלאמאטישע באציאונגען מיט די פאראייניגטע שטאטן. אויך אנדערע מערב לענדער האבן נאכגעפאלגט און אנגעהויבן האנדלן מיט כינע. וואס טיפער די באציאונגען זענען געגאנגן אלס מער האט טייוואן אנגעהויבן ארויספאלן פון דאס בילד און בייזשינג איז געווארן די אפיציעלע הויפטשטאט פון כינע אין דער וועלט. אין די ענדע פון די 80ער יארן (הארט פאר'ן צוזאמענפאל פון די יו-עס-עס-אר) איז שוין כינע'ס באציאונגען מיט די סאוויעט יוניאן אויך צוריק אנגעווארימט געווארן. כינע פירט היינט א זעלבשטענדיגע דימפלאמאטיע אין וועלכע זי זוכט גוטע באציאונגען מיט אלע מאכטן אבער ווארפט אפ דאמינאנט דורך סיי וואספארא לאנד, אריינגערעכנט די פאראייניגטע שטאטן. דאס לאנד'ס גרעסטע פראבלעמען זענען די עקאנאמיע און דאס מיליטער וועלכע דארפן זיך ביידע ארויפארבעטן צו פיל העכערע שטאפלן צו קענען אנגערופן ווערן אן עקענאמישע אדער מיליטערישע מאכט. יעדע לאנד איז אנגענומען אין כינע אחוץ די וואס האבן שייכות מיט טייוואן, וועלכע איז כינע'ס הויפט שונא.

זינט כינע איז געווארן א גרויסע עקספארט מאכט איז עקענאמישע דימפלאמאטיע געווארן א וויכטיגע טייל פון איר אויסערן פאליסי. אין 1980 האט כינע אנגעהויבן זוכן מיטגלידערשאפט אין די גענעראלע אגרימענט פון טעריפס (די שטייער אפצאל פון יעדע פראדוקט וועלכע ווערט אימפארטירט גייט לויט א סיסטעם מיט קאודס וועלכע ווערן אנגערופן טעריפס) און האנדל וועלכע איז היינט די וועלט האנדל ארגאניזאציע (WTO) כדי צו קענען געניסן פון די בעסטע טעריף ראטעס דורך אנדערע מארקן, אריינגערעכנט די פאראייניגטע שטאטן וועלכע איז שוין דעמאלט געווען איר הויפט עקספארט מארק. כדי צו קענען האבן מיטגלידערשאפט אין דער וועלט האנדל ארגאניזאציע האט כינע געמוזט נאכגעבן און אנהויבן האנדלען מיט אלע לענדער וואס זענען געווען מיטגלידער אין דער ארגאניזאציע. כינע האט נישט אזוי שנעל מסכים געווען דערצו און איר מיטגלידערשאפט איז אלס אפגעלייגט געווארן. ענדליך 15 יאר שפעטער, אין 2001, איז כינע געווארן אן אפיציעלער מיטגלידער אין דער וועלט האנדל ארגאניזאציע און איינגעגאנגען צו רעדוצירן אימפארט צאלטאריפן און אראפנעמען אלע אירע באגרענעצונגן פון אויסערן אינוועסטמענטס.

ווי נאר איר מיטגלידערשאפט איז באשטעטיגט געווארן האט די פאראייניגטע שטאטן נארמאליזירט האנדל באציאונגען מיט כינע לויט א לעגיסלאציע וואס איז דורכגעפירט געווארן אין קאנגרעס א יאר פריער (אמעריקע האט נארמאלע האנדל באציאונגען מיט רוב לענדער פון דער וועלט אויסער א צאל לענדער מיט וועלכע זי וויל נישט אזויפיל האנדלען צוליב איר שטערונג פאר וועלט זיכערהייט). די לעגיסלאציע איז אויסגעארבעט געווארן אז עס דארף איבערגעקוקט ווערן יעדעס יאר צו זען אויב כינע הלאט איין אלע תנאים וועלכע מען האט זיך אויסגענומען מיט איר. די יערליכע נארמאלע האנדל באציאונגען איז טיילמאל שווער דורכגעגאנגען צוליב א גרויסע קעגנערשאפט אין קאנגרעס וועלכע ווילן נישט געבן כינע די נארמאלע האנדל צוליב זייער אומצופרידנהייט מיט כינע'ס מענטשהייט רעכטן.

אין 1971 האט כינע צוריק געווינען איר זיץ אין די פאראייניגטע פעלקער און טייוואן איז ארויסגעווארפן געווארן פון דער ארגאניזאציע. כינעס זיץ אין די פאראייניגטע פעלקער איז א פערמענאנטע זיץ מיט א וועטא רעכט אויף די זיכערהייט קאונסיל. כינע איז שטארק פארמישט אין די יו-ען'ס מיסיעס און צאלט איר מיטגלידערשאפט ערליך. אויסער די פאראייניגטע פעלקער איז כינע א מיטגליד אין עטליכע וועלט ארגאניזאציעס ווי די וועלט באנק און די אטאמיק אגענטור, אבער האט קיינמאל נישט אנטייל גענומען אין סיי וועלכע מיליטערישע אליאנץ.

היסטאריע

רעדאַקטירן
  זעט דעם הויפּט אַרטיקל – היסטאריע פון כינע

כינע'ס אפשטאם גייט צוריק נאך מיט טויזנטער יארן צוריק אלס אן אפגעזונדערט לאנד מיט א שטארקער רעגירונג סיסטעם אין וועלכע עס איז שטענדיג אויסגעקליבן געווארן טויגליכע מענטשן מיט גוטע כשרונות, אפגעזען פון זייער אפשטאם (אין רוב לענדער פלעגן אמאל הערשן קעניגרייכן וועלכע האבן געדארפט באלאנגען צו א קעניגליכע פאמיליע).

די ערשטע אימפערישע דינאסטיע אין כינע איז געווען די טשין דינאסטיע, וואס האט געהאלטן פופצן יאר. נאך דעם אין 206- האט אנגעהויבן די האן דינאסטיע, וואס האט געדויערט ביזן יאר 220.

שוין פאר דעם 13טן יארהונדערט איז כינע געווען ביים שפיץ פון איר קולטור און טעכנאלאגיע, און איז געווען איינע פון די פארגעשריטנעסטע קולטורן אין דער וועלט. אין 1271 האט קובליי כאן, דער פירער פון דער מאנגאלישער אימפעריע, אויפגעשטעלט די יואן דינאסטיע (元) אין כינע. די דאזיקע מאנגאלישע דינאסטיע האט געהערשט איבער כינע ניינציק יאר, ביז אין 1368 האט א פויער, דזשו יואן דזשאנג, גרינדער פון דער מינג דינאסטיע (明), באזיגט די מאנגאלישע הערשער און איבערגעקערט די יואן דינאסטיע. אונטער דער מינג דינאסטיע האט כינע געהאט נאך א גאלדענע תקופה, און האט אנטוויקלט איינעם פון די שטערקסטע ים־פלאטן אין דער וועלט מיט א רייכע און דערפאלגרייכע עקאנאמיע. טאקע אין דער צייט האט זשענג הע געפירט עקספלאראציעס איבער דעם אינדישן אקעאן ביז ער האט דערגרייכט אפריקע. אין די אנהייב יארן פון דער מינג דינאסטיע האט מען אריבערגעפירט די הויפטשטאט פון נאנזשינג קיין בייזשינג. די מינג דינאסטיע האט זיך געצויגן גאר א לאנגע צייט, ביז די מאנטשורישע טשינג דינאסטיע (清) האט איבערגענומען די הערשאפט אין 1644. די טשינג דינאסטיע האט געענדיגט אין 1912, און איז געווען די לעצטע דינאסטיע וואס האט געהערשט איבער כינע.

ווען אייראפע האט זיך אנגעהויבן אויסברייטערן, אינעם 16טן יארהונדערט, און די גלוסט פאר גרעסערע אימפעריעס איז אנטשטאנען האט כינע זיך דערזען מיט א שוואכער ארמיי און האט נישט געקענט קעמפן קעגן די דעמאלטדיגע בערן. כינע איז צענדליגער מאל צוריסן געווארן דורך מלחמות פון פארשידענע לענדער און איז טיילמאל געווען אינגאנצן אונטער יאפאנ'ס קאנטראל. כינע האט געהאט גאר שווערע יארן אינעם 19טן יארהונדערט ווען עטליכע פון אירע שכינים, יאפאן, און א ציווילע קריג האט אינגאנצן צוריסן דאס לאנד ביז די קאמוניסטן האבן געווינען די מאכט און אויפגעשטעלט די קאמוניסטישע רעגירונג.

