משה יהושע האגער
רבי משה יהושע האגער (י"ג סיון ה'תרע"ו - כ' אדר תשע"ב) איז געווען דער פינפטער רבי פון דעם "וויזשניצער חסידות" און דער נשיא פון דער "מועצת גדולי התורה" פון אגודת ישראל. ער איז געווען דער עלטסטער זון פון הר"ר חיים מאיר האגער, דער "אמרי חיים" פון וויזשניץ. ער איז אנגענומען געווארן אלס רבי אין יאר ה'תשל"ב נאך דער פטירה פון זיין טאטן. ער האט ביזן לעצטן טאג געוואוינט אין "קרית ויזניץ" בני ברק אין ארץ ישראל, וואו ער האט אנגעפירט אן עדה פון טויזנטער יידן וואס זענען פארשפרייט איבער דער גארער וועלט.
געבורט |
16 אפריל 1916 גרויסווארדיין, עסטרייך אונגארישע אימפעריע |
---|---|
טויט |
13 מערץ 2012 (אלט 95) ישראל |
מדינה | רומעניע, ישראל |
פאך | רב |
רבי משה יהושע האגער | ||
---|---|---|
וויזשניצער רבי (בני ברק) | ||
רבי משה יהושע האגער | ||
עיקר חיבור | ישועות משה | |
געבורט | י"ג סיון תרע"ו ווילחאוויץ | |
פטירה | כ' אדר תשע"ב בני ברק | |
חסידות | וויזשניץ | |
פירערשאפט | תשל"ב - תשע"ב | |
הויף ארט | בני ברק | |
נומער אין דינאסטיע | 5 | |
פאריגער | רבי חיים מאיר האגער | |
נאכפאלגער | רבי ישראל האגער רבי מנחם מענדיל האגער | |
פאטער | רבי חיים מאיר האגער | |
מוטער | מרגלית טווערסקי | |
ווייב1 | לאה אסתר פאנעט | |
קינדער1 | חנה חיה טווערסקי רבי ישראל האגער סאשא טייטלבוים שרה רוקח הינדא ערנסטער רבי מנחם מענדיל האגער | |
ווייב 2 | שיינדל דייטש |
ער איז באקאנט מיטן נאמען ״ישועות משה״.
זיינע ממלאי מקום זענען הרב ישראל האגער און הרב מנחם מענדיל האגער.
ביאגראפיע
רעדאַקטירןר' משה יהושע איז געבוירן י"ג סיון תרע"ו צו זיין פאטער רבי חיים מאיר האגער, דעמאלסט רב אין ווילחאוויץ, און זיין מוטער מרגלית טווערסקי, א טאכטער פון רבי וועלוול רחמיסטריווקער. די וואך ווען ער איז געבוירן געווארן איז געווען פרשת שלח, און דער זיידע דער בעל אהבת ישראל האט גע'עצה'עט אז מ'זאל אים געבן דעם נאמען נאך משה רבינו און יהושע בן נון.
ווען ער איז אלט געווען 18 יאר (נאך אלס בחור) איז ער שוין געווען א רב אין דער שטאט ווילחאוויץ , וואו עס האבן געוואוינט אסאך וויזשניצער חסידים, און די זעלבע ארט וואו זיין טאטע ר' חיים מאיר איז אויך געווען רב אלס אינגערמאן. נאך דער מלחמה האט אים זיין פעטער ר' אליעזר האגער ז"ל אויפגענומען אלס ראש ישיבה אין זיין ישיבה אין תל אביב, און ער איז געבליבן ראש ישיבה נאך דער פטירה פון זיין פעטער ביז נאך דער פטירה פון זיין טאטן, ווען ער איז געווארן רבי.
ווען זיין טאטע ר' חיים מאיר האט געבויט "שיכון ויזניץ" אין בני ברק האט ער אויפגענומען זיין זון אלס רב פון שיכון און צוגאב צו די פאסטן פון ראש ישיבה פון דער וויזשניצער ישיבה "בית ישראל ודמשק אליעזר" וואס האט זיך אויך אריבער געצויגן פון תל אביב צום נייעם שיכון אין בני ברק.
ער איז באקאנט געווען אלס א גרויסער למדן און מתמיד, הייליגער יוד אין גרויסער עובד ה'. און מיט פירן ווארימע דערהויבענע שבת'דיגע און יום טוב'דיגע טישן ביז שפעט אין דער נאכט, און מיט אריינברענגען ווארימקייט און חסידות אין בחורים און אינגעלייט.
פון ארץ ישראל און פון דער גאנצער וועלט האט מען געשטרוימט צו איהם לקבלת עצה וברכה. ביי די חסידים פארציילט מען איבער טויזנטער מופתים וואס גייען ארויס פון זיין טיש.
במשך זיין הנהגה, האט ער פארברייטעט אין פארגרעסערט די וויזשניצער מוסדות אין ארץ ישראל און חוץ לארץ, און אויך מקרב געווען הונדערטער בחורים אין אינגעלייט צו דרך החסידות דורך די ארגונים וואס ער האט געגרינדעט "צעירי ויזניץ" אין "חיים מאירים".
בשנת תשס"ג איז רבי משה יהושע אפגעשוואכט געווארן, און זיין עלטסטער זון האט אנגעהויבן צו פירן דעם עדה, דורך פירן די באטע'ס (טיש'ן) פארן עולם, און אנגעהויבן הערש'ן אויף די אלע מוסדות וואס האבן באלאנגט צום פאטער, רוב רובם פונעם וויזשניצער ציבור האט און איהם געזעהן און געהאלטן אלס דעם פירער פון וויזשניצער געביידע, א טייל פונעם וויזשניצער ציבור גייען נאך נאך דעם יונגערן זון רבי מנחם מענדיל וועלכער האט געעפנט אן אייגענע הויף "מרכז חסידי וויזשניץ" און בני ברק.
די לעצטע דרשה פון רבי משה יהושע אין ישיבה איז געווען פתיחת הזמן אייר תשס"ב, אין אנפאנג תשס"ג ווען ער איז קראנק געווארן און אפגעשוואכט, פלעג ער ווייטער ארויסקומען כמעט יעדן שבת אויף איין שעה צום טיש, און האט ווייטער אויפגענומען דעם עולם פאר קוויטלעך. זייט דעמאלטס האט ער מער נישט געזאגט דברי תורה ביים טיש ווי די פארגאנגענע יארן.
משפחה
רעדאַקטירןר' משה יהושע האט חתונה געהאט ב' ניסן ה'תש"ב מיט מרת לאה אסתר ע"ה (נפטר געווארן כ"ט שבט ה'תשנ"ג) , די טאכטער פון רבי חיים מנחם מענדל פאנעט פון דעעש. זייערע קינדער און אייניקלאך זענען:
- מרת חנה חיה, די ווייב פון רבי דוד טווערסקי, דער סקווערער רבי.
- רבי אהרן מנחם מענדל, האט געהייראט זיין שוועסטער-קינד מרת חוה רייזל, טאכטער פון זיין פעטער רבי מרדכי האגער, וויזשניצער רבי פון מאנסי.
