כ' אדר
נאר אין א פשוטן יאר.
טעג ווען כ' אדר קען געפאלן:
קביעות פון יאר | טאג | סדרה |
---|---|---|
בחג | שבת | כי תשא |
בשה | מאנטיג | ויקהל־פקודי |
גכה | מאנטיג | ויקהל־פקודי |
הכז | מיטוואך | ויקהל־פקודי |
השא | דאנערשטיג | ויקהל |
זחא | דאנערשטיג | כי תשא |
זשג | שבת | כי תשא |
געשעענישן
רעדאַקטירן- ה'שע"ו - אין דעם טאג האט מען געהאנגען דעם צורר היהודים ווינצענץ פעטמילך. צוליב דעם פלעגן די יידן אין פראנקפורט פייערן אין דעם טאג "פורים ווינץ".
- ה'תשל"ז - די אסטראנאמען אנטדעקן די רינגען ארום דעם פלאנעט אוראנוס
- ה'תשס"ד - די יידישע וויקיפעדיע איז געגרינדעט געווארן.
געבוירן
רעדאַקטירן- ה'תרכ"ו - הרב משה מרדכי עפשטיין, דער גרינדער פון ישיבת חברון.
- ה'תרנ"א (אדר א') - הרב יעקב קאמינעצקי, ראש ישיבה פון תורה ודעת ישיבה אין די פאראייניקטע שטאטן (נפטר ה'תשמ"ו)
יארצייטן
רעדאַקטירן- ה'שצ"ג אדער ה'ת"א - רבי מאיר שיף אב"ד פולדא, דער מהר"ם שיף
- ה'ת' - רבי יואל סירקיש, מחבר פון "בית חדש".
- ה'תכ"ח - רבי אשר זעליג ב"ר ישראל שמואל רב אין זאלקאווא
- ה'תקע"ד - רבי מרדכי אב"ד יעמרינג
- ה'תרכ"ד - רבי שמעון שלמה ב"ר ארי' לייב פון בענדער סאווראן מח"ס אור השמש
- ה'תרל"ב - רבי משה ב"ר לייב הערצפעלד רב אין סילאש, א תלמיד פון חת"ס
- ה'תרס"ד - רבי צבי אלימלך שפירא פון בערטש
- ה'תרצ"ה (אדר ב') - הרב שלמה הכהן אהרנסאן, רב פון תל אביב
- ה'תשנ"ה (אדר א') - דער פוסק רבי שלמה זלמן אויערבאך, מחבר פון "מנחת שלמה", ראש ישיבה פון קול תורה
- ה'תשע"ב - רבי משה יהושע האגער, פינפטער וויזשניצער רבי (געב' ה'תרע"ו)