(מיר וועלן נישט צוריק גיין צו כינע'ס היסטאריע פון איר גרינדונג ווייל די אפשאצונגען זענען פאלש און שטימען נישט מיט די אידישע וויסנשאפט. לויט אלע אפשאצונגן איז כינע פון די עלטסטע לענדער אין דער וועלט וועלכע האט אפערירט דורך א זעלבסטשטענדיגער רעגירונג וועלכע האט נישט געהאט קיין סאך צו טאן מיט די וועלט'ס געשעענישן. די כינעזער איינוואוינער האבן נאך זייער שפעט געלעבט די אמאליגע לעבן ווען אסאך אנדערע לענדער זענען שוין געווען מאדערניזירט. כינע'ס פירער האבן געוועלטיגט אזויווי קעניגרייכן אבער האט געהאט גאר אן אנדערער אויסקוק ווי אלע קעניגרייכן. עס איז אויך געווען א פירער צו וועמען דאס גאנצע לאנד האט באלאנגט אבער דער פירער איז אויסגעקליבן געווארן דורך די מענטשן לויט זיינע כשרונות און עס איז קיינמאל נישט צושטאנד געקומען אזא זאך ווי א קעניגליכע פאמיליע. רוב פון די פירער זענען ערוועלט געווארן דורך די מענטשן אדער אדמיניסטראציע מיטגלידער. אבער טיילמאל זענען זיי יא געקומען צום מאכט דורך נוצן מיליטערישע מאכט. א גרויסע טייל פון די כינעזער פירער וועלכע שטייען באשריבן אין זייער היסטאריע האבן געוועלטיגט פאר זייער א לאנגע צייט, טיילמאל פון זייערע 30ער יארן ביז זייער טויט).

די רעפובליק אוו כינע

רעדאַקטירן

דעם 1טן יאנואר 1912 האט מען געגרינדעט די רעפובליק פון כינע. מען האט באשטימט סון יאט-סען פראוויזארישן פרעזידענעט. שפעטער האט מען באשטימט ווי פרעזידענט יואן שיקיי, א געוועזענער טשינג גענעראל אונטער וועמען די גאנצע בעיאנג ארמיי האט דעפעקטירט.

אין 1915 האט זיך יואן פראקלאמריט "קייסער פון כינע". יואן איז אבער דורכגעפאלן אין די פארטייען האבן באוויזן צו באקומען די מיליטערישע הילף און אים באזייטיגט פון עטליכע הויפט פאזיציעס און אזוי האט ער צוביסלעך פארלוירן זיין מאכט. יואן האט אבער באוויזן צו בלייבן אויף זיין ארט ביז'ן טאג פון זיין טויט אין 1916. אין די לעצטע יארן פון זיין הערשאפט האט זיך כינע אנגעהויבן מאדערניזירן. די יונגווארג האבן געהאט אפענע אויגן און געגלוסט צו גיין שטודירן אין אנדערע לענדער און אזוי אויפגענומען און צוריגעברענגט מאדערניזם אין כינע.

ווען די ערשטע וועלט קריג האט אויסגעבראכן האט כינע באקומען שטארקע דרוק זיך צו צושטעלן צו די מערב לענדער אבער די שטארקע מאכט פון יאפאן האט געסטראשעט כינע אז זי וועט איינגעשלינגען ווערן דורך יאפאן אויב זי וועט נישט צושטיין צו יאפאן אין דער קריג. אויס זארג פון יאפאנ'ס אקופאציע איז כינע איינגעגאנגען אויף אן אפמאך מיט יאפאן אז זיי וועלן שטיין אויף איין זייט. יאפאן האט אבער גענומען באצאלט דערפאר און פארלאנגט פון כינע זי זאל איר איבערגעבן די שטאט שענדאנג צו וועלכע כינע האט בלית ברירה געמוזט נאכגעבן. ווען די קריג האט זיך פארשפרייט אויך אין אזיע איז כינע אריין אין דער קריג אויף די אליאירטע זייט און געפיפן אויף יאפאן. כינע האט מיט דעם געהאפט אז די וועלט לענדער וועלן איר שפעטער העלפן צוריקבאקומען שענגדאנג און פארשטארקן איר פארטיידיגונג קעגן יאפאן. אבער כינע איז געווארן אנטוישט ווען אמעריקע'ס פרעזידענט וואודרא ווילסאן האט זיך אפגעזאגט פון העלפן כינע איבער דעם שענגדאנג פראגע.

נאך יואנ'ס טויט זענען כינע'ס פארטייען שוין געווען זייער גרויס און שטארק און מען האט זיך נישט געקענט פאראייניגן אונטער איין פירער. דאס לאנד איז געפארן אויף רעדער אין צענליגער קריג לארדן האבן פרובירט צו איבערנעמען די מאכט ווען אין דער זעלבער צייט האבן די יונגע כינעזער איבערגעדרייט דאס לאנד מיט זייערע פראטעסטן אין וועלכע זיי האבן פארלאנגט א מער מאדערניזירטע כינע.


די נאציאנאליסטן און די קאמוניסטן

רעדאַקטירן

די ערשטע קאמוניסטישע געדאנקן אין כינע איז נישט געקומען בעפאר 915' ווען דער דעמאלטדיגער פירער, סאן-יעט-סען, האט אנגעהויבן שטיצן דעם קאמוניסטישן סיסטעם. עס איז אבער נאך נישט געווען צו וועם צו רעדן דערוועגן און סען האט געשריבן א בוך אין וועלכע ער קלערט אויף אז מיט א קאמוניסטישע סיסטעם וועט כינע בעסער מצליח זיין. זיינע ווערטער האבן אנגעהויבן אריינצודרינגן אין די איינוואוינער נאכדעם וואס רוסלאנד האט געוויזן פאר די וועלט אז די קאמוניסטישע סיסטעם האט די גרעסטע הצלחה נאך דער רוסישער רעוואלוציע אין 1917. רוסלאנד האט טאקע דעמאלט געהאט איינע פון די בעסטע עקאנאמיעס און צענדליגער לענדער האבן געלעכצט אויפצוציען דעם קאמוניסטישן סיסטעם. אין טייל ערטער האבן די רעגירונגען נישט געהאט קיין חשק צו דעם אבער די מענטשן האבן שטארק פארפירט און טייל מאל דורכגעפירט. אין יאר 921' איז די כינעזער קאמוניסטישע פארטיי (סי-סי-פי) געגרינדעט געווארן אין שאנכאי.

אין יענע יארן איז נישט געווען קיין געהעריגע פירער אין כינע און די פירערשאפט איז אריבער פון איין קריג לארד צום צווייטן. די מערב לענדער האבן זיך נישט געמישט און האבן באטראכט יעדע פון די לארדן אלס דער דעמאלטדיגער פירער פון כינע. די מערב לענדער האבן אוועקגעקוקט אויף די קאמוניסטישע רעוואלוציע וועלכע האט אנגעהויבן באקומען אומגעהויערע שטיצע. די סאוויעט יוניאן איז אבער נישט געשלאפן און האבן אויפגעשטעלט א ספעציעלע גרופע פון קאמוניסטישע מיסיאנערן וועלכע זענען ארומגעגאנגן איבער די וועלט אויפברענגן שטיצע פאר קאמוניזם. די גרופע האט צוגעזאגט אסאך שטיצע פאר כינע אויב זי וועט אויפציען דעם קאמוניסטישן סיסטעם. די נאציאנאליסטן זענען נישט געשלאפן און האבן געגרינדעט א שטארקע אפאזיציע גרופע און האבן מיט די הילף פון א גרויסע טייל פון די מיליטער צוקלאפט די קאמוניסטן און דערשטיקט אלע זייערע אקטיוויטעטן. די גרופע איז אנגעפירט געווארן דורך א יונגער גענעראל מיט'ן נאמען טשיאנג קאי-שעק וועלכער איז געווען פון די ערשטע כינעזער וואס האבן שטודירט אויסער כינע. די צוזאמענשטויסן צווישן די קאמוניסטישע שטיצער און די נאציאנאליסטן זענען טיילמאל געווען זייער ווילד און האבן אומגעברענגט אסאך מענטשן.

