בעניטא מוסאליני
בעניטא אמילקארע אנדרעא מוסאליני (איטאליעניש: Benito Mussolini; 29סטן יולי 1883 - 28סטן אפריל 1945) האט איינגעפירט א דיקטאטור הערשאפט אין איטאליע, און ער האט געהערשט דארט פון 1922 ביז 1943. ער האט אפגעשאפן די דעמאקראטיע, און ער האט אויפגעשטעלט א רעגירונג באזירט אויף פאשיזם, וואס האט געהערשט מיט אן אייזערנעם פויסט, און האט טעראריזירט די באפעלקערונג.
געבורט |
29 יולי 1883 Q172579 |
---|---|
דערמארדעט |
28 אפריל 1945 (אלט 61) Q47421, איטאליע |
אונטערשריפט | |
זיין אפציעלע נאמען איז געווען דוטשע (Duce), וואס מיינט הערשער, אין איטאליעניש. גענומען פון דער היסטאריע פון איטאליע, ווען די אמאליגע קיסרים פלעגן אזוי גערופן צו ווערן.
עס זענען געווען אזעלכע וואס האבן געזען אין מוסאליני, איינער וואס ברענגט צו א סטאבילע צושטאנד, ספעציעל נאך דער ערשטער וועלט מלחמה, און שפעטער א שווערע רעסעסיע אין אייראפע, און די וועלט ווירטשאפט קריזיס, פון יאר 1929. אויך איז אנגענומען געווארן אלס איינער וואס וועט אפהאלטן איטאליע, פון אריינפאלן צו די הענט פון די קאמוניסטן.
מוסאליני האט אנגעפירט דאס לאנד אויף אן אגרעסיווע שטייגער, און אימפעריאליסטיש, ער איז געווען א גורם צו א בירגער קריג, און אקופאציע פון פרעמדע ארמייען. זיין הערשאפט האט ער פארזיכערט, דורך א מיליציע, גערופן שווארצע העמדער, וואס האבן אונטערדרוקט קעגנער, און סתם ציווילע בירגער, און מענטשען רעכט איז איגנארירט געווארן.
מוסאליני איז נישט געווען פארעכנט אלס אנטיסעמיט, און ביזן יאר 1938, זענען נישט איינגעפירט געווארן, ראסע געזעצן. שפעטער אבער נאכן ווערן אליאירט מיט נאצי דייטשלאנד, האט מוסאליני איינגעפירט געזעצן קעגן יידן, און שפעטער איבערגעגעבן יידן צו די נאציס, ווי זיי זענען שפעטער אומגעברענגט געווארן.
אין 1943, האט די פאשיסטישע העכסטע ראט, אפגעזאגט מוסאליני פון אמט, נאכן געוועלטיקן פאר 21 יאר. דאס איז געווען שוין נאכדעם וואס די אליאירטע קרעפטן האבן אינוואדירט, און באפרייט דרום איטאליע. דייטשלאנד, האט דעריבער איינגענומען צפון איטאליע, און געשטעלט מוסאליני אלס רעגירער, אונטער נאצי פראטעקטאראט, פאקטיש איז ער געווען א בלינדער האן פון דייטשלאנד. איטאליענע אויפשטענדלער האבן געפירט א קאמף קעגן זיין רעגירונג, וואס איז גערופן געווארן די סאלוי רעפובליק. ביי דער ענדע פון דער צווייטער וועלט מלחמה האט ער פרובירט אנטלויפן קיין עסטרייך. פארטיזאנער האבן אים געכאפט, און ער איז אומגעברענגט געווארן דורך זיי, און שפעטער איז זיין קערפער געברענגט געווארן קיין מילאנא, וואו די מאסן האט באלעסטיקט זיין קערפער.