קאליגראפיע
וויזועלער קונסט פארבונדן מיט שרײַבן
קאַליגראַפֿיע (פון אוראַלט גריכיש: κάλλος קאַלאס "שיינקייט" און γραφή גראַפֿע "שרײַבן") איז א וויזועלער קונסט וואס האט שייכות מיט שרייבן. זי איז דאס פלאנעווען און דורכפירן פון שאפן אותיות מיט אן אינסטרומענט מיט א ברייטן שפיץ אדער א פענדזל מיט איין שטראך (אנדערש ווי מאלן אותיות מיט עטלעכע שטראכן).
היינט ניצט מען קאליגראפיע אין איינלאדונג קארטעס, למשל פאר חתונות, און אויך פארשידענע דאקומענטן.
אין כינע איז קאליגראפיע געווען א "הויכער קונסט" נאך פאר די צייטן פון דער טאנג דינאסטיע.

"שפוך חמתך" אין אן אלטע הגדה פון דייטשלאנד פון די ה'ק' יארן
קאליגראפיע אין יידישקייטרעדאַקטירן
- דאס סת"ם שריפט וואס די סופרים ניצן צו שרייבן ספרי תורות, תפילין און מזוזות איז א סארט קאליגראפיע.
- עס זענען פאראן א סך שיינע הגדות מיט די ווערטער געשריבן אין קאליגראפיע. שטארק באקאנט איז די סארייע הגדה.
וועבלינקעןרעדאַקטירן
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו:
קאליגראפיע