טשיאנג האט מיט דער צייט באקומען מער קאנטראל איבער כינע און אויפגעשטעלט א רעגירונג אין די שטאט נאנדזשינג. טשיאנג האט געשטרעבט אויפצוציען א מאדערנע לאנד און ארמיי. ער האט ארייגעשטעלט אין זיין רעגירונג אסאך פאליטישנס וועלכע האבן שטודירט אין מערב לענדער כדי צו געווינען ווי מער שטיצע מיט זיינע פלענער. טשיאנג האט שטארק מצליח געווען און באקומען קאנטראל איבער רוב כינע. זיינע מאדערנע פלענער זענען נישט פארגעסן געווארן און ער האט געטאן צו דער זאך. צום ערשט האט ער אויסגעארבעט די באנק און וואלוטע סיסטעם און מסדר געווען א נייע שטייער סיסטעם. אויך פון טראנספארטאציע און קאמוניקאציע האט ער נישט פארגעסן און ער האט זיך געפלאגט צו שאפן דאס געלט עס אויפצוברענגן. וויאזוי אימער, איז עס אים נישט געגאנגען ווייל כינע האט געליטן פון ארימקייט און נאר א קליינע צאל מענטשן זענען געווען גוטע פארדינסט ארבייטער מיט וועמען מען האט געקענט גיין צום טיש. די כינעזער האבן זיך שרעקליך געמערט און דאס האט געברענגט אן ארבעט מאנגל צווישן די יונגע כינעזער. טשיאנג'ס רעגירונג וואלט געקענט ערגעץ אנקומען ווען איר הויפט פריאריטי וואלט ווען נישט געווען די מאכט. ווייל ווי דערמאנט איז א טייל פון לאנד נאך געווען אונטער די קאנטראל פון קריג'ס לארדן און אויך יאפאן האט אנגעמאכט אסאך קאפ-וויי.

די קאמוניסטן האבן זיך סטאנציאנירט אין די שטאט דזשיאנקסי וואו די איינוואוינער זענען געווען ארימע און האבן מיטגעשפילט מיט די קאמוניסטן. טשיאנג'ס ארמיי איז דעמאלט איינגעגאנגען אויף א פלאן ארומצורינגלן די שטאט דזשיאנסקי און מאכן א סוף צו די קאמוניסטן. די געשעעניש האט זיך אפגעשפילט אין 934' ווען טשיאנג'ס ארמיי האט אינגאנצן ארומגערינגעלט די קאמוניסטישע הויפט באזע און אויסגעקוילעט טויזנטער קאמוניסטישע קעמפער. די קאמוניסטן זענען געווארן ווילד און באוויזן צו עפענען א וועג ביי א שוואכערע פונקט פון וואו זיי זענען אנטלאפן און אנגעהויבן א לאנגע מארש איבער כינע, זוכנדיג אן ארט ווי זיך אראפצושטעלן. טשיאנג'ס ארמיי האט זיי נאכגעיאגט און זיי רעדוצירט צו א גרופע פון נישט מער ווי 8,000 מענטשן. די פארבליבענע קעמפער זענען אין ענדע דורכגעגאנגן א שטח פון 6,000 מייל (9,600 קילאמעטער) ביז זיי האבן זיך באפעסטיגט אין די שטאט יאנאן אין די שענקסי פראווינץ.

די געפאר פון יאפאן האט ווידער אנגעהויבן הענגן אין דער לופטן אין טשיאנג האט זיך שווער געקענט אן עצה געבן מיט זיי. די כינעזער האבן געליטן נאכאנאנדיגע דורכפעלער ווייל די ארמיי איז נישט געווען געהעריג ארגאניזירט זינט זי איז געווען פארמישט אין אינערליכע פראבלעמען. טשיאנג'ס רעגירונג'ס מיטגלידער האבן פארלאנגט אז טשינאג זאל איינקלאפן מיט די קאמוניסטן אין עפענען א פאראייניגטע פראנט קעגן יאפאן. טשיאנג האט אבער בשום אופן נישט געוואלט הערן דערפון ביז מען האט אים געקינדנעפט איין טאג און אים נאר באפרייט אויף דעם תנאי. טשיאנג האט בלית ברירה אזוי געטאן און די קאמוניסטן און די נאציאנאליסטן זענען ארויס אין א פאראייניגטע פראנט קעגן יאפאן.

די צווייטע אינוואזיע פון יאפאן און די צווייטע וועלט קריג

רעדאַקטירן

אין יולי 937' האט די יאפאנעזער ארמיי אריינמארשירט קיין כינע נאכאמאל מיט א שטארקע מיליטער וועלכע האט שטארק דערשראקן כינע. טשיאנג האט מאביליזירט דאס בעסטע וואס ער האט געקענט און זיי געשטעלט אויף פאזיציעס ארום די שטעט בייזשינג און טיאנדזשין. אויך ארום די שטאט שאנכאי האט ער געלייגט שטארקע כוחות אבער די שטאט איז שנעל געפאלן צו די יאפאנעזער. 5 מאנאטן שפעטער האט יאפאן באזיגט די שטאט נאנדזשינג און דורכגעפירט א שחיטה אויף די ארטיגע איינוואוינער. ארום 100,000 כינעזער זענען אומגעקומען אין א משך פון 7 וואכן און די שטאט איז געווארן א חורבן. ביז א יאר שפעטער האט שוין יאפאן געהאט קאנטראל איבער רוב צפון-מזרח כינע וועלכע נעמט אריין אלע אינזלן אין דעם יאנגעצער טייך. די רעגירונג און די מיליטערישע הויפטקווארטירן האבן זיך געמוזט צוריקציען קיין שיכואן. די צייט האט זיך גערוקט און די יאפאנעזער וואלטן גרינג געקענט אייננעמען גאנץ כינע ווען נישט די צווייטע וועלט מלחמה וואס האט פונקט דעמאלט אויסגעבראכן. יאפאן איז דאן באצייכענט געווארן אלס איינע פון די דריי לענדער אין די פאטיסטישע אקס. ווען די פאראייניגטע שטאטן האט אריינגעטרעטן אין די קריג, נאך די יאפאנעזער אטאקע אויף פוירל הארבאר, האט אמעריקע געשיקט אסאך הילף קיין כינע און האט געהאלפן אויפבויען גאנצע מיליטערישע דיוויזיעס. די מצב אין כינע זעלבסט איז אויך נישט געווען גוט ווען די נאציאנאליסטן האבן אטאקירט די קאמוניסטן אין 941' און עס האט געברענגט שוועריקייטן זיך צו פאראיייגן אונטער א פראנט קעגן די יאפאנעזער. מיט דעם אלעם האבן ביידע פארטייען געקעמפט מיט ציין און נעגל קעגן די יאפאנעזער כאטש זיי האבן געוואוסט אז נאך די קריג ווארט זיי אפ אן אינערליכן קאנפליקט. ווי טיפער אמעריקע איז אריין אינעם קאנפליקט אוי'פן פאסיפיק האט כינע צוריקגעווינען שטחים און גרינג באזיגט די יאפאנעזער ווייל רוב זענען געלאפן קעמפן קעגן די אמעריקאנער. די קאמוניסטן האבן גוט אויסגענוצט די צייט פון קריג און אויפגעבויעט זייער מאכט אינלאנד. ווי נאר די קריג האט זיך געענדיגט מיט'ן אטאם באמבע אויף יאפאן האבן די נאציאנאליסטן און קאמוניסטן זיך צוריק אנטוואפענט און זיך געגרייט צו א מעכטיגע קריג.


