פרשת שלח
שלח אדער שלח לך איז די פערטע סדרה אין ספר במדבר.
רוב פון דער סדרה באהאנדלט די מרגלים וואס משה רבנו האט געשיקט אויסשפיאנען דאס לאנד פון כנען. צום סוף האט דער אייבערשטער גוזר געווען אז די יידן זאלן בלייבן אין מדבר פערציג יאר ביז אלע וואס זענען ארויסגעגאנגען פון מצרים זענען געשטארבן און נאר זייערע קינדער זענען אריינגעגאנגען אין ארץ ישראל.
נאך דעם ווערט געברענגט די נסכים, די פרשה פון נעמען חלה, און ציצית.