חי יצחק טווערסקי

ראחמיסטריווקא רבי
רבי חי יצחק טווערסקי
רחמיסטריווקער רבי
געבורט ב' אלול ה'תרצ"א
17 אויגוסט 1931
ירושלים, בריטישער מאנדאט
פטירה כ"ט אב תשפ"ג
16 אויגוסט 2023
ניו יארק, פאראייניגטע שטאטן
קבורה ארט ערמאנט
חסידות רחמיסטריווקא
פירערשאפט - תשפ״ג
הויף ארט ניו יארק
פאריגער רבי יוחנן טווערסקי

רבי חי יצחק טווערסקי (געב' ב' אלול ה'תרצ"א - כ"ט אב ה'תשפ"ג) איז געווען דער ראחמיסטריווקער רבי אין בארא פארק, ניו יארק.

ביי א טיש מיט זיין פלימעניק רבי דוד, דער רבי אין ישראל (רעכטס)

לעבנסגעשיכטע

רעדאַקטירן

רבי יצחק איז געבוירן צו זיין פאטער רבי יוחנן טווערסקי, רחמיסטריווקער רבי אין ירושלים, זון פון רבי דוד טווערסקי פון רחמיסטריווקא, און זיין מוטער אסתר רבקה, א טאכטער פון ר' נחמן יוסף ווילהעלם א אייניקל פון חיד"א. זיין סנדק איז געווען זיין עלטער זיידע הרב הקדוש רבי מנחם נחום פון רחמיסטריווקא.

אלס קינד ביי די צוועלף האט ער זיך זייער נישט גוט געשפירט, האט מען צוגעגעבן דעם נאמען חי יצחק.

ער האט געלערנט אין דער עץ חיים ישיבה אין ירושלים אונטער הרב איסר זלמן מעלצער.

ער האט געהייראט מרת מַריָם טווערסקי, טאכטער פון רבי יעקב יוסף טווערסקי פון סקווירא. זיין אויפרוף איז געווען אינעם סטאלינער בית המדרש ביי זיין קרוב דער קארלין-סטאלינער רבי יוחנן. זיין חתונה איז געווען אין מאנהעטן פלאזא חודש אדר שנת תשי"ד. זיין חתונה איז געווען פון די ערשטע רבישע חתונה'ס אין אמעריקע. ער האט געוואוינט אין איין הויז מיט זיין שווער אין וויליאמסבורג דערנאך איז ער ארויסגעפארן קיין שיכון סקווירא ווען זיין שווער האט זיך ארויסגעצויגן. ער איז געווען אין שפיץ פון דעם התייסדות פונעם נייעם שטעטל זייענדיג דער מוציא ומביא דער רצון פון זיין שווער, אזוי אויך ביי זיין שוואגער דער היינטיגער סקווירא רבי איז ער שטארק צוגעשטאנען צו זיין רעכטער האנט די ערשטע יארן.

ווען די סקווערער ישיבה איז נתייסד געווארן אין סקווירא שטעטיל איז רבי משה גרין ז"ל געווען דער ראש ישיבה, אבער רבי איציקל אלס מנהל רוחני האט געהאט דאס העכסטע ווארט. ער איז אויך געזיצן ביי די הלכה סדר אין בית המדרש וואס ער איז געווען דער שואל ומשיב און ווי אויך האט ער פארהערט די תלמידים פון ישיבה און חדר מדי שבוע בשבוע אויף זייער לימודים.

נאך דער פטירה פון זיין טאטן כ' כסליו תשמ"ב האט דער מאכניווקער רבי מכתיר געווען אים מיט זיין עלטערן ברודער הרב רבי ישראל מרדכי צו זיין די ממלאי מקום. עס איז געווען זייער ערהארבען צו זען ווי די צוויי ברידער אדמורים פירן טיש צוזאם מיט א אהבה ואחוה און אזוי ווייטער נאך דער פטירה פון זיין ברודער הרב ישראל מרדכי פירט ער ווייטער צוזאמען מיט זיין ממלא מקום הרב דוד שליט"א מראחמסטריווקא.