ציווילע קריג און די גרינדונג פון דער קאמוניסטישער רעגירונג

רעדאַקטירן

באלד נאכדעם וואס יאפאן האט זיך אונטערגעגעבן האט אויסגעבראכן די ציווילע קריג צווישן די נאציאנאליסטן און די קאמוניסטן. ביידע זייטן האבן געהאט גרויסע ארמייען און פילע זאפאסן פון וואפן, טייל פון זיי פארגעשריטענע וואפן וועלכע זיי האבן באקומען פון אמעריקע דורכאויס די צווייטע וועלט קריג. די מערב לענדער האבן פרובירט צו לעזן דעם קאנפליקט אבער עס איז נישט געווען צו וועם צו רעדן, ביידע זייטן האבן זיך געוואלט פארצוקן איינע די אנדערע. אין 946' איז ענדליך געלונגן פאר דעם אמעריקאנער גענעראל, דזשארדזש מארשאל, צו מאכן א צייטווייליגער פייער אפשטעל אבער די שלעגערייען האבן זיך צוריקגעקערט קורץ דערנאך. מארשאל האט נישט נאכגעלאזט און געבעטן הילף פון די אמעריקאנער רעגירונג צו פארשטארקערן זיינע פלענער איבער כינע. אמעריקע האט אבער נישט געהאט קיין חשק פאר אן אפמאך נאר ליבערשט געוואלט שטיצן די נאציאנאליסטן פאר א פרייע כינע. אמעריקע האט טאקע אזוי געטאן און געשיקט מיליטערישע הילף פאר די נאציאנאליסטן. זעענדיג אז ער האט נישט ווייטער וואס צו טאן האט מארשאל פארלאזט כינע און די קריג האט זיך פארשטארקט פילפאכיג. אמעריקע האט ווייטער געשיקט הילף פאר די נאציאנאליסטן אבער די קאמוניסטן האבן צוביסלעך אנגעהויבן באקומען מער שטיצע צווישן די באפעלקערונג און האבן עוענטועל באקומען דער אויבערהאנט אין די שלאכטן ביז די נאציאנאליסטן האבן זיך אונטערגעגעבן אין 949' און די קאמוניסטן האבן איבערגענומען די קאנטראל אויף די רעגירונג.

די נאציאנאליסטן האבן געמאכט פליטה און זיך פארשטארקט אויף טייוואן אינזל און אויפגעשטעלט א זעלבשטעדיגע רעגירונג מיט טשיאנג אלס פירער. טשיאנג האט זיך ערקלערט פירער פון גאנץ כינע ביז זיין טויט אין 975'. אין דער זעלבער צייט האט דער קאמוניסטישער פירער אין כינע, מאא צעטאנג, אויפגעשטעלט די קאמוניסטישע רעגירונג (סי-סי-פי) אין בייזשינג.

ווי נאר די קאמוניסטן האבן איבערגענומען דער רעגירונג'ס רעדער האבן זיי זיך דערזען מיט א שווערע ארבעט צו קענען צוריקברענגן סטאביליטעט און אויפבויען די עקאנאמיע וועלכע איז געווען צוברעקלט פון די אלע מלחמות און אמפערייען. איר הויפט צילן זענען געווען צו סטאביליטירן די אינפלאציע און צוריקקערן קאמוניקאציע און דאמעסטישע סדר צו קענען בויען די עקאנאמיע. די קאמוניסטן האבן באזייטיגט אלע פאליטישענס און אלטע רעגירונג'ס ארבייטער, טייל פון זיי וועטארן אפישעלס, וועלכע האבן נישט איינגעשטימט מיט זייערע פלענער אויף 100 פראצענט. אין 951' האט די רעגירונג אנגעהויבן א קאמפיין אויסצוראטן אלע רעשטלעך פון נאציאנאליסטן וועלכע האבן אן איינפלוס אויף אנדערע מענטשן. מען שאצט אז צענדליגער טויזנטער מענטשן זענען אומגעברענגט געווארן און פיל מער זענען פארשיקט געווארן צו ארבעט'ס לאגערן.

די כינעזער איינוואוינער זענען געכאפט געווארן אין שאק וואספארא מאדנע נייע געזעצן זענען איינגעשטעלט געווארן אין לאנד, א טייל פון זיי בנוגע רעליגיע. די קאמוניסטן האבן געוואלט האבן אלע מיינונגען פון אלע איינוואוינער אייניג און האבן אפילו ארויסגעשיקט מיסיאנערן אויסער כינע צוריקצוברענגן טייל פון אירע אנטלאפענע סיטיזענס אדער כאטש אנצוהאלטן די רעליגיע צווישן זיי. די רעגירונג האט צוביסלעך אנגעהויבן איבערנעמען קאנטראל אין אלע אספעקטן, נאכגייענדיג די קאמוניסטישע מאדעל פון דעם רוסישן פירער לענין. יעדן טאג זענען ארויסגעקומען פרישע גזירות און די סיטיזענס זענען געווארן שטארק אונטערדרוקט סיי אין ביזנעס און סיי אין פאמיליע לעבן. די רעגירונג האט אראפגעשטעלט א 5 יעריגע עקאנאמיע פלאן און איבערגענומען די קאנטראל אין בעלות'שאפט פון אלע ביזנעסער, גיבנדיג זיי א יערליכן פלאן פאר פראדוקציע, אפגעזען צי עס לוינט זיך אדער נישט. (מער וועגן די קאמוניסטישע געפלאנטע עקאנאמיע האבן מיר דערמאנט ביי "עקאנאמיע").

די בירגער קריטיקירן

רעדאַקטירן

ווען די קאמוניסטישע פארטיי האט קאמפיינט פאר קאמוניזם האט דאס אלגעמיינע פאלק פארשטאנען אז די קאמוניסטישע עקאנאמיע פלאן איז דער בעסטער וועג אויפצובויען די עקאנאמיע לויט דעם לאנד'ס דעמאלטדיגע מצב. קיינער האט זיך אבער נישט פארגעשטעלט וואס עס ליגט אונטער דעם טיטול קאמוניזם און וואספארא טויש עס וועט מאכן אין זייער לעבנ'ס סטיל. קריטיקירן איז אבער נישט געקומען אין באטראכט ווייל די רעגירונג האט שטארק באשטראפט די וואס האבן זיך פרובירט הייבן דעם קאפ.

די קריטיקיזם איז אבער דאך נישט געבליבן אונטער די ליפן און האט דעגרייכט די רעגירונג'ס אויערן. דער דעמאלטדיגער פירער מאא זידאנג האט איינגעזען אז מיט די קריטיקיזם פון זיינע אייגענע סיטיזענס וועט מען נישט קענען אויפבויען דאס לאנד און האט באשלאסן צו געבן די מעגליכקייט פאר די מענטשן זיך צו עפענען זייער מיילער און זאגן וואס זיי טראכטן וועגן די נייע רעגירונג. זיין קאמפיין האט ער נאמינירט אלס "לאזט הונדערט בלומען וואקסן", וואס האט געזאלט מיינען אז די רעגירונג וויל פארשטערקערן איר שייכות צו אירע בירגער. מאא האט געהאלטן אז די רעגירונג'ס לייט, וועלכע זענען אנגעקומען מיט א גוטן ווילן אויפצובויען די רעגירונג זענען מיט דער צייט געווארן אויטאריטעטישע ביוראקראטן. עס זענען געמאכט געווארן ספעציעלע קלאסן וואו רעגירונג'ס אפישעלס האבן אויסגעפרעגט די בירגער וואס זיי האבן צו זאגן. די כינעזער האבן זיך נישט צוריקגעהאלטן און אפען קריטיקירט די גאנצע קאמוניסטישע סיסטעם און געבעטן פרייהייט. זעענדיג זיך אן א וועג ארויס האט די רעגירונג פארמאכט דעם קאמפיין און באשטראפט א האלב מיליאן מענטשן פאר זייערע אנטי קאמוניסטישע סטעיטמענטס. רוב פון זיי האבן פארלוירן זייערע שטעלעס און טייל אויך זייער פרייהייט...

נישט גוטע יארן

רעדאַקטירן

אין נאוועמבער 957' האט דער כינעזער פירער מאא צעטאנג דורכגעפירט א נייע דעוועלאפמענט פלאן וועלכע האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין די ערגסטע טעות אין די כינעזער רעגירונג'ס געשיכטע. מאא'ס פלאן איז געווען צו באזיגן בריטען אין די אינדוסטריאל פאבריצירונג ביז 15 יאר. די הויפט טעמע איז דעמאלט געווען איבער אייזן וועלכע די כינעזער האבן געהאט ווייניג און האבן געמוזט צוקומען צו בריטען פון וואו זיי האבן אימפארטירט אייזן. מאא'ס חשבון איז געווען אז מיט אזויפיל מיליאנען מענטשן קען מען אלעס באווייזן מען דארף נאר ארויפשארן די ארבעל און ארגאניזירן א פראדוקציע פלאן.