- רבי יצחק, האט געהייראט זיין שוועסטער-קינד מרת מלכה העניא, טאכטער פון זיין פעטער רבי ישראל האגער, וויזשניצער רבי פון בני ברק.
- מרת הינדא, די ווייב פון איר שוועסטער-קינד רבי אברהם יהושע העשיל, זון פון רבי חי יצחק טווערסקי, רחמיסטריווקער רבי פון אמעריקע.
- מרת ציפורה, די ווייב פון רבי אליעזר גאלדמאן, זוועהילער רבי פון אמעריקע.
- מרת סימא מירל, די ווייב פון איר שוועסטער-קינד'ס זון רבי יעקב יוסף, זון פון רבי ישראל האגער, זון פון וויזשניצער רבי פון מאנסי.
- רבי יעקב יוסף, האט געהייראט מרת חנה יענטא, די טאכטער פון רבי ישעיה טווערסקי, טשערנאבילער רבי פון בארא פארק.
- רבי חיים מאיר, האט געהייראט זיין שוועסטער-קינד'ס טאכטער מרת רחל דינה, טאכטער פון רבי צבי אלימלך האלבערשטאם, איידעם פון רחמיסטריווקער רבי פון אמעריקע.
- הרב ישראל האגער, דער זעקסטער רבי פון "וויזשניצער חסידות". האט געהייראט מרת שרה חנה חיה, טאכטער פון רבי משולם זוסיא טווערסקי, דער פריערדיגער טשערנאבילער רבי פון בני ברק.
- מרת מלכה העניא, די ווייב פון איר שוועסטער-קינד רבי יצחק, זון פון איר פעטער רבי דוד טווערסקי, דער סקווערער רבי.
- מרת מרים, די ווייב פון איר פאטער'ס שוועסטער-קינד רבי ברוך שמשון האגער, רבי פון דער מאנסי וויזשניצער קהילה אין ארץ ישראל, און זון פון רבי מרדכי, דער וויזשניצער רבי פון מאנסי.
- מרת רעכיל דבורה, די ווייב פון רבי חיים צבי מייזליש, ראש ישיבה און רב פון דער סאטמארער קהילה אין בני ברק און אלעד.
- רבי חיים מאיר, דינט אלס רב פון זיין פאטער'ס חסידים אין בארא פארק. ער האט געהייראט מרת רייצא הענדל, די טאכטער פון רבי אהרן טייטלבוים, נירבאטורער רב פון ברוקלין.
- רבי יצחק ישעיה, האט געהייראט מרת שרה לאה, די טאכטער פון רבי יוסף פאנעט, דער פריערדיגער דעעשער רבי פון ירושלים.
- מרת ציפורה ברכה, די ווייב פון רבי נפתלי צבי, זון פון רבי נחום אפרים טייטלבוים, דער וואלאווער רב פון ברוקלין.
- מרת שיינדל, די ווייב פון רבי מנחם מענדל, זון פון רבי ישראל אליעזר האגער, רב פון דער סערעט-וויזשניצער קהילה אין ירושלים.
- רבי יעקב מרדכי, האט געהייראט מרת שבע רחל, טאכטער פון רבי אברהם ברוך ראטטענבערג, קאסאנער ראש הכולל אין בארא פארק.
- מרת סאשע, די ווייב פון רבי אהרן טייטלבוים, סאטמארער רבי פון מאנרא.
- רבי מנחם מענדל, דינט אלס רב פון זיין פאטער'ס חסידים אין וויליאמסבורג. ער האט געהייראט זיין שוועסטער-קינד מרת ברכה סימא, טאכטער פון רבי בעריש מייזליש, סאטמארער רב פון בארא פאר און איידעם פון רבי משה טייטלבוים, דער פריערדיגער סאטמארער רבי.
- מרת חיה, די ווייב פון רבי חנוך העניך, רב פון "אבני צדק" בית מדרש אין דער "עצי התמרים" געגנט אין קרית יואל, און זון פון רבי יצחק אשכנזי, דער אלעסקער רבי.
- מרת שרה מרים, די ווייב פון רבי ברוך, א מוהל און רב פון "ויואל משה" און "ברך משה" בית מדרש אין קרית יואל, און זון פון רבי נחום אפרים טייטלבוים, דער וואלאווער רב פון ברוקלין.
- מרת הינדא, די ווייב פון רבי שמעון זאב, רב פון "ישמח משה" בית מדרש אין קרית יואל, און זון פון רבי זלמן לייב מייזליש פון סי געיט.
- רבי חיים צבי, רב פון סיגעטער בית מדרש אויף יוז סטריט אין וויליאמסבורג. ער האט געהייראט מרת רבקה חיה שרה, טאכטער פון רבי חנניה יו"ט ליפא טייטלבוים.
- מרת חנה, די ווייב פון רבי דוד דוב, רב פון בית המדרש "אוהל פייגא" אין קרית יואל און זון פון רבי יוסף צבי דושינסקי, דער דושינסקיא רבי.
- רבי יואל, רב פון בית המדרש "בית ברוך" אין קרית יואל. ער האט געהייראט מרת רבקה בלומא, טאכטער פון רבי לייבוש אייכנשטיין, דער בערטשער רב פון מאנסי.
- מרת מרגלית, די ווייב רבי יוסף, זון פון רבי יואל רוקח אב"ד "אוהל משה" אין מאנסי, און זון פון קאזלאווער רבי.
- מרת שרה, די ווייב פון רבי ישכר דוב רוקח, דער בעלזער רבי.
- רבי אהרן מרדכי, האט געהייראט מרת שרה לאה, טאכטער פון רבי שמעון לעמבערגער, מאקאווער רבי פון קרית אתא.
- מרת הינדא, די ווייב פון איר שוועסטער-קינד רבי מנחם ערנסטער, וויזשניצער ראש ישיבה.
- מרת שרה סאשא, די ווייב פון רבי ברוך שטערנבוך, רב פון דער וויזשניצער קהילה אין מודיעין עילית, און זון פון רבי אליהו שטערנבוך, דער געוועזענער ראב"ד מחזיקי הדת אין אנטווערפן.
- רבי ישראל, האט געהייראט מרת אסתר צירל, טאכטער פון רבי שמעון נתן נטע בידערמאן, דער פריערדיגער לעלאווער רבי פון בני ברק.
- רבי חיים מאיר, רב פון דער וויזשניצער קהילה אין מאנטשעסטער, ענגלאנד. ער האט געהייראט מרת יוכבד, טאכטער פון רבי יהושע העשיל אייכנשטיין דער זידיטשאווער רבי פון שיקאגא.
- רבי יעקב שמשון, האט געהייראט מרת צירל יוכבד, טאכטער פון רבי מאיר כ"ץ, איידעם פון רבי משה האגער, דער פריערדיגער סערעט-וויזשניצער ראש ישיבה אין חיפה און זון פון רבי ברוך, דער "מקור ברוך", דער גרינדער פון סערעט-וויזשניצער חסידות.
- מרת חנה ריקל גיטל, די ווייב פון רבי בן ציון אריה לייבוש מייזליש, א מוהל און זון פון רבי יעקב ישראל ישורון, רב פון דער באבאווער קהילה אין בת ים, און איידעם פון רבי שלמה האלבערשטאם, דער פריערדיגער באבאווער רבי.
