נתן דוד ראזנבוים

זוטשקער רבי
רבי נתן דוד ראזנבוים
זוטשקער רבי
געבורט ג' סיון תש"ה
פטירה כ"ח שבט תשע"ט
בני ברק
קבורה ארט אידישע בית עולם פון הר הזיתים
חסידות נאדווארנא
הויף ארט בני ברק
פאריגער רבי יצחק אייזיק ראזנבוים
נאכפאלגער רבי אשר ישעיה ראזנבוים
פאטער רבי יצחק אייזיק ראזנבוים
ווייב שרה גאלדמאן

רבי נתן דוד ראזנבוים (ג' סיון תש"ה - כ"ח שבט תשע"ט) איז געווען דער זוטשקער רבי. ער האט געפירט זיין הויף אין בני ברק.

רבי נתן דוד איז געבוירן געווארן אין תש״ה צו זיין פאטער רבי יצחק אייזיק ראזנבוים פון זוטשקע, א זון פון רבי איתמר ראזענבוים פון נאדווארנא און מרת חנה, א טאכטער פון ר׳ נתן דוד האלענדער. ער האט חתונה געהאט מיט שרה, טאכטער פון רבי מרדכי גאלדמאן פון זוועהיל. ער איז געווען א מתמיד עצום.

בערך אין יאר תשל״ד האט ער זיך געצויגן קיין יוניאן סיטי, ניו זשערסי, פאראייניגטע שטאטן פון אמעריקע.

נאך זיין פאטער׳ס פטירה האט ער איבערגענומען די זוטשטער רעביסטעווע, וואס ער האט געפירט אין דעם רמת אלחנן פערטל פון בני ברק.

ער איז נפטר געווארן נאך א קראנקייט, כ״ח שבט תשע״ט אין דעם מעייני הישועה שפיטאל אין בני ברק. מען האט אים באערדיגט אין הר הזיתים.

די קינדער פון רבי נתן דוד און זיין ווייב מרת שרה זענען:

  • רבי אשר ישעיה, זוטשקער רבי אין בני ברק, אוף זיין טאטנ'ס פלאץ. איידעם פון דעם שאצער רבי אין בני ברק.
  • רבי גדליה משה, "זוטשקא-אמסנא" רבי און בני ברק. ער רופט זיך אויך "אמסנא" נאך זיין זיידן רבי נתן דוד האלענדער וואס איז געווען רב און אמסנא.
  • רבי מרדכי, זוטשקער רבי אין מאנסי. איידעם ביי רבי יהושע לייפער.
  • רבי שלמה, זוטשקער רבי אין ירושלים.
  • מרת מלכה, ווייב פון דעם משפיע רבי אלימלך בידערמאן.
  • מרת בתיה חיה, ווייב פון רבי יעקב ישעיה זאב וואלף גראס, רב פון קהל ״באר אברהם״ האלמין אין שטאט ביתר עילית.
  • די ווייב פון רבי חיים לייפער, טעמשווארער רבי און אלעד.
  • די ווייב פון רבי מנחם קאליש, דער אמשינאווער רבי׳ן פון בארא פארק.