מאא'ס האט פארגעלייגט זיין פלאן אין מאסקעווע פאר די קאמוניסטישע רעגירונג און האט באצייכנט זיין פלאן אלס די "גרעיט ליעפ פאערד" וואס מיינט א גוטער שטאפל אויף ווייטער. די קאמוניסטישע רעגירונג האט נישט געהאט קיין שוועריקייטן צו ארגאניזירן און אויפציען אירע נייע פלענער און האט פון איין טאג אויף די אנדערע ארויפגעצויגן א ליסטע פון נייע געזעצן פאר אלע ארבייטער און האט געצווינגן יעדן צו גיין ארבעטן. אירע פלענער האבן זיך אויסגעארבעט ריזיג אבער מיט ווייניג וויסנשאפט איבער לאנדווירטשאפט האט מאא אנגעזייעט איינע פון כינע'ס גרעסטע חרבנות. די פראדוקציע איז געגאנגן איבער די מאס און די וועלטליכע איינפירונגן זענען נישט איינגעהאלטן געווארן. די ארבייטער האבן ארויסגעצויגן דאס גאנצע געוואוקס פון די קאנטרי טיילן פון לאנד און דאס וואסער האט אנגעהויבן בלייבן אין די ערד ברענגנדיג א סעריע פון פארפלייצונגען, שטורעם ווינטן, ערד ציטערנישן, און אנדערע חרבנות וועלכע האט אומגעברענגט 20 מיליאן מענטשן צווישן 960' און 962'.

טאקע אין דער צייט פון נויט האט כינע'ס איינציגסטע פריינט, רוסלאנד, אנגעקניפט בעסערע באציאונגען מיט די מערב לענדער, שטייענדיג אין די לעצטע יארן פון די קאלטע קריג. ווי נענטער זי איז געווארן מיט די מערב לענדער אלס מער האט זי זיך דערווייטערט פון כינע און איר איבערגעלאזט אויפ'ן וואסער. כינע האט שארף פארדאמט רוסלאנד באשלוס ארויסצוציען אירע מיסילס פון קובא אונטער די שווערע דרוק פון די פאראייניגטע שטאטן און האט אינגאנצן אפגעהאקט אירע באציאונגען מיט רוסלאנד און אויפגעצויגן א נייע מאדעל פון סאציאליזם וועלכע איז געווען קעגן די פרייע וועלט און אויך קעגן סאוויעט רוסלאנד. כינעזער אפישעלס זענען שפעטער ארומגעפארן אין אזיע און אין אפריקע אין א פארזוך אויפצוטרייבן שטיצע פאר איר נייעם רעגירונג מאדעל.

אין דער זעלבער צייט האט זיך כינע אנגעשטויסן מיט נאך פראבלעמען ווען די פאראייניגטע פעלקער האט איר געווארנט פאר איר באהאנדלונג מיט די רעבעלן אין טיבעט (א ראיאן וואס כינע האט אנעקסירט) וואו די כינעזער מיליטער האט שטארק אונטערדרוקט די ארטיגע רעבעלן. די רעבעלן האבן זיך נישט געקענט קעגנשטעלן און האבן פארלאזט כינע און זיך באזעצט אין נעפאל און אין אינדיע. עטליכע יאר שפעטער האט כינע געעפענט א קאנפליקט מיט אינדיע איבער א טעריטאריע פון 12,000 קוואדראט מייל (31,000 קוואדראט קילאמעטער) וועלכע די אינדיאנער האבן באצייכנט אלס זייערס. די כינעזער ארמיי האט אריינמארשירט אהין און אקופירט דעם ראיאן און נאכאנאנדיגע פארהאנדלונגן האבן נישט געברענגט קיין שום רעזולטאטן. אויך האט כינע זיך געטשעפעט מיט די פאראיינגטע שטאטן אין די וויעטנאם קריג (959' ביז 975') ווען זי האט געשיקט שטיצע פאר די קאמוניסטישע גרופעס. אויך אין אידאניזיע האט כינע געשטיצט די ארטיגע קאמוניסטישע פארטייען ביז די כינעזער אמבאסאדא איז ארויסגעווארפן געווארן פון דארט אין 965'.

די קולטורעלע רעוואלוציע

רעדאַקטירן
  זעט דעם הויפּט אַרטיקל – קולטורעלע רעוואלוציע

איינע פון די הויפט היסטארישע געשעענישן אין דער קאמוניסטישער כינע איז געווען די קולטורעלע רעוואלוציע וועלכע איז לאנצירט געווארן דורך כינע'ס פירער מאא צעטאנג צוריקצודרייען דאס רעדל און אויפציען אלע ערשטע קאמוניסטישע פאליסיס וועלכע זענען מאדיפיצירט געווארן אין די ערשטע 15 יאר. איינע פון די הויפט זאכן איז געווען צו געבן מער קראפט פאר מאא.

די קעגנערשאפט צו מאא'ס רעוואלוציע איז אבער געווען זייער שטארק און עס האט זיך געפאדערט אסאך מאכט זיי צו איינשטעלן. עס האבן אויסגעבראכן שטורמישע פראטעסטן מיט וועלכע די פאליציי האט זיך שווער געקענט אן עצה געבן. מאא, זעענדיג די געפאר פאר זיינע אויגן, איז נישט געזיצן שטיל און האט אויפגענומען א שטאב פון זיינע גאר נאנטע שטיצער פאר א מעכטיגע קאמפיין אויפצוברענגען שטיצע פאר זיין רעוואלוציע. די שטאב האט געטאן א גוטע ארבעט ווען זי האט ביז עטליכע וואכן באוויזן צו געווינען די מיינונג פון די סטודענטן וועלכע האבן זיך ארויסגעשטעלט אין פולער שטיצע פאר מאא'ס פלענער. די סטודענטן האבן פארלאזט זייערע סקולס און זיך ארויסגעלאזט אויף די גאסן ווילדערהייט צו קאמפיינען פאר דער רעוואלוציע. די סטודענטן האבן איבערגעדרייט דאס לאנד און ארויסגעשטויסן צענדליגער רעגירונג'ס ארבעטער פון זייערע פאזיציעס אין א פארדאכט אז זיי זענען קעגנער פון דעם פלאן. צוליב זייער ווילדקייט און אכזריות האבן זיי די שטאט מענטשן באצייכנט אלס די רויטע וועכטער. די קאמפיין איז נישט געגאנגען גלאטיג ווי א קאמפיין אין אמעריקע נאר איז געווען א בלוטיגע וועלכע האט איבערגעלאזט טויזנטער טויטע צווישן די יארן פון 1967 ביז 1968. די גורל פון די קעגנער איז נישט געווען קיין גוטע, יעדן טאג זענען הונדערטער מענטשן ברוטאל באהאנדלט געווארן פון וועלכע רוב זענען אומגעברענגט געווארן אדער באגאנגען זעלבסט-מארד.

צווישן די הויכע רעגירונג אפיצירן וועלכע זענען באזייטיגט געווארן איז געווען ליאו שאאוקי, א וועטעראן פלאנירער אין מאא'ס רעגירונג וועלכער האט זיך קעגן געשטעלט קעגן א טייל פון דער רעוואלוציע. אנשטאט אים איז אויפגענומען געווארן לין ביאא וועלכער איז געווען א שטארקער מאכער אין דער קאמוניסטישער רעגירונג און איז געווען א פערזענלעכער גוטער פריינט מיט מאא און איז באטראכט געווארן אלס מאא'ס נאכפאלגער. דאס איז אבער געווען א פאטאלער טעות, לין האט זיך געהאט זיינע אייגענע פלענער און אויסגעארבעט א פלאן אומצוברענגען מאא און ווערן כינע'ס פירער. זיין פוטש איז אבער דורכגעפאלן אינמיטן דער פלאנירונג ווען איינער פון זיינע מיטארבעטער וואס האט שפיאנירט פאר מאא האט ארויסגעגעבן די פלענער. לין איז באצייטנס אנטלאפן צו די סאוועטן אבער ער איז אומגעקומען אין א פליגער קראך אויפן וועג קיין רוסלאנד.

די רעגירונג האט אונטערגענומען אן אויספארשונג קעגן די קעגנער און האט באצייכענט פיר מענטשן אלס די הויפט אנפירער פון זיי. די משפט פון די פיר, באקאנט אין כינע אלס די גרופע פון פיר, האט אפיציעל באצייכנט די ענדע פון דער קולטורעלער רעוואלוציע.

