אדריאטישער ים
ים
דער אדריאטישער ים איז א טייל פונעם מיטלענדישן ים וואס שייד איטאליע פון דעם באלקאנער האלבאינזל.
דער מערב בארטן ליגט אין איטאליע, און דער מזרח בארטן איז מערסטנס אין קראאטיע און אלבאניע, און אויך א ביסל אין סלאוועניע, באסניע און הערצעגאווינע און מאנטענעגרא. די עיקר טייכן וואס פליסן אריין אין דעם אדריאטישן ים זענען די רענא, פא, אדיגע, ברענטא, פיאווע, נערעטווע, דרין.