- רבי ברוך שמעון, האט געהייראט מרת פריידא מילכה, טאכטער פון רבי שמואל לוריא, רב פון וויזשניצער חסידים אין אנטווערפן, זון פונעם געוועזענעם וויזשניצער דיין רבי משולם זושא.
- מרת מרים העניא, די ווייב פון רבי חיים מרדכי, זון פון רבי שלום אשכנזי, נאדווארנער ראש ישיבה אין בני ברק, און איידעם פון רבי יעקב ישכר בער ראזנבוים, דער פריערדיגער נאדווארנער רבי פון בני ברק.
- הרב מנחם מענדיל האגער, דער זעקסטער רבי פון דער וויזשניצער חסידות האט געהייראט מרת מרים, טאכטער פון רבי אברהם דוד הורוויץ, וועלכער האט געדינט אלס רב אין שטראסבורג, פראנקרייך, און נאכדעם אלס א דיין אין עדה החרדית.
- מרת מחלה, די ווייב פון רבי יואל משה מרדכי, זון פון רבי אשר אנשיל כ"ץ, דער וויענער רבי אין וויליאמסבורג.
- רבי חיים מאיר, רב פון זיין פאטער'ס חסידים אין בארא פארק. האט געהייראט מרת נחמה מירל, טאכטער פון רבי נפתלי צבי ווייס, ספינקער רבי פון בארא פארק.
- מרת שרה רבקה, די ווייב פון רבי ברוך, זון פון רבי יעקב האגער, דער סערעט-וויזשניצער רבי אין חיפה.
- מרת מרגלית איז געווען פארהייראט צו רבי דוד ראזנבוים, זון פון רבי מאיר ראזנבוים פון פרעמישלאן
נאך זיין ערשטע ווייב'ס פטירה, האט ער חתונה געהאט בזיווג שני אין תש"ס (1999) מיט אן אלמנה, מרת שיינדל בת גיצא ראכיל, וועלכע איז געווען פריער די ווייב פון רבי יהושע סג"ל דייטש זצ"ל, א רב אין אונגארן און שפעטער אין דער קאטאמאן געגנט אין ירושלים.
רבי פון כלל ישראל
רעדאַקטירןר' משה יהושע געווען פון די שטערקסטע לוחמים קעגען "גיוס בנות", נאך אלס רב. ער האט געזען יעדן יידישקייט פראבלעם אלס א "חינוך פראבלעם", אןן שטענדיג גערעדט אין געשטדלט אז מען זאל טון אין חינוך. ר' משה יהושע האט איינגעפירט אין ארץ ישראל די "מהדרין בוסן", אז מענער אין ווייבער זאלן נישט זיצן אויסגעמישט. ר' משה יהושע איז געווען פערזענליך פארנומען מיט דער גאנצער רעוואלוציע פון "מהדרין". ער האט אויסגערופן און מחזיק געווען לערנען "חובת הלבבות".
ער איז באקרוינט אלס נשיא מועצת גדולי התורה פון אגודת ישראל, און טרעט אויף מיט פייערדיגע דרשות ביי די פארזאמלונגען, סיומי הש"ס, א.א.וו, אנגעפירט דורך אגודת ישראל.
קוויטלעך
רעדאַקטירןפון גאנץ ארץ ישראל, זענען מענטשען געקומען צו גיין נעמען א ברכה פון רבין, אין פון די קאנצע וועלט האט מען גערופען אין געשיקט טעלעגראמען צו באקומען זיין ברכה.
יעדן טאג נאך טאג זענען זיך יודן געקומען זיך אויס וויינען דאס הארץ, מיט יעדער סארט ווייטאג וואס איז נאר שייך. דער רבי האט געמאכט יעדעם פילן ווי עס ווערט ממש ווי זיין אייגענעם פראבלעם.
עס האט זיך געמאכט אז אין די שפעטטלער פון גאנץ ארץ ישראל האט זיל געמאכט א גרויס סטרייק, און הונדערטער מענטשן זענען געקומען וויינען צום רבין איבער עניני רפואה יענע טעג ביי די קוויטלעך. איז כדי צו באטאנען אז דענסמאל איז דער ראש ממשלה יצחק שמיר געקומען באזוכן דעם רבין. און כמעט די גאנצע צייט פון דער באזוך האט דער רבי אויז געניצט וועגן דעם סטרייק אין די שפיטעלער אז מען זאל מאכן עפעס א געזעץ קעגן סטרייקן אין שפיטעלער.
עס איז נישט אן געקומען גרינגן פארן רבין וואס האט געהאט אזוי פיל שיעורים אין זיין סדר היום אויף צו נעמען אזוי פיל הונדערטער מענטשן יעדן טאג. בפרט יעדן דינסטאג האט זיך דער רבי געפירט מיט א תענית דיבור. די נאנטע חסידים וואס האבן געהאט א לענגערע זאך אדורךצורעדן האבן געוויסט נישט צו קומען דינסטאג.
בפרשת וארא תשנ"ז האט דער רבי זיך אנגערופען ביים ענדע פון זיינע דברי תורה נאכן זאגן - ה' יעזרנו על דבר כבוד שמו: "קומט צו מיר אריין א בחור מיט א קוויטל פרעג איך אים גייסטו און מקוה יעדן טאג... איינער וואס גייט נישט און מקוה קען איך עם נישט ליינען א קוויטל.
קענען ש"ס ופוסקים
רעדאַקטירןאפילו אלס רבי פלעגט ער זיך פירן אנצוהויבן אסאך פון זיינע מוסר שמוסן אין דער ישיבה מיט א פשעטל. עס איז פאראן צווישן זיינע חסידים, הונדערטער טעיפס פון ויכוחים אין לערנען מיט גדולים פון דעם דור אין להבחל"ח גדולי התורה פון פריער'דיגע יארן, ווי דער קלויזענבורגער רב זצ"ל, רבי חיים קרייזווירטה זצ"ל, רבי אברהם חיים ברים זצ"ל, רבי פינחס הירשפרונג זצ"ל, רבי יוסף שלום אלישיב זצ"ל, רבי שמואל הלוי וואזנער בעל "שבט הלוי" זצ"ל, און נאך אסאך. אין זיינע לעצטע יארן זענען ארויסגעקומען עטליכע קבצים מיט פילפולים אין וויכוחים אין לערנען פון רבי משה יהושע.
אין די ספרים פון ר' משה יהושע זענען געווען כסדר אריינגעשטעקט קליינע צעטליך (בוק-מארק), אלס צייכן צו געדענקען ווי ער האט נעכטן פארענדיגט, אזוי פלעגט ער מסיים זיין הונדערטער ספרים אין אלע מקצועות התורה. על פי השמועה פלעגט די גמרא צעטעלע זיך ארויף ריקן יעדן טאג 86 בלאט.
