דעעש איז דער נאמען פון א רעבישן הויף פון דער שטאט דעזש אין זיבנבערגן געגרינדעט דורך רבי יחזקאל פאנעט, א תלמיד פון רבי מענדעלע פון רימאנאוו, פון וועמען שטאמען די דעעשער רביס.

ציונים פון די דעעשער רביס
פון רעכטס אויף לינקס: רבי יחזקאל, דער גרינדער פונעם חסידות; רבי משה, דער דריטער רבי; און רבי מנחם, דער צווייטער רבי

רבי יחזקאל פאנעט

רעדאַקטירן
  זעט דעם הויפּט אַרטיקל – יחזקאל פאנעט

דער ערשטער דעעשער רבי איז געווען הרה"צ יחזקאל פאנעט (תקמ"ג - כ' ניסן תר"ה), מחבר פון מראה יחזקאל, וואס ער איז געווען דער הויפט רב פון טראנסילוואניע, און ער האט דארט אריין געברענגט יודישקייט ביי די אלגעמיינע פשוט'ע מאסן. ער געווען פון די גרויסע תלמידים פון הרה"ק מנחם מענדיל פון רימאנאוו. עס איז פארהאן א תשובה וואו ער גיבט אראפ די גדלות פון זיין רבי'ן; דער צאנזער רב פלעגט דאס לערנען אום דער יארצייט פון רבי מענדלע מיט טרערן און די אויגן.[פֿעלט אַ מקור]

רבי מנחם פאנעט

רעדאַקטירן
 
ציון פונעם "אבני צדק" פון דעעש
  זעט דעם הויפּט אַרטיקל – מנחם מענדל פאנעט

דער צווייטער רבי איז געווען רבי מנחם פאנעט (ה'תקע"ח - י"ג תשרי ה'תרמ"ה), דער יונגסטער זון פונעם "מראה יחזקאל". ער האט מחבר געווען די ספרים "מעגלי צדק", "שערי צדק" און "אבני צדק". ער איז געווען רב אין דעזש, און איז געווען א תלמיד און נגלה פונעם חתם סופר און אין חסידות פונעם ישמח משה. [פֿעלט אַ מקור]

רבי משה פאנעט

רעדאַקטירן

דער דריטער רבי איז געווען הרה"ק ר' משה פון דעזש (תר"ג - כ"ד כסלו ה'תרס"ג). חסידים פארציילן אז דער בעל דברי יחזקאל האט אים געהאלטן פאר צדיק הדור.[פֿעלט אַ מקור]

רבי יחזקאל (דער צווייטער)

רעדאַקטירן

דער פערטער רבי איז געווען רבי יחזקאל פאנעט (ב' טבת ה'תר"ל - כ"ב כסלו ה'תר"ץ), דער בעל כנסת יחזקאל, וואס איז געווען א זון פון רבי משה. רבי יחזקאל האט געהאט דריי זין: רבי יעקב אלימלך, רבי משה און רבי יוסף.

רבי יעקב אלימלך

רעדאַקטירן

דער לעצטער דעזשער רב פאר דער חורבן אייראפע איז געווען רבי יעקב אלימלך זי"ע, בעל "זכרון יעקב", וואס האט בשום אופן נישט געוואלט איבערלאזן זיין קהילה אין איז אומגעקומען אויף קידוש השם און אוישוויץ י"ד סיון תש"ד. ער איז געווען אן איידעם ביי רבי יעקב שמשון קאנער פון טשכויוו.


די דעעשער דינאסטיע

רעדאַקטירן
  • רבי יחזקאל פאנעט (תקמ"ג - כ' ניסן תר"ה), רב אין קארלסבורג און גאנץ זימבערגן, מחבר ספר ״מראה יחזקאל״
    • רבי חיים בצלאל פאנעט (כ"ג סיון תקס"ג - י"ט ניסן תרל"ד), אב"ד טושנאד
    • רבי מנחם מענדל פאנעט (תקע"ח - י"ג תשרי תרמ"ה) פון דעעש, מחבר ספר ״מעגלי צדק״
      • רבי משה פאנעט (תר"ג - כ"ד כסלו תרס"ג) פון דעעש
        • רבי יצחק יחיאל מיכל פאנעט (תרכ"ג - י"ד שבט ת"ש) פון דעעש
          • רבי אלימלך פאנעט (תרנ"ה - י"ח סיון תש"ד) פון דעעש
          • רבי יחזקאל מנחם פאנעט (תרנ"ז - תש"ד) פון דעעש
        • רבי יחזקאל פאנעט (תר"ל - כ"ב כסלו תר"ץ) פון דעעש מחבר ספר ״כנסת יחזקאל״
          • רבי יעקב אלימלך פאנעט (י' כסלו תרמ"ט - י"ח סיון תש"ד) פון דעעש, מחבר ספר ״זכרון יעקב״
          • רבי משה פאנעט (נפ' ז' אב תש"ל) פון שאץ
            • רבי נחום מאיר פאנעט (נפ' געווארן י' בשבט ה'תשע"ח) פון דעעש-שאץ אין בארא פארק
          • רבי יוסף פאנעט (כ"א אב תרנ"ה -י' אב תשכ"ב) פון דעעש (אילאנדע)
            • רבי צבי מאיר פאנעט פון דעעש וויליאמסבורג
              • רבי יצחק יחיאל פאנעט אין בני ברק
            • רבי שמואל יהודה פאנעט פון דעעש מיאמי, איידעם פון רבי יחזקאל מנחם
            • רבי אלימלך אלטער פאנעט פון דעעש בארא פארק
            • רבי דוב בעריש פאנעט פון חיפה
          • די ווייב פון הרב יהושע גרינוואלד, אב"ד חוסט
        • רבי חיים מנחם מענדיל פאנעט (תרנ"ד - י"ח סיון תש"ד) פון דעעש
        • די ווייב פון רבי יהודה פרידלענדער אב"ד בארגא-פרונד
    • רבי לייביש פון טערצאל
    • די ווייב פון רבי יצחק אייזיק כהנא פון מונקאטש, אייניקל פונעם "קונטרס הספקות"
      • רבי אריה לייביש כהנא פון אפאהידע
        • חיים בצלאל כהנא פון אפאהידע
    • די ווייב פון רבי יוסף לייב כהנא פון סיגעט, אייניקל פונעם "קונטרס הספקות"
      • די ווייב פון רבי לייביש היילפרין
        • רבי יחזקאל היילפרין (אומגעקומען תש"ד) פון סיגעט
        • רבי ישראל יעקב היילפרין (נפ' תרצ"ז) פון מונקאטש
          • רבי יוסף מאיר היילפרין (אומגעקומען תש"ד) פון מונקאטש
    • די ווייב פון רבי יהודה כהנא-העלער פון סיגעט, , אייניקל פונעם "קונטרס הספקות"
    • די ווייב פון רבי אברהם ישראל ראטמאן פון טאלטשאווע