בעסערע באציאונגען מיט די מערב וועלט

רעדאַקטירן

דורכאויס דער קולטורעלער רעוואלוציע איז כינע'ס אזוי אויך שלעכטע באציאונגען מיט דער מערב וועלט פיל ערגער געווארן ווען די רויטע וועכטער האבן אנגעהויבן זייערע ווילדע אקטן אין כינע. אויך מיט די סאוויעטן איז די פריינטשאפט געפאלן צו איר נידעריגסטן שטאפל ווען די סאוויעטן האבן אינוואדירט טשעכסלאוואקיע אין 969'. די כינעזער זענען געווען זייער בייז אויף די סאוויעטן און האבן פרובירט אונטערצושטעלן א פיס וואו עס איז נאר געגאנגן. קאנפליקטן ביי די גרעניצן האבן זיך פארשטארקט יעדן טאג און די צוויי לענדער האבן זיך געשארפט די שווערדן. אין יענע צייטן איז כינע געווען אויסגעשלאסן פון די גאנצע וועלט און האט נאר געהאט גוטע באציאונגען מיט אלבאניע. אין די אנפאנג 70'ער יארן האט זיך די אויסער'ן באציאונגען דראמאטיש געטוישט און כינע האט אנגעהויבן זוכן באציאונגען מיט די פאראייניגטע שטאטן. אין 971' האט די כינעזער רעגירונג באקומען אן אפיציעלע זיץ אין די יונייטעד נעישאנס, איבערנעמענדיג דאס ארט פון די טייוואנער רעגירונג. דאס איז געווען די ערשטע גוטע צייכן אז כינע האלט זיך ביים טוישן. איין יאר שפעטער האבן די באציאונגען שוין געהאלטן גאר נאנט אז דער דעמאלטדיגער אמעריקאנער פרעזידענט ריטשארד ניקסאן האט אפגעשטאט א באזוך קיין כינע וואו ער האט אראפגעלייגט נייע יסודות פאר א האנדל צווישן די צוויי לענדער. ניקסאן האט דעמאלט פארשפראכן אז די פאראייניגטע שטאטן וועט ארויסציען אירע טרופן פון טייוואן גאר בקרוב וועלכע איז טאקע עווענטועל צושטאנד געקומען. ווי נאר ניקסאן האט פארלאזט כינע האבן צענדליגער אנדערע מאדערניזירטע לענדער זיך געוואנדן דימפלאמאטיש צו כינע און אפגעלאזט זייער אפיציעלע איינזעעניש פון די טייוואנער נאציאנאליסטישע רעגירונג. דאס אינטערעסאנסטע פון אלעם איז געווען אז אויך יאפאן האט צוריקגעלייגט די וואפן אין די האלטערס און זיך געווינקן מיט כינע פאר צוקונפטע בעסערע באציאונגען.

כינע נאך מאא

רעדאַקטירן

טשעירמאן מאא זידאנג און כינע'ס פרעמיער זוא ענלעי זענען ביידע געשטארבן אינעם זעלבן יאר, איבערלאזנדיג א פארטיי אן קיין באשטימטע פירער. די פארטיי אפישעלס האבן זיך ארומגעריסן מאנאטן לאנג ווער עס זאל איבערנעמען די פירערשאפט פון די רעגירונג. אין די ענדע איז אויסגעקליבן געווארן הוא גואפענג וועלכע איז געווען א געלערנטער כינעזער וועלכער האט געהאט ווייניג געקניפקייט מיט איינע פון די צוויי געוועזענע פירער. הוא האט איבערגענומען די רעגירונג אין שווערע צייטן און איז געווארן טשעירמאן און פרעמיער אויפאיינמאל. זיינע פלענער האבן געלויטעט צו ערהוילן כינע פון די שווערע יארן וואס זי האט געהאט פיזיש און גייסטיש. די מאסיווע פארפלייצונגען און ערדציטערנישן האבן אפגעווישט מיליאנען כינעזער און אויך די עליטע זענען באזייטיגט געווארן דורכאויס די קולטוראלע רעוואלוציע. הוא האט אויך צוגעזאגט א לענגערע פלאן וויאזוי אויפצוארבעטן די עקאנאמיע. זיינע פלענער זענען נאך געווען אין די ערשטע פאזעס ווען ער איז ארויסגעפלויגן פון אפיס און איבערגענומען געווארן פון דעם פאפולערן דענג זיאאופינג וועלכער איז געהאט געווען אביסל באזייטיגט זינט די קולטוראלע רעוואלוציע, זיין שטיצע האט אבער צוריק אויפגעלעבט צוליב זיין רעפוטאציע אלס א וועטארן רעגירונג אפישעל און ער איז געווארן טשעירמאן און פרעמיער פון כינע אין 978'. דענג האט פארשטאנען אז מיט אזא רעגירונג סיסטעם וועט ער אין ערגעץ נישט אנקומען און האט אנגעהויבן וועבן פלענער וויאזוי צו רעפארמירן די קאמוניסטישע סיסטעם. די ערשטע און וויכטיגסטע שטאפל איז געווען אויפצוהייבן די עקאנאמיע און קעמפן ארימקייט צו וועלכע עס האט זיך געפאדערט א נייע מאדעל פון די עקענאמישע סיסטעם וועלכע דענג האט אנגעהויבן צוביסלעך צו טוישן. די ערשטע זאך וואס האט זיך געטוישט איז געווען די פריוויטאציע פון הייזער און קליינע ביזנעסער. עס איז געגאנגן צוביסלעך אבער די ארימקייט ראטעס זענען זייער שנעל ארויף צוליב די אפטעמיזם פון די כינעזער איינוואוינער. אויסערן אינוועסמענט איז געווען די צווייטע שטאפל אויף וועלכע דענג האט זיך שטארק אנגעפלאגט ווייל עס איז נאך דעמאלט נישט געווען קיין מדובר פון אריינלאזן די פרייע וועלט אין די קאמוניסטישע עקאנאמיע. דענג האט אבער באוויזן דאס אומגלויבליכע און אריינגעברענגט שווערע אינוועסמענטס וועלכע האבן אויפגעלעבט די עקאנאמיע ווי די שוים אין א גלעזל ביר. א ווייטערדיגע שריט איז געווען צו שיקן כינעזער סטודענטן אין אויסערן קאלעדזשעס וואו זיי האבן זיך געלערנט די וועלט'ס פארגעשריטענע טעכנאלאגיע און ריסוירטש און דאס צוריק געברענגט קיין כינע. אין קורצע ווערטער האט דענג איבערגעטוישט אין רעפארמירט די גאנצע קאמוניסטישע סיסטעם און אויפגעהויבן די עקאנאמיע אויף פילפאכיגע שטאפלן וועלכע כינע האט פאר יארן לאנג נישט געזען. א דורכשניטליכער איינוואוינער האט אין די ערשטע 5 יאר פון דענג'ס פירערשאפט געזען זיין געהאלט זיך מערן ביז דריי מאל אזויפיל. ביזנעס איז געווארן ביזנעס און די כינעזער גאסן האבן אנגעהויבן אויסקוקן ווי א מאדערנע גאס אין א פארנומענע שטאט ברויך אויסקוקן. די סטודענטן וועלכע האבן צום ערשטן מאל אין זייער לעבן געשפירט אביסל פרייהייט האבן גוט אויפגענומען דעם טעם און אנגעהויבן קאמפיינען פאר פרישע פרייהייטן. יעדן טאג האט א צווייטע גרופע מארשירט אויף די גאסן פון בייזשינג און פארלאנגט א פולע פרייהייט פון די רעגירונג וועלכע האט געזאלט מיינען דאס אויפלעזונג פון קאמוניזם.