אין טעג וואס דער סדר היום איז געווען צוגעשטערט אדער אנגעפילט מיט נאך זאכן ווי למשל אין דער וואך פון דעם אכטן "סיום הש"ס עולמי" האט ר' משה יהושע אויך חתונה געמאכט אן אייניקל, האט מען געזעהן אז אנשטאט תהילים אדער אן אנדערן שיעור וואס ער פלעגט זאגן ביים "בין גברא לגברא" אדער משניות וואס ער פלעגט זאגן אויסענווייניג אין אזעלעכע פעלער, האט ער מיטגעשלעפט מיט זיך א קליינע גמרא כדי אנצויאגן די באשטימטע סומע בלעטער.
דער רבי פלעגט לערנען קצות און נתיבות על הסדר. ר' יחיאל שטיינמעץ וואס איז היינט דער בעל מנגן אין קאסוב, פארציילט אז דער רבי פלעגט אין זיין אפרוה פלאץ אין סעינט מאריץ אין דער שווייץ, בעטן איינער פון די בחורים וואס זענען מיטגעפארן משלים צו זיין מנין, אז זיי זאלן אויף בלייבן מיט אים ביינאכט, און ער פלעגט מיט זיי לערנען נתיבות על הסדר איין שטיקל נאך דעם אנדערן. ווי פאר שטייט זיך צופיל האבן די בחורים נישט געקענט מיט האלטן אבער דער רבי האט פארט געוואלט האבן א חברותא, צו מאל פלעגט דער רבי זען אז דער בחור איז מיעד, האט דער רבי זיי געשיקט שלאפן און ער אליין איז געבליבן לערנען ביז אינדערפרי.
דער יוד וואס פלעגט פארדינגען דירות אין עיה"ק צפת פאר די וואס קומען זיך אפרוען, האט פארדינגען א דירה פאר דעם רבי'ן נאך אלס רב, און דער יוד זעט אז דער רבי גייט נישט אין ערגעץ און בלייבט אין דער דירה א גאנצן טאג. דעם יוד האט דאס פארדראסן ווייל מען וועט זאגן אז דער רב האט נישט געהאט קיין גוט'ן אויסרוה ביי זיין אכסניא, איז ער צן געגאנגען צום רב אין געזאגט "רב איר זענט געקומען זיך דא אויסרוהען נישט גיין שפאצירן נישט זיצן א גאנצן טאג און לערנען" האט אים דער רבי געזאגט: "וואס מיינט איר, איך פאר אוועק פון שיכון וויזשניץ - איך וויל קענען לערנען לענגערע שעות ברציפות און אין שטאט האלט מען מיך אין איין באדערען מיט די קהל'ישע פראבלעמען פאר איך אוועק אביסל אז איך זאל זיך קענען מחיה זיין מיטן לערנען.
ר' משה יהושע איז צווישן די חסידים געווען מפורסם מיט זיין גרינטליכע דרך הלימוד, אלס מדייק אין דברי רש"י, דערקענענדיג יעדעס איבעריג ווארט, ער האט געהאט א געשמאק אין ווייזען ווי רש"י באווארענט אסאך קשיות אין תירוצים אין חידושים פון אחרונים שפעטער, אזוי ווייט אז ער האט געקענט זעהן גאנצע קצות'ען אין אין איין ווארט פון רש"י.
לימוד בעיון
רעדאַקטירןאין וויזשניץ לייגט מען א שטארקן דגוש אויף לימוד העיון, דורכצולערנען די גמרא גרונטליך מיט דעם ר"ן ביז צום מנחת חינוך אויף אלע סארט שאלות וואס זענען נוגע להלכה ולמעשה.
ר' משה יהושע פלעגט פיל מאל פארלערנען שיעורים אין פארשידענע מקצועות, פאר די בחורים, וועלכע האבן געשלינגען מיט דורשט די טיפזיניגע שיעורים און זיך מפלפל געווען בפלפולא דאורייתא.
דער רבי פלעגט זיך כסדר נאך פרעגן צו די בחורים ניצן אויס אלע צייט אויף תורה. ספעציעל האט ער מייסד געווען מיט פילע יארן צוריק דער ישיבה "שובה ישראל" סיי פאר כולל יונגע לייט סיי פאר בעלי בתים אין אויך די בחורים פון די וויזשניצער ישיבות זאלן אויסניצן די הייליגע טעג מיט לערנען. דאס פלעגט זיך אנהויבען א' סליחות ביז נאך שמחת תורה, דער רבי פלעגט פארעפענטליכטן א "סוגיא" וואס מען זאל דורכארבייטן במשך די טעג פון בין הזמנים. צו דעם זענען ערשינען מערערע קובצים און קונטרסים אז מען זאל אלעס האבן כשולחן הערוך מוכן לאכול, וואס דאס האט געברענגט א געוואלדיגע דיבוק חברים און קנאת סופרים.
צו דעם האט מען געברענגט אינטערעסאנטע בעלי דרשנים צו יעדן זמן, וועלכע האבן געהאלטן באצויבערט די פארזאמעלטע און בארייכערט די ידיעות.
דער מעמד פתיחה רבתי
רעדאַקטירןדער הויכפונקט פאר די תלמידי ישיבות אין וויזשניץ, איז לויט די חסידים, די "פתיחה" וואס דער רבי פלעגט האלטן פערזענליך פאר די בחורים.
על פי רוב פלעגט דער רבי אונהויבן די פתיחה מיט א פילפול פון א סוגיא פון די גמרא פון דעם זמן, אין דאס נאך דעם אויס טייטשען אין מוסר פאר שטייט זיך אז א גרויס חלק פון די מוסר איז אלץ גווען אויף נישט באטלען קיין צייט ווי עס איז באקאנט איך דער אליינס געווען שטארק אויס געארבעט אין דעם אין דאס געזען אלץ א – אזוי מיט זיין אייגענעם לשון - א "יסוד החיים" אז מען זיך דאס איטערנעמען, אין דאס וועט פירען דעם מענטש צו האבען א תורה'דיג לעבען.
ער האט כמה פעמים געזאגט ברבים ״מענטשן קומען מיך פרעגן זיי ווילן זיך עפעס אונטערנעמן, זאג איך פאר יעדעם איינעם אלע מאל: נעם דיך אונטער, נישט אן צו ברענגען קיין צייט, אויס צו ניצען די צייט".
דער רבי האט געזאגט טויזנטער שיעורים אין געהאלטן פילפולים ברבים אדער ביי באזוכן אנדערע גדולי התורה און מען האט קיין מאל נישט געהערט פון רבין זאגן דאס ווארט "חלות".
אפילו מיט גרויסע תלמידי חכמים גדולי הפוסקים האט ער א סאך מאל געפרעגט קשיות שאלות סתירות וואס אים אליינס שווער געווארן ביים לערנען, אויב האבן זיי געוואלט ענטפערן מיט די סארט נייע תירוצים האט דער רבי עס נישט געוואלט אן נעמען.
ער האט אבער שטארק געשטופט ריתחא דאורייתא דער רבי זאגט כסדר: "דער עיקר איז מען זאל ליגן אין לערנען, מיר קומען דא נישט מתיר זיין קיין עגונות".
דער רבי האט זייער נישט ליב געהאט אז א בחור זאל לערנען פון די קיצורים ווי קיצור שולחן ערוך און משנה ברורה ער פלעגט זאגען אז מען דארף אנהויבן פון די מקורות, די סוגיא אין די גמרא, טור בית יוסף ביז צו פרי מגדים.