און ער איז דאן געווארן דער ראחמיסטריווקער רבי אין בארא פארק, ניו יארק, וואו ער פירט א חסידות מיט א תלמוד תורה 'אהל יוחנן' און מיידל שולע בית שפרה ווי אויך א כולל פאר צענדליגער אינגעלייט און פילע הונדערטער חסידים און מעריצים.

ווי אויך איז שוין דא היינט א נעץ פון בתי מדרשים און מאנסי לייקוואד ווילאמסבורג און מוסדות און ת"ת מאנסי לייקוואד.

רבי חי יצחק זצ"ל איז געווען באוואוסט אלץ גרויסער ת"ח און א עובד ד' אן עניו און פשטן וואס מאכט נישט קיין עסק פון זיך, א אוהב ישראל וואס געט זיך אוועק פאר אידן פרייד זיך מיט זייערע שמחות און האט מיט לייד פון זייערע צרות, יעדן טאג נעמט ער אויף שעות ארוכת אידן וואס לעכצן פאר עצה והדרכה

ער איז געווען זייער א שיינער און הארציגער בעל תפלה וואס זיין שווער האט אים מכבד געווען נאך וואוינענדיג אין סקווירא אלץ אינגערמאן און זינט דאן דאווענט ער פאר די ימים נוראים וואס טויזנטער קומען הערן און דאווענען מיט אים.

ווי אויך איז ער געווען א מחנך נפלא וואס זיין שווער האט אים פארטרויעט די חינוך און שיכון סקווירא פאר יארען לאנג געווען די מנהל הישיבה וואס ער האט אוועק גשטעלט די חינוך און שטעטל, וואס הונדערטער תלמידי סקווירא רעדן מיט נאסטאלגיע וועגען יענע שיינע תקופה,

זיין תורה'ס און שמועסן זענען געדריקט און סעריע פון ספרים וואס הייסט אמרות טהורות וואס ווי נאר עס קומט ארויס א באנד פון דריק ווערט דאס פארכאפט ביי פילע טויזענטער שוחרי תורה וחסידות

רבי חי יצחק טווערסקי האט קונה געווען תורה וחסידות ביי פיל פריערדיגע גדולי ישראל: רבי אהרן פון בעלזא, רבי שלמה פון זוועהיל, דער אמרי אמת און זיין זון דער בית ישראל פון גער, ווי אויך ביי רבי איסר זלמן מעלצער און דער טעפליקער רב, רבי שמשון אהרן פאלאנסקי זצ"ל, רבי מרדכי מסלאנים זצ"ל.

רבי חי יצחק איז נפטר געווארן כ"ט אב תשפ"ג

די קינדער פון רבי חי יצחק און מרת מַריָם זענען:

  • רבי מרדכי (נפ' תשנ"ב) איידעם פון זיין פעטער ר' וועלוועל טווערסקי
  • רבי דוד משה אדמו"ר מרחמיסטריווקא איידעם פון רבי יעקב יצחק פון דאמבראווא
  • רבי ישכר דב איידעם פון רבי יעקב שלמה קלוגהויפט פון סטרעליסק
  • רבי אברהם יהושע העשיל איידעם פון זיין פעטער ר' דוד טווערסקי דער סקווער'ר רבי.
  • רבי ישעיהו משולם זושא, האט געהייראט מרת פייגא חנה רחל, טאכטער פון זיין פעטער רבי אברהם דב טווערסקי, איידעם פון הרה"ק רבי מרדכי האגער, וויזשניצער רבי פון מאנסי.
  • רבי יעקב יוסף, האט געהייראט מרת חיה דבורה, טאכטער פון רבי ישעיה טווערסקי, טשערנאבילער רבי פון אמעריקע.
  • רבי מנחם נחום איידעם פון רבי משה פון קאלוב.