לעצטע אנטוויקלונגען

רעדאַקטירן

מיט דאס פאלן פון די קאמוניסטישע רעגירונגען אין מזרח אייראפע אין 989' און דערנאך די צוזאמענפאל פון די סאוויעט יוניאן אין 991', איז כינע פארבליבן די איינציגסטע וועלט מאכט מיט א קאמוניסטישע רעגירונג סיסטעם. די כינעזער רעגירונג האט גענומען לעקציעס פון אלע צוזאמענגעפאלענע רעגירונגען וויאזוי אנצוהאלטן קאמוניזם. די רעגירונג האט געדרוקט אויפצובויען די עקאנאמיע דורך אנהאלטן די רעפארמען פון דענג זיאאופינג און ערלויבט זיך צו מופן פון איין פלאץ צו די אנדערע כדי מען זאל קענען טרעפן א דזשאב, א זאך וואס איז געווען פארבאטן זינט די קאמוניסטן זענען געקומען צום מאכט און איז נאר ערמעגליכט געווארן אויב מען האט באקומען א פערמיט פון די רעגירונג נאך גרויס שתדלנות. א שטארקע לעקציע וואס כינע האט זיך געלערנט פון רוסלאנד איז געווען די קאנטראל אויף די פאליטישע פארטייען. כינע האט נישט געוואלט אויסקוקן ווי רוסלאנד און האט אונטערדרוקט די פארטייען, אנהאלטנדיג א שטארקע קאנטראל אז קיינער זאל זיך נישט קענען אויפהייבן דעם קאפ. דענג איז פארבליבן דער דאמינענטער פיגור אין כינע דורכאויס די 80'ער און אנפאנג 90'ער יארן. דזשיאנג זאמין, א גאר נאנטער פריינט מיט דענג און א שטארקע צוהעלפער צו די רעפארמען, האט אין יענע יארן אנגעהויבן מיטצוהאלטן די טאג טעגליכע פראצעדור פון די רעגירונג און איז באשטימט געווארן אלס פרעזידענט פון כינע אין 993', ווען ער האט ווייטער אנגעהאלטן זיין שטעלע אלס פארטיי גענעראל סעקרעטאר. דענג איז געשטארבן אין 997' און דזשיאנג האט אים איבערגענומען אלס פרעמיער, אנהאלטנדיג מיט א שטארקייט דענג'ס רעפארמען. דענג און דזשיאנג'ס רעפארמען זענען געווען זייער סוקסעספול פאר די עקאנאמיע. עס האט געברענגט מיליאנען נייע דזשאבס, אריינגערעכנט פארגעשריטענע טעכנאלאגישע דזשאבס וועלכע איז קיינמאל פריער נישט שטודירט געווארן אין כינע. אבער מיט דעם אלעם האבן די רעפארמען אויך מיטגעברענגט פראבלעמען ווען די נאציאנאלע חובות זענען דראסטיש געשטיגן ווייל מען האט געמוזט אנקומען צו בארגן געלט פון צענדליגער לענדער פאר גרויסע אינוועסטמענטס וואס האט קריטיש וויכטיג אויסגעפעלט פאר די בליענדיגע עקאנאמיע. נאך א פראבלעם וואס איז אנטשטאנען איז געווען די ענווייראמענט וועלכע איז ווייטער געשעדיגט געווארן פון אן אומבאלאנסדיגע ארבעט'ס קראפט און האט געברענגט פרישע ערדציטערנישן און פארפלייצונגען וועלכע האבן אומגעברענגט אסאך מענטשן און שאדן געמאכט זייער אסאך געלט. נאך א זאך וואס האט נישט געטויגט און געשטערט די ארבעט פון די רעגירונג איז געווען די קארופציע אינערהאלב די רעגירונג'ס לייט וועלכע האבן זיך געלאזט פארקויפן פאר געלט און האבן געטאן טובות פאר מענטשן פאר אפאר דאלאר. יעדער וואס האט געברויכט האבן א פערמיט פאר א געוויסע זאך האט אונטערגשטופט אביסל שוחד אונטער זייערע טירן און זיי האבן באקומען אלעס וואס האט אויסגעפעלט אפילו דאס זאל מיינען א טאטאלע פארלוסט פאר די רעגירונג. די רעגירונג האט פרובירט אפצושטעלן די קארופציע אבער עס האט גאר ווייניג געהאלפן. דורכאויס די 90'ער יארן האט זיך כינע'ס אינטערנאציאנאלע באציאונגען שטארק פארבעסערט און בריטען האט צוריקגעגעבן האנג קאנג צו כינע וועלכע איז געווען אונטער בריטישע קאנטראל. אביסל שפעטער איז מעקאו אויך צוריק צו כינעזער קאנטראל נאך יארן לאנג אונטער פארטוגאל'ס קאנטראל. אין 998' ווען עס איז פארגעקומען א וואלוטע קריזיס אין אזיע האט זיך כינע די בעסטע ארויסגעדרייט א דאנק איר שטארקע עקאנאמיע. כינע איז נאך אלס געטראפן געווארן פונעם קריזיס און האט זיך געוואנדן צו אמעריקע פאר הילף. דער דעמאלטדיגער פרעזידענט ביל קלינטאן איז דאן אראפגעפארן קיין כינע און דעבאטירט דעם קריזיס און אירע אפציעס וואס מען קען טאן דערצו אויף די נאציאנאלע טעלעוויזיע. אין 99' האט כינע געשלאסן אן אפמאך מיט די פאראייניגטע שטאטן אז אויב זי וועט נאכלאזן פון אירע אימפארט שטייערן וועט אמעריקע שתדלן ביי די וועלט אז כינע זאל אריינגענומען ווערן אין די וואורלד טרעיד ארגאניזאציע (דאבלעיו-טי-או). כינע האט זיך צוגעכאפט צו דעם געשעפט און טאקע אזוי געטאן און אנגעקניפט בעסערע באציאונגען אויך מיט אנדערע לענדער און געעפנעט האנדל מיט זיי, ווייזנדיג אז כינע איז אויך א גרויסע האנדלער מיט וועמען עס לוינט זיך צו טאן ביזנעס. אין דעצעמבער 01' איז כינע ענדליך געווארן א מיטגלידער אין די דאבעליו-טי-או. דזשיאנג האט רעטייערט פון זיין שטעלע אלס די פארטיי'ס סעקרעטאר גענעראל אין נאוועמבער 02' מיטנעמענדיג מיט זיך זיין גאנצע קאבינעט וועלכע האבן אלע רעטייערט מיט אים. מיט דעם אקט איז די רעגירונג געבליבן אפען פאר א גענצליך נייע פירערשאפט וועלכע איז איבערגעגעבן געווארן פאר דעם אויסגעקליבענעם שטילן הו דזשינאטאו, א געוועזענער מיטגלידער אין דזשיאנג'ס קאבינעט. הו איז געווארן גענעראל סעקרעטאר און שפעטער אויך פרעזידענט פון כינע. דזשיאנג איז ווייטער פארבליבן מיט זיין שטעלע אלס פירער פון די מיליטערישע קאמיסיע, וועלכע האלט די פולע קאנטראל אויף די מיליטער און מאכט זייערע באשלוסן. פאליטישע עקספערטן זאגן אז דזשיאנג איז שטילערהייט פארבליבן א גרויסע ראלע שפילער אין די פאליסי מאכונג פון די קאמוניסטישע רעגירונג אונטערן טיש...


אידן אין כינע

רעדאַקטירן
  זעט דעם הויפּט אַרטיקל – אידנטום אין כינע

ארכעאלאגישע עדות'שאפט צייגן אז אידן האבן שוין געוואוינט אין כינע פאר איבער 1,000 יאר צוריק. די ערשטע כינעזישע אידן זענען אנגעקומען פון די פערסישע לענדער און די רעגירונג האט זיי צוגעטיילט די שטאט קייפענג אלס זייער וואוין ארט. דאקומענטן פון יענע צייטן ווייזן קלאר אז די אידישע געמיינדע האט געציילט ארום 1,300 מענטשן. די אידן האבן באלד געבויט א שול וועלכע איז פארבליבן די שטאטישע שול פאר דורות שפעטער. די אידן האבן באקומען צונעמען מיט וועלכע מען האט זיי באצייכענט. לויט ווי מען זעט קלאר האבן זיי געהאט זיבן אפיציעלע נעמען, געוואנדן לויט די צייטן. די זיבן נעמען זענען געווען: איי, לאו, דזשין, לי, שי, זהאנג, און זהאו. עס זענען נאך היינט פאראן אסאך דאקומענטן פון יענע צייטן וועלכע ליגן אין מוזייען וועלכע האבן אויף זיך אלע זיבן צונעמען.