נאך קוקן מראה מקומות איז געווען א שטארקע זאך ביים רבין ער פלעגט פארהערן די בחורים אין פארהאלטן צו זען אויב מען האט נאך געקוקט די מראה מקומות "ווען עס שטייט עיין שם, מיינט עס עיין שם"
חסידים קענען לערנען
רעדאַקטירןדער רבי האט כמה פעמים נאך געזאגט פון בעלזער רב זצ"ל אז איינער לערנט תורה צו ווייזן אז חסידים קענען לערנען אין תורה לשמה.
דער זעלבער איז אבער פאר קערט דער רבי האט נישט געלאזט קיין מאל פארגעסן אז דער תכלית פון לימוד התורה איז דביקות הבורא און מיט דעם דארף מען זיך אויס ארבעטן אלע אברים צום באשעפער.
לימוד ברבים
רעדאַקטירןעס שטייט אין ספר "מקור ברוך" אז דעם רבי'נס זיידע דער "אהבת ישראל" אז לערנען איין דף גמרא ברבים איז מער ווי לערנען צען בלאט גמרא ביחיד. דערפאר, פאדערט דער רבי כסדר פונעם ציבור איבער דער וויכטיגקייט פון לערנען אינאיינעם ברבים אין בית המדרש, און דווקא ברבים, ווייל דער כח פון א רבים איז זייער גרויס.
ספעציעל האט דאס דער רבי מדגיש געווען נאכדעם וואס אין פרשת משפטים יאר תשל"ז לפ"ק האט פאסירט א שרעקליכע טראגעדיע אין א"י, דאן האט דער רבי ארויפגעלייגט א שטארקע התחייבות פון לימוד התורה ברבים אויף אלע בעלי בתים פון דער קהילה.
כמה וכמה פעמים איז דער רבי שליט"א אליינס ערשינען אין ביהמ"ד אין זיך געזעצט אויפן פלאץ לערנען גמרא ברבים אין צו מחזק זיין די ענין. עס איז באלד געווארן שמיע אין די ישיבה ווי די בחורים האבן געהאט די פריוויליגיע צו זען ווי דער רבי זיצט און לערנט מיט א קליינטישק ש"ס לעבן זיך בלעטערנדיג און נאכקוקנדיג פון איין עק ש"ס ביז צום אנדערן.
דער רבי פלעגט האבן א גאר אינטערעסאנטן מנהג אז יעדע פאר שורות פלעג ער צו קושן די גמרא, ער פלעגט זיך שטארק צו שאקלען אין צופייער פון חשק התורה אין דער מיט. די וואס האבן געקענט זען ווי דער רבי האלט אין וואס דער רבי לערנט האבן גזענען אז דער רבי האט געלערענט צווישן זיבן ביז פופצן בלעטער גמרא אין דער קארגער שעה מיט נאך קוקן אנדער מראה מקומות אין דער מיט.
תורה מיט קדושה
רעדאַקטירןדער רבי פלעגט זאגן אין זיין מוסר פאר די בחורים אז מען קען לערנען א סאך תורה אבער אן קדושה אן שמירת עינים איז דאס גארנישט ווערט. "מיט איין מאל גיין אויף אן אויטאבוס אין שטאט אריין (פון שיכון צו דער שטאט) קען מען פארלירן די גאנצע תורה.
אויב מען גייט נישט אין מקוה יעדן טאג האט ער געהאלטן איז די גאנצע תורה גארנישט ווערט.
אלס רבי פלעגט דער רבי יעדן פרייטאג דאווענען מיט די בחורים און אין נאך דעם דאווענען פלעגט דער רבי רעדן אין לערנען (דאס האט זיך אויף געהערט תשנ"ד) עס לעגט צו גיין אז די פאר קאנאנען בחורים זענען געווען פים פארנט און ארום און ארום זענען געשטאנען אלע בחורים פון דער ישיבה.
דריי מוסר ספרים
רעדאַקטירןדער רבי האט געהאט דריי אויס געלערענטע מוסר ספרים א "חובות הלבבות" א "ראשית חכמה" אין א "שולחן הטהור" פון ר' אהרעלע ראטה (וואס האט אן הסכמה פונעם רבינס זיידע דער "אהבת ישראל"). די דריי ספרים האט מען אלעמאל געמוזט מיט נעמען מיטן רבין וואו דער רבי איז נאר געגאנגען אפילו א קורצע צייט איז דער רבי נישט געווען אן די דריי אויסגלענעטע ספרים קיין ירושלים קיין אמעריקע אויפן פליגער ווי נאר.
ראשית חכמה
רעדאַקטירןדער רבי פלעגט שטענדיג לערנען פארן דאווענען ראשית חכמה און פלעגט זאגען ביי דער תורה אין די מוסר אז מען זאל לערנען אין דעם ספר.
א חסיד דער ציילט אז ער האט געזען א מאל דעם רבינס ראשית חכמה ווי ער איז מאריך אז מען דארף מוחל זיין יעדן יוד, אפילו איינער וואס איז אים מצער להכעיס אין אפילו מערער מאל אין דאס איז געווען אונטער געשירעט מיט א פעדער.
חובת הלבבות
רעדאַקטירןעס שוין א מנהג פון זיין זיידע דער אהבת ישראל צו לערנען ידען טאג פארן דאווענען פרק ד' פון שער ייחוד המעשה, דער רבי פלעגט נאך זאגן ביי די תורה אין ביי די שמועסן אין מוסר גאנצע שטיקער חובת הלבבות אויפן לשון ממש.
דער ספר האט דער רבי געהאט אן עקסטערן געפיל אין אין געפירט כמה וכמה אנדערע סדרים ווי אזוי דאס צו לערנען, די וועלט ווייס דאס מערסטע פון די שער חשבון הנפש וואס איז אנגעטיילט אויף דרייסיג חשבונות אין מען דאס לערענט מען יעדען טאג פון דעם חודש איין חשבון. (עס איז נישט קיין נייע סדר, דאס האט שוין א מקור אין די דשזטאמער תהילים וואס נאך יעדען יום תהילים האט דאס זיין חשבון פון חובת הלבבות) אויך אין אן אנדערע זמן האט דער רבי אייגעפירט אז ידער מגיד שיעור ברבים זאל פארלערנען צען מינוט חובת הלבבות [פון שער יחוד המעשה] איידער ער הייבט אן דעם שיעור
עס איז פארהאן איין דריק חובת הלבבות וואס האט פינקט דריי הונדערט אין זעכציג בלעטער, האט איינער פון די חסידים מציע געווען פאר׳ן רבין אז מען קען דאס צעטיילן אויפן יאר און דער רבי האט דאס שטארק מעודד געווען.
דער רבי פלעגט זאגן אז די אלע שיעורים זענען נישט אז מיט דעם איז מען יוצא, עס איז נאר אז לפחות דאס זאל מען טון. דער רבי פלעגט זאגן פאר די בחורים אז א בחור דארף לערנען כאטש א האלבע שעה מוסר יעדן טאג.
