פארלאמענטארע דעמאקראטיע
א פארלאמענטארע דעמאקראטיע איז א רעגירונג סיסטעם וואו דער פארלאמענט איז די לעגיסלאטור, און טוט באשטימען דעם עקסעקוטיוו. א פארלאמענטארע דעמאקראטיע קען זיין א רעפובליק (אזוי ווי איטאליע) אדער א מאנארכיע (אזוי ווי דאס פאראייניגטע קעניגרייך). אן אנדער סארט דעמאקראטיע האט א געוויילטן פרעזידענט (למשל די פאראייניגטע שטאטן).
אין א פארלאמענטארער דעמאקראטיע, דער עקסעקוטיוו, די רעגירונג, וואקסט פונעם פארלאמענט, און דארף האבן די שטיצונג און צוטרוי פון א מערהייט פון מיטגלידער פונעם פארלאמענט. דער דאזיקער קערפער האט דעם כוח אראפצוווארפן די רעגירונג מיט א החלטה פון אומצוטרוי פון רוב מיטגלידער.