די אידישע באפעלקערונג אין קייפענג האט געהאט שווערע צייטן אנצוהאלטן די אמונה אין די ערשטע 100 יאר ווייל די שטאט איז גענוצט געווארן דורך די רעגירונג אלס אן אימיגראנטן שטאט אין וועלכע עס זענען אויך אריינגעזעצט געווארן מוסולמענער און קריסטן (להבדיל). די קריסטן האבן געציילט זייער גרויסע נומערן און האבן געהאט די השפעה אויף דער גאנצער שטאט. זיי האבן איינגעשטעלט צענדליגער מיסיאנערן וועלכע האבן באפאלן די אידן און זיי פארטיילט ביכער פון כפירה וועלכע האט אראפגעברענגט הונדערטער אידן פון אידישן וועג. די קייפענג אידן זענען געווארן אויסגעשלאסן פון דער אידישער וועלט און די וועלט האט אינגאנצן פארגעסן אז עס געפינען זיך אידן אין כינע. אין די אנפאנג 1900 יארן האבן די אמעריקאנער אידן צוריקגעמאכט קאנטאקט מיט די כינעזער אידן און האבן עטליכע מאל געוואלט אראפשיקן א דעלעגאציע קיין כינע נאר יענע צייטן האבן עס אוממעגליכט. בעפאר די וועלט קריגן האבן מער אידן אנגעהויבן אימיגרירן קיין כינע און האבן זיך באזצעט אין דער פינאנציעלער שטאט שאנכאי. ווי נענטער עס איז געווארן צו דער קריג און נאכמער נאך דער ערשטער וועלט קריג האט די אימיגראציע זיך געדאפלט און דעגרייכט איבער 30,000 מענטשן. רוב פון די פליטים זענען געקומען פון די בריטישע קאלאניעס, האנג קאנג, מיטל מזרח און פון אינדיע. נאך א שטארקער שטופ צו אימיגרירן איז געווען א פארט אפמאך וועלכע כינע האט דעמאלט אויסגעפירט און מיט דעם אויפגעלעבט די האפן שטעט און געברענגט פרישע האנדל. אסאך פון די פליטים קיין כינע האבן באקומען הילף פון אמעריקאנער אידישע ארגאניזאציעס וועלכע האבן געטאן וואס מעגליך צו ראטעווען אידן פון דער ברענענדיגער אייראפע.

די גרעסטע גרופע פון אימיגראנטן קיין שאנכאי איז געווען ביים אנהויב פון דער צווייטער וועלט קריג ווען 25,000 אידן וועלכע האבן זיך געוואלט ראטעווען פון נאצי-דייטשלאנד זענען אנגעקומען קיין שאנכאי. רוב פון די פליטים זענען געקומען מיט שיפן אויפ'ן וואסער ביז אין 940' ווען איטאליע האט אריינגעטרעטן די קריג און די וואסערן זענען פארוואנדעלט געווארן אין מיליטערישע באזעס וואו עס איז אוממעגליך געווען דורכצופארן. אבער אפילו דעמאלט זענען נאך אלס געקומען פרישע אידן קיין כינע דורך רוסלאנד ביז אין 1941 ווען דייטשלאנד האט אינוואדירט רוסלאנד. אלע 25,000 וויזעס זענען ערלעדיגט געווארן דורך דער חסיד אומות העולם דר. האו פענג שאן, כינע'ס קאנסול־גענעראל אין וויען. כינע האט געראטעוועט מער אידן פון די נאציס ווי קאנאדע, אויסטראליע, ניו זילאנד, דרום אפריקע און אינדיע צוזאמען. צווישן 939' און 946' זענען ערשינען מער ווי 50 אידישע נייעס בלעטער און זשורנאלן געשריבן אין דייטש, פויליש, און אידיש. נאכן קריג זענען ווייניג פון די פליטים פארבליבן אין כינע און האבן אימיגרירט קיין ארץ ישראל, קאנאדע, ניו זילאנד, אויסטראליע, און צו די פאראייניגטע שטאטן. אבער נאך אלץ זענען געבליבן אידן צושפרייט. ווען די קאמוניסטן האבן געהויבן די הענט האבן די רעשטלעך אויך אפגעטראגן. דער ערשטער צענזוס פון דער קאמוניסטישע רעגירונג אין 953' האט געוויזן אז נאר 2 אידן האבן נאך דעמאלט געוואוינט אין שאנכאי.

די אידישע באפעלקערונג אין קאיפענג

רעדאַקטירן

די אידישע באפעלקערונג אין קעיפינג ציילט היינט אינגאנצן 100 פאמיליעס (בערך 500 נפשות). קעיפינג געפינט זיך 300 מייל פון דער הויפט שטאט בייזשינג. די קעיפינג אידן האבן געהאנדלט מיט סחורה'ס וועלכע זיי האבן עקספארטירט צו מערב און דרום אזיע, היינט די לענדער פון אפגאניסטאן, און אינדיע. די אידן אין קעיפינג האבן אויך געהאנדל'ט מיט זייערע כינעזער אידישע ברודער וועלכע האבן געוואוינט אין 6 שטעט, אריינגערעכנט א קליינע גרופע אין די הויפט שטאט בייזשינג. די אידן האבן דארט געהאט א גרויסע שטאטישע שול וועלכע איז געבויט געווארן מיט איבער 1000 יאר צוריק ווי פריער דערמאנט. די שול איז געווען א היסטארישע און איז געווען באליבט און געערט ביי אלע אידן אין שטאט. אין 840' איז די שול צוזאמענגעפאלן פון א מעכטיגע ערדציטערניש וועלכע האט פארוואוסט גאנצע שטעט אין כינע. די אידן אין קעיפינג האבן שטארק באוויינט זייער פארלוסט אבער האבן נישט געהאט דאס געלט אויפצובויען נאכאמאל אזא גרויסע און שיינע שול נאר האבן ארויסגעדינגן אן ארט פאר א צייטווייליגע שול. ביי די מלחמה יארן ווען מער אידן זענען אנגעקומען קיין כינע האט מען געבויט 2 נייע שולן, פון וועלכע איינס שטייט נאך היינט. די אידן אין קעיפינג זענען שטענדיג געווען אפגעזונדערט פון די אידישע וועלט אפילו נאכדעם וואס מען האט שוין געהאט צוריקגעמאכט קאנטאקט מיט זיי. ביי די קריג צייטן ווען אידן האבן באזעצט האנג קאנג און שאנכאי זענען זיי געגאנגען באזוכן די קעיפינג אידן און זיי געבעטן צו קומען וואוינען קיין שאנכאי וואו עס איז געווען א אידישע צענטער מיט קהילות און ישיבות. אבער די קעיפינג אידן האבן זיך נישט וויסנדיג געמאכט און ווייטער געבליבן זיצן עלנד אליין. די אידן וואס זענען זיי געגאנגן באזוכן האבן שפעטער געזאגט אז טייל פון די אידישע פאמיליעס זענען געווארן ריכטיגע כינעזער מיט אלע מפרשים. קיינע פון די קעיפינג אידן זענען היינט מער נישט קיין שתומ"צ ליידער און זיי געדענקן קוים אז זיין שטאמען פון אידן. אין די לעצטע יארן האבן צוויי קעיפינג איינוואוינער געשאפט געלט און אנגעהויבן בויען א מוזעאם וואו זיי וועלן צוזאמענברענגן אידישע ארטיקלן און היסטארישע דאקומענטן פון די אידן אין קעיפינג. די אמעריקאנער אידישע קאנגרעס העלפט שטארק ארויס די קעיפינג אידן כדי צוריקצוברענגן כאטש א פארמאלע אידישע לעבן. זייער אסאך אידישע טוריסטן ווערן געגעבן ביליגערע פרייזן און ווערן געבעטן צו פארן באזוכן די קעיפינג אידן.

 
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: כינע

רעפערענצן

רעדאַקטירן
  1. כינע'ס גרענעץ מיט פאקיסטאן ליגט אינעם נישט-איינשטימיקן קאשמיר פראווינץ. דער שטח אונטער פאקיסטאנער הערשאפט ווערט געפאדערט דורך אינדיע.
אַזיע-לענדער 
אוזבעקיסטאן · אזערביידזשאן · אינדאנעזיע · אינדיע · איראק · איראן · אָמאַן · אפגאניסטאן · ארמעניע · בהוטאן · באכריין · באנגלאדעש · ברוניי · גרוזיע · דרום קארעע · וויעטנאם · טאדזשיקיסטאן · טורקמעניסטאן · טיילאנד · טערקיי · יאפאן · יארדאניע · ישראל · כינע · לאַאָס · לבנון · מאלדיוון · מאלייזיע · מאנגאליי · מזרח טימאר · מיאנמאר · נעפאל · סאודי אראביע · סיריע · סינגאפור · סרי לאנקא · פאקיסטאן · פאראייניגטע אראבישע עמיראטן · פיליפינען · ציפערן · צפון קארעע · קאזאכסטאן · קאטאר · קאמבאדיע · קואווייט · קירגיזסטאן · רוסלאנד · תימן