שולחן הטהור
רעדאַקטירןדער רבי פלעגט דאס לערנען ביי עס דער ספר איז מפורסם ביי עובדי השם א ספר פאר דיע וואס ארבעטען אויף שבירת הטבע, די וואס האבען א מאל געהאט א געלעגען הייט צו זהען דעם רבין עסען א מאלצייט אינדערהיים קען נישט אויפהערן צו רעדען ווי אזוי דאס איז צו געגאנגען.
דאס לעצטע מאל דער רבי איז געווען אין אמעריקע איז געווען תש"ס ביי א חתונה אין דעם סקווערער הויף. ביים הערליכן באזוך און אמעריקע ביי איינע פון די אכסניות האט איינער אריין גענומען צו רבין אין צומען א מאלצייט האט דער רבי געהאט שוין אפן דעם שולחן הטהור און דער רבי רופט זיך אן צו אים ווען מען לערנט דאס פאר גייט דער אפעטיט.
אנפילן די צייט
רעדאַקטירןדער וויזשניצער ראש ישיבה פון בארא-פארק, הרה"ג ר' מיכל דאסקל, פארציילט אז ער פלעגט נאכצוקוקן דעם רבי'ן אלס רב ביים ליינען – און דענסמאל איז געווען איינגעפירט אין ביהמ"ד הגדול אז מען האט געמאכט אסאך הוספות ביים ליינען אןן דער רבי האט געהאט אן עקטערן מסכתא וואס ער האט דענסמאל געלערנט בין גברא לגברא און ער האט אליינס מיט געהאלטן ווי במשך א פאר חדשים האט דער רב געענדיגט גאנץ מסכת פסחים נאר פון די מינוטן.
דער רבי וואס האט נישט געקענט צו קוקן ווי דער עולם ברענגט אן די צייט, האט ער דאס שפעטערע יאהרן אלץ רבי דאס מבטל געווען אין מען האט אויף געהערט צו מאכן הוספות.
מיסטערישע זאכן ביים לערנען
רעדאַקטירןבמשך די ימי החנוכה איז דער רבי דורך געלאפן דעם גאנצן ש"ס עס איז נישט קלאר ווי אזוי. אבער בערך, די ערשטע נאכט פלעגט ער בעטן ברכות גמרא, אינדערפרי פארטאגס א שבת, נאך שחרית אן עירובין בערך אזוי.
דער רבי פלעגט זיך א סך מפלפל זיין און לערנען מיט גדולי התורה די חסידים וואס פלעגן אויסהערן האבן געזען בײַם רבין אן אינטערעסאנטן מנהג ווי דער פאלגנד אויב דער גדול האט נאך געזאגט עפעס פון ש"ס ד.מ. גמרא רש"י תוספות אדער רמב"ם קצות (עס קען זיין נאך ביי די אלע איז עס דא אויף געכאפט אויף א טעיפ רעקאָרדער...) דער רבי בעט אז ער וויל מען זאל עם דאס ווייזן האבן דענסמאל שוין די חסידים פון ארום שוין פארשטאנען אז עפעס טויג נישט, און דער רבי אנשטאט זאגן נישט דא אזא רמב"ם, נישט דא אזא רש"י, נישט דא אזא קצות, זאגט עס אויף א שיינעם אופן.
אלגעמיין זענען מענטשן זייער צוגעוואוינט אז מען טרינקט מיט א קאווע ביים לערנען, ביים רבין איז דאס נישט געגאנגען אזוי, ער פלעגט צו מאכן די גמרא אויס טרינקען די קאווע צו האבן כח צום לערנען אין נאך דעם אויף געמאכט דעם ספר און ווייטער געלטענט
דער רבי פלעגט האבן אויף יעדער מסכתא אנדערע אחרונים וואס ער פלעגט אין זיי לערנען אבער נישט די גאר לעצטיגע.
אלץ איז דער רבי אויף געקומען מיט נייע עיצות.
במשך די יארן האט דער רבי פראבירט מחזיק צו זיין לימוד התורה ביי זיינע חסידים אין תלמידים. איין מאל האט דער רבי איין געפירט אז מען זאל לערנען צו זאמען מצוות אין ספר מינחת חינוך, איין מאל אז מען דארף ידען טאג האבן ביז סוף טאג א חידוש אין לערנען עס מיז נישט זיין אן אייגענער חידוש עס דארף אבער זיין עפעס א כאפ, דער גאנצער עולם זאל לערנען במשך די וואך די זעלע צוויי באלט גמרא מיטן ר"ן, אז די בחורים פון חיץ לארץ זאלען יעדער וואך א היים שרייבען א חידוש צו זייערע עלטערן אין דיע וואס וואנען דארט זאל איבער זאגען א פשעטעל אינדערהיים
הוראה
רעדאַקטירןדער רבי האט שוין געהאט הוראה אלס בחור פון 17 יאהר, אין געווען רב אין דער שטאט ווילחאוויטץ געעפנט א ישיבה אין גרויסווארדיין פאר דער מלחמה אין תל-אביב נאך דער מלחמה צוזאמען מיט זיין פעטער דער בעל דמשק אליעזר. נאך דעם וואס זיין פעטער איז אוועק יונגערהייט אן קיין קינדער דער רבי גפירט די ישיבה ביז זיין טאטע דער וויזשניצער רבי זצ"ל דער "אמרי חיים" איז ארויף געקומען קיין ארץ ישראל.
הרה"ח רבי אליעזר לעבעוויטש נ"י פארציילט וואס ער האט געוואוינט אין שיכון וויזשניץ זיין מאמע פלעגט אים שיקן צום רבי'ן אלס רב מיט שאלות פון די הינדלעך מיט לעבער אדער פיפקל און דער רבי פלעגט אים ענטפערן די שאלה מיט גרויסן יו"ד שלחן ערוך אפן.
איין תורה פאר א דוגמא ווי אזי דער רבי פלעגט זאגען
רעדאַקטירןשב"ק ס"ג פרשת וארא תשנ"א, פאר דעם עצרת תפלה ביים כותל צו דאווענן וועגן דעם ערשטען גאלף מלחמה - פאר'ן פופצענטער און יאנואר נעמט אין אכט: דאס איז געשריבען (כמעט) ווארט-ביי-ווארט ווי דער רבי האט געזאגט, כדי די ווערטער זאלן האבן מיט זיך די ווארימקייט, וואס איז געזאגט געווארען מיט דעם ווארעמען תניעה. די שלש-סעודות תורה איז געזאגט געווארן אין היכל ישיבת וויזשניץ קרית וויזשניץ. פאר די תורה האט דער רבי פאר-געזינגען דער ניגון "ותגלה ותראה מלכותו עלינו בזמן קרוב" וואס איז מיוחס נאך הרה"ק מריזש'ן זי"ע.
