שמעון נתן נטע בידערמאן (בני ברק)

רבי שמעון נתן נטע בידערמאן (געב' טבת ה'תרצ"א; נפטר יום כיפור ה'תש"ע) איז געווען דער לעלאווער רבי אין בני ברק.

שמעון נתן נטע בידערמאן
קיין פריי בילד
געבורט 1931
בני ברק, בריטישער מאנדאט רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 28 סעפטעמבער 2009 (אלט 78 בערך) רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה ישראל רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
קבורה ארט יידישע בית עולם פון הר הזיתים רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פאך רב רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער
רבי שמעון נתן נטע בידערמאן
געבורט טבת ה'תרצ"א
פטירה י' תשרי ה'תש"ע
קבורה ארט הר הזיתים
חסידות לעלאוו
פירערשאפט תשמ"ז - תש"ע
הויף ארט בני ברק
פאטער רבי משה מרדכי בידערמאן
מוטער עטיל בידרמן
ווייב לאה איטא
קינדער אליהו עזריאל, אהרן, יעקב יצחק, אסתר צירל

ביאגראפיע

רעדאַקטירן

רבי שמעון נתן נטע איז געבוירן געווארן טבת תרצ"א צו זיין פאטער רבי משה מרדכי פון לעלאוו. ער האט געוואוינט אין צפת און פופצן יאר אין קרוין הייטס, ברוקלין. אין זיינע יונגערע יארן האט ער געלערנט אין דער תומכי תמימים ישיבה אין תל אביב, ביי הרב רפאל כהן.

נאך זיין פאטערס פטירה אין תשמ"ז האט מען אים געקרוינט קארלין-לעלאווער רבי. שפעטער, צוליב א מחלוקת אין קארלין, האט ער באשלאסן אז ער וויל מער נישט פירן די קארלינער חסידים, נאר די לעלאווער חסידים.

זיין בית מדרש איז געווען אין בני ברק. אין זיינע לעצטע טעג האט ער געוואוינט כמעט א גאנץ יאר אין צפת.

ער איז נפטר געווארן יום כיפור תש"ע, און מען האט אים באערדיקט אין הר הזיתים.

רבי שמעון נתן נטע האט געהייראט מרת לאה איטא (נפ׳ א' אדר ב' ה'תשע"א), טאכטער פון הרב שלמה פריינד. זיי האבן געהאט דריי זין און זעקס טעכטער:

וועבלינקען

רעדאַקטירן
  • אדמו״ר רבי שמעון נתן נטע בידערמאן, ‏נזר התורה, בסוגיא דקונם אני עושה לפיך, ביי HebrewBooks

רעפערענצן

רעדאַקטירן