לי באי
כינעזישער דיכטער
(אַריבערגעפֿירט פון לי ביי)
לי באַי אדער לי פא (כינעזיש: 李白 לי באַי / לי בא) (701-762) איז געווען א כינעזישער דיכטער וואס האט געלעבט אין דער תקופה פון דער טאנג דינאסטיע. היינט זענען באוואוסט אומגעפער 1,100 פון זיינע פאעסיעס.
געבורט |
19 מאי 701 טאנג דינאסטיע |
---|---|
טויט |
30 נאוועמבער 762 (אלט 61) כינע |
מדינה | טאנג דינאסטיע |
צוזאמען מיט דו פו ווערט לי באי אפטמאל גערעכנט איינער פון די צוויי גרעסטע דיכטער אין כינע'ס ליטערארישער היסטאריע.
די ערשטע איבערזעצונגען פון זיין ווערק אין א מערבדיקער שפראך זענען געווארן פארעפנטלעכט אין 1862, אויף פראנצויזיש.
ער איז פארטרונקען געווארן אינעם יאנגצע טייך.
לעבנסגעשיכטע
רעדאַקטירןלי באי איז געווען דער זון פון א רייכן סוחר. ווען ער איז געווען אלט פינף יאר האט די משפחה זיך געצויגן קיין סעטשואן. ביי די פופצן יאר איז ער שוין געווען גאנץ א מושלם אין קאמפקונסט.
וועבלינקען
רעדאַקטירן- איבערדיכטונגען אויף יידיש
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו:
לי באי