ויהי ביום דבר ה' אל משה בארץ מצרים (שמות ו, כח). האב איך געקלערט בדרך אפשר, ויהי איז לשון צער, ביום דאס איז דאס איז צוויי מאל יום, צוויי מאל יום איז בגימ' יבק, וואס איז נוט' יעננו ביום קראנו, עס קומט א זמן וואס דער כלל ישראל איז אביסל אנגעווייטיגט, דארף מען זיך נעמען אביסעלע – יעננו ביום 'קראנו' – מען דארף זיך נעמען שרייען צום הייליגן באשעפער, און עס וועט זיין יעננו ביום קראנו, מען דארף א תפילה טוהן צום בורא כל עולמים, אז פון ויהי זאל שוין ווערן ביום, לעכטיגקייט, עס זאל שיון קומען די לעכטיגע מינוט עס זאל שוין לעכטיג ווערן פארן גאנצן כלל ישראל. מיר דארפן אויך עפעס צולייגן צו דעם עסק אביסעלע, ויהי ביום עה"כ גימ' צ, אביסל קדושה וטהרה דארפן מיר אריין לייגן אין קאפ אריין, זאל זיך יעדער איינער מזדרז זיין וויפיהל ער קען, זיך אביסל משפר זיין די רמ"ח אברים ושס"ה גידים, ער זאל זיין א בחינה פון צדיק יסוד עולם. דבר עה"כ גימ' אור, רומז לתורה, נר מצוה ותורה אור (משלי י' כ"ג), השם, עס זאל זיין תורה מיטן הייליגען באשעפער - דביקות הבורא, מזדרז זיין זיך אביסעלע אין תורת ה' מיט דביקות הבורא און קדושה וטהרה, אל משה גימ' שעה עה"כ, די צייט דארף אוועק גיין פאר תורת ה', [מען דארף זאגען] איך האב נישט קיין צייט מבטל צו זיין, יעדער מענטש דארף זיך אין אזא צייט אנהייבן אביסל מזדרז צו זיין, איך האב נישט קיין צייט אויף פיסטע נארישקייטן, משה רומז לשבת קודש, ווי דער הייליגער טאטע ברענגט משה איז די ר"ת פון שבת מכל המעשים, אוועקגעבן די צייט - ווי אזוי קום איך צו צום הייליגען שבת - צו דער הייליגער תורה, בארץ מצרים, א מענטש איז נעבעך איינגעטינקען אין ארציות פון מצרים נעבעך, אבער סוף כל סוף תורה און שבת שלעפט ארויס פון אימעטום, בארץ מצרים, ס"ת גימ' עין, והר"ת אתוון בם רומז לתורה עדה"כ ודברת בם, דאס אויג דארף זיין א תורה'דיג אויג, זיך אכטונג געבן אויף די אויגן, דאס איז דער טייטש אזוי פיהל אז מ'דארף זיך אכטונג געבן אויף די רמ"ח איברים און שס"ה גידים, מ'זאך לעבן מיט קדושה וטהרה און תורת ה' מיטן הייליגען שבת, דאס וועט אונז ארויס שלעפן פון אלע מצרים, ה' אל משה בארץ מצרים, שם הוי' איז רחמים, אל משה בארץ מצרים, ר"ת עה"א גימ' אלקים עה"כ, אלקים דאס איז מדת הדין, עס וועט זיין המתקת הדינים בשם הוי' בחסד ורחמים.
פארשטייט זיך דאך אביסעלע אז מ'טוהט זיך אביסעלע א קוק איהם, די וואך האבן מיר די פרשה פון יציאת מצרים, יעדער איינער שטייט און ווארט עס זאל שוין זיין ישעות ה'.
[מען האט פריער געזינגען] ותגלה ותראה מלכותו עלינו, עס איז שוין די העכסטע צייט, מ'דארף צוגיין אביסעלע מיט בטחון מיט התחזקות מיט שמחה דארף מען צוגיין צו דים עסק, מ'טאהר זיך נישט פארלירן אויף דער וועלט מ'טאהר זיך נישט אביסל אביסל פארלאזן זיך, איין באשעפער אויף דער וועלט. אין מס' ברכות דף מ', ברענגט די גמרא א פלוגתא רב מיט ר' יוחנן, צו מען דארף זאגען מלכות אויכט ביי יעדער ברכה, אדער נאר א שם אליין, רב האלט אז א שם אליין איז אויך גיט, ר' יוחנן האלט ניין, ברכה שאין בה שם ומלכות אינה ברכה, בברכת הניסים האלטען רוב שיטות אז עס דארף זיין מלכות אויכעט, דער ראב"ד לערנט אז עס דארף נישט זיין קיין מלכות ביי אלע ברכות הניסים, איינס פון די ראוית פון דער ראב"ד איז די גמרא ברענגט אין ברכות נ"ד ע"א, מנין שצריך לברך על הנס ויליף מיתרו, שאמר ברוך ה' אשר היצל אתכם מיד מצרים, ושם נאמר רק שם הוי' בלי מלכות, ש"מ דבלי מלכות נמי הוי ברכה, אכן המהרש"א שם מקשה באמת איך אמר יתרו שם בלי מלכות הלא קי"ל כר' יוחנן דברכה שאין בה שם ומלכות לא הוי ברכה, ומתרץ המהרש"א שכיון שאמר אשר הציל אתכם וגו' מתחת יד מצרים היא במקום מלכות - שממשלתו בכל.
איז אזוי, דער שם הוי' ווייזט ווי גרויס דער הייליגער באשעפער איז, הוי' איז היה הוה ויהיה, ער קען באווייזן ניסים, סיי אין מצרים אין סיי ביים ים סוף, אין סיי מ'האט גיזעהן וואס הייסט הייליגער באשעפער.
ווידער מלכות ווייזט אויף מלך העולם ער איז דער מלך פון דער וועלט, ער איז משגיח בתחתנים אויף יעדער פרט און פרט יז דא השגחה פרטית - דאס וויזט מלך העולם. כי רם ה' דער באשעפער איז זייער גרויס אלעס קען ער טוהן אויף דער וועלט, ושפל יראה - ער קוקט אופן שפל אויך, דער בשר ודם אויף דער וועלט קוקט ער אויך נאר אן. רם על כל גוים ה' – אלע פעלקער ווייסן אז דער באשעפער איז רם, אז דער בורא על עולמים קען אליס, ער איז הכל יכול, ער קען באווייזן שידוד אין שינויים אויף דער וועלט, אבער וואס דען, זיי שרייען על השמים כבודו ער איז נאר אין הימל ער איז נישט משגיח בתחתונים, אבער (דער אמת איז) מי כה' אלוקינו המגביהי לשבת, ער איז טאקע הויעך – דער הייליגער באשעפער, אבער המשפילי לראות בשמים ובארץ, דאס איז אלקינו מיר ווייסען אז דער באשעפער איז משגיח בתחתושנים על כל צעד ושעל, השגחת הבורא אויפן גאנצן כלל ישראל נישט נאר על השמים כבודו, נאר אויף דער וועלט אויכעט – דאס איז (דער טייטש פון) מלכות.
ותגלה ותראה מלכותו עלינו
שטייט, ויחד יתרו על כל הטובה אשר עשה ה' לישראל אשר היצלו מיד פרעה – האט געזאגט - מי ה' אשר אשמע בקולו, האט עם דער באשעפער גדארפט באצאהלן אויף דעם וואס ער איז גיווען א כופר באלוקי ישראל, אבער נישט אויף דעם האט עס דער באשעפער באצאהלט נאר על כל הטובה אשר עשה ה' לישראל פאר די יודענס וועגן אשר הצילו מיד מצרים, דער באשעפער האט ארויס געוויזן דארט וואס איז דער טייטש אהבה צום כלל ישראל, השגחה אויף יעדן יוד בפרט אויפן גאנצן כלל ישראל, אשר היצלו מיד מצרים דאס האט זיך דער באשעפער אנגענומען, אשר עשה ה' – וואס דער הייליגער באשעפער האט געטוהן – איז נאר געווען לישראל, פאר יודענס וועגן.
דאס איז דער טייטש מלך העולם אז דער באשעפער איז משגיח בתחתונים, פארשטייט זיך דאך אז מיר זאגן א ברכה ברוך אתה ה' מלך העולם אויכעט מלך העולם איז דער טייט אז ער איז א מלך פון די גאנצע וועלט, אין עוה"ז. איוף יעדן פרט אין פרט, אין בפרט אויפן כלל ישראל, איז ממילא פארשטייט זיך דאך אז מיר האבן א מלך העולם א משגיח עלינו איז ממילא דארפמען מער בטחון אין שמחה אריין קומען אין די אברים, וויסען אז עס איז דא א הייליגער באשפער, אין ער וועט אינז ארויס שלעפן פון אלע זאכען וואס טויגן נעבעך נישט, פון אלע עגמת נפש'ער. [ותיגלה ותראה מלכותו עלינו בזמן קרוב]
יעדער איינער שטייט מ'ווארט וואס וויט זיין אין פופצענטער (היום הכרעה של האו"ם), מיר האבן א הייליגען באשעפער אויף דער וועלט. [מען האט פריער געזאגט אין די זמירות] מכל אום גבר עלינו חסדו - מכל אום גבר אלע גבורות גייען אוועק אויף די אומות העולם, אבער, עלינו חסדו (אהבת ישראל). עלינו חסדו, ר"ת במס"ק טו (פופצענטער), אויף דעם דארפם מיר זיך פארלעזן, אויך אויף דעם דארפן מיר ווארטן, אז עלינו חסדו, חסדי הבורא זאל שוין קומען אופן כלל ישראל, עס איז אייביג דא.
איך האב מיר גיקלערט טאקע בדרך אפשר, מיר האבן יעצט א זמן פון שובבי"ם, א זמן פון תשובה, תשובה לייגט זיך אויס, ת איז תפילה, ש ב איז שמחה בטחון, אין דער ו ה איז אז עס וועט אי"ה זיין ו-ה עס וועט קומען א צייט בקרוב האפן מיר אז עס וועט זיין דער [פילער] שם יה-וה, מיט א ביטחון'דיג הארץ אז דער באשעפער אל יעזבנו ואל יטשנו, ער וועט נישט אפלאזן אינז.
מיר האפן דאך אז עס איז זיך מתקרב די צייט (פון משיח), סוף כל סוף, די גאנצע וועלט, די אנשי כנה"ג האבן מתקן גיווען ביי די ברכה פון מחיה המתים, דאס איז נישט קיין ברכה לבטלה, יודן טייערע, ונאמן אתה להחיות מתים בריך אתה ה' מחיה המתים, וואס הייסט דאס וואס, איז פשוט אין די ווערטער, עס וועט קומען א צייט אז עס וועט אויף לעבן א נייע וועלט, ביום ההוא יהיה ה' אחד ושמו אחד, אני מאמין באמונה שלמה שתהיה תחית המתים, אני מאמין באמונה שלימה בביאת המשיח, מען דארף צוגיין מיט אביסעלע מער בטחון, מיט מער שמחה מער התחזקות אז מיר האבן א אחד יחיד ומיוחד, א מושל בכל - ער איז א מושל אויף די גאנצע וועלט, אלע קרוצי חומר און איינעם אלעס איז ער, דער מושל איבער די גאנצע וועלט, ממילא גייט מען אריין אין בטחון אין שמחה.
מיר האפן זיך אי"ה צוזאמקומען מאנטיג נאך מיטאג מען זאל מתפלל זיין און איינעם, אל כביר לא ימאס, ברוב עם הדרת מלך, מיר גייען זיך צוזאמעקומען בעטן דעם הייליגער באשעפער, פארשטייט זיך דאך אז יעדער איינער וואס האט אביסעלע א רגש הלב משתתף צו זיין זיך בצערן של ישראל וועט זיך אוודאי משתתף זיין ביי די (שמחה) [תפילה] דארט ביים כותל, מאנטיג, און מיר האפן אי"ה אז די תפילות וועלן נתקבל ווערן צום הייליגער באשעפער יודען ווינען זיך אויס דעם הארץ פארן הילליגען באשעפער, מען גוט זיך ארויס דעם רגש הלב צום בורא כל עולמים, מען איז מתפלל זעהט זיך אן די תפילות בשמים נעמן זיך אריין די תפילות, מיין איך אין האף אז יעדער יוד וועט זיך משתתף זיין דארט בצערן של ישראל, בתפילת ישראל, אונאיינעם דאווענען צום הייליגען באשעפער, און איינים זאגן תהילים זיך אויס וויינען דאס הארץ, זיך אויס רעדן דאס הארץ פארן הייליגען באשעפער, און אי"ה וועלען מיר זוכה זיין צו א שמחה'דיגע וועלט אין צו א ישועה'דיגע וועלט מען זאל שוין זעהן מיט די אויגן, ותחזינה עינינו בשובך לציון ברחמים, מיט די אויגן זאל מען זעהן אז עס איז דא ישועת ה' אין ישועת כלל ישראל, מיט שמחה אין בטחון האפן מיר אי"ה צו התיצבו וראו את ישועת ה', דאס איז גיווען ביי יציאת מצירם אין בא קרית ים סוף, מיר וועלן זוכה זיין צו זעהן אי"ה די לעכטיגע מינוט עס זאל זיין ביום ההוא יהיה ה' אחד ושמו אחד, לאמיר זוכה זיין צו ישועת ה' בביאת גואל צדק בב"א.
לאחרונה
רעדאַקטירןאזוי ווי דער שטייגער איז ביי אסאך חסידישע הויפן, האט מען נישט אנגענומען ארויסצוגעבן (דרוקן) חידושים און פילפולים פון א רבי'ן ביי זיין לעבן, און אפילו ווען דער רבי האט אנגעהויבן א מוסר שמוס מיט א פילפול האבן די וויזשניצער חסידים דאס נישט מיט געדרוקט אין די קונטריסים נאר אין קורצן געשריבן "רבינו פתח בפילפול בסוגיא.. " און נאך געשריבן דעם מוסר חלק.
אבער עס זענען דא חסידים וואס האבן צו זאמען גענומען ביי זיך פריוואט אסאך טעפס פון שיעור פילפולים פון רבי'ן מיר אנדערע גדולים אין אין די לעצטע צען יאר זען אסאך געדרוקט געווארן אין קובץ תורנית איבער דער וועלט.
וועבלינקען
רעדאַקטירןפֿריערדיגער: הרב חיים מאיר האגער "אמרי חיים" |
דער וויזשניצער רבי תשל"ב-תשע"ב |
נאָכפֿאלגער: רבי ישראל האגער רבי